בלאט 1 פון 1

איך בין פליישיג מעג איך גיין אין קאווע שטיבל ???

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:23 pm
דורך אויס מענטש
איבעיא להו אויב בין איך פונקט פליישיג
מעג איך אריינקומען דא אין קאווע שטיבל אדער איז דא א שאלה פון בשר בחלב
ואת"ל אז דעמאלט מעג מען וועגן מען קען טרינקען שווארצע קאווע
וואס איז אין א פאסט טאג א תענית
בשלמא אם תאמר אז מען קען אריינרעדן אן טרונקען יש לומר דשרי
אבל אם תאמר אז מען מוז עפעס טרונקען איז מען יוצא מיט א שווארצע קאווע
אדער חיישינן אז מען וועט זיין נערוועז און אנשרייען יעדן נערוועזערהייט
וואס כה"ג תיקנו חכמים שהשתיקה יפה לי ואונס רחמנא פטרי
נ.ב. ווער עס וועט ענטפערן ריכטיג וועט אריינגין אין א גורל צו מעגן טוישן זיין הוט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:27 pm
דורך ונבנתה העיר
דו האסט מיר דערמאנט פונעם סיפור הידוע, א אידענע האט געוואוינט אין א פארווארפן דערפל וואו עס איז נישט געווען וועמען צו פרעגן א שאלה, האט איינער איהר אמאל געפרעגט וואס זי טוהט אז עס מאכט זיך עפעס א שאלה, זאגט זי: די שווערע שאלות מוז איך טאקע גיין אין שטאט אריין פרעגן, אבער מיט די לייכטע קען איך זיך אליינס א עצה געבן.

פרעגט יענער: וואס איז דאס למשל א שווערע שאלה? ענטפערט זי: צו מען מעג שלאפן אין די ניין טעג אויף א קישן וואס מען האט צוגענייעט מיט א נאדל וואס מ'האט גענוצט צו פארנייען די קישקע פון א עוף, דאס הייסט א שווערע שאלה.

און וואס איז א גרינגע? זאגט זי: אז די גוי'טע האט בטעות געמישט א טאפ מיט פלייש מיט א מילכיגן לעפל דאס ווייס איך אליין אז טעות עכו"ם איז מותר...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:13 pm
דורך גאלד
איך האלט אז ס'לגמרי קיין שאלה, דער קאווע שטיבל איז דען קאווע? ס'נאר א מליצה, א ווירטואלע זאך,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:42 pm
דורך וואוינט אין ב.פ.?
קיין פראבלעם ניץ קאפי ווייטענער (קען גאר זיין אז דאס העלפט אויך פאר א תענית)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:07 pm
דורך אויס מענטש
גאלד האט געשריבן:איך האלט אז ס'לגמרי קיין שאלה, דער קאווע שטיבל איז דען קאווע? ס'נאר א מליצה, א ווירטואלע זאך,

די האסט א גמרא קעפל :? נישטא וואס צו רעדן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:20 pm
דורך חכם מחוכם
לפענ"ד אויב מאכסטו ליבון אויפן גאנצן קערפער דאן מעגסטו, קאל מיך ווען די האלסט נאכדעם

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:29 pm
דורך דולה ומשקה
גאלד האט געשריבן:איך האלט אז ס'לגמרי קיין שאלה, דער קאווע שטיבל איז דען קאווע? ס'נאר א מליצה, א ווירטואלע זאך,


א דאנק פאר קלאר מאכן דער ענין...