בלאט 1 פון 1
Doomed for life? [שלום בית פראגע]
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 5:34 pm
דורך אנאנים
איך ווייס נישט צו ס'איז די ריכטיגע פארום אבער די אנאנים פיטשער איז זיכער די ריכטיגע...
וואס קען א אינגערמאן וואס איז [אדער האלט זיך פאר] אן אינטעלעקטואל, פילעזאף, טיפע-טראכטער וכדו' אבער האט חתונה געהאט מיט אן עוורעדזש פרוי וואס איז נישט אינטרעסירט אין די אלע זאכן, און ער קען נישט רעדן אלע די DMC מיט איהר און פיהלט דעריבער אז ער קען נישט געהעריג קאנעקטן וכדומה, חוץ פון דעם איז די שלום בית בסדר.
Doomed for life?
Re: Doomed for life? [שלום בית פראגע]
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 5:53 pm
דורך דיכטער
אין מיין עפיניען (וויאזוי ארבעט דער אנאנים פיטשער למען השם?...) זענען ווייבער איבערהויפט נישט דא אונטערצוהאלטן דעם מאנליכען ראסע אינטעלעקטואליש, פילאזאפיש און טיפ-טראכטעריש. זיי זענען דא ארויס צוברענגען דאס אינערליכן, טיף-באגראבענעם, ריינע געפיל וואס ליגט אונטער אלע אינטעלעקטואלע געדאנקען און קליגע אנאליזן, וואס ווערט פארנאכלעסיגט במשך די יארן אין די ישיבות און צווישן מענער-חברים אא"וו.
ווער דארף דען נישט א מאל א ווייכע שמועס, א רואיגע פארברענג? אז דו וועסט אמאל רואיגערהייט מסביר זיין פאר דיין ווייב עפעס א טיפע געדאנק וועט זי נישט הנאה האבן? יא, זי, וועט לאו דווקא אינטערעסירן די אינהאלט דערפון אבער די צייט וואס ענק זענען צוזאמען און די שעה וואס דו געבסט אוועק פאר איהר דאס איז ביי איר לעבנס וויכטיג.
און איך פרעג אייך צווישן פיר אויגן (צווישן צוואנציג פינגערס וואס טייפן אויפן קי-בארד...) איז עס דען נישט א גוטע געפיל צו געבן פאר אונזערע געפילן זייערע ערליך-פארדינטע אויפמערקזאמקייט וואס עס קומט זיך זיי נאטירלעך?
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 5:55 pm
דורך שמן למאור
אנאנים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז די ריכטיגע פארום אבער די אנאנים פיטשער איז זיכער די ריכטיגע...
וואס קען א אינגערמאן וואס איז [אדער האלט זיך פאר] אן אינטעלעקטואל, פילעזאף, טיפע-טראכטער וכדו' אבער האט חתונה געהאט מיט אן עוורעדזש פרוי וואס איז נישט אינטרעסירט אין די אלע זאכן, און ער קען נישט רעדן אלע די DMC מיט איהר און פיהלט דעריבער אז ער קען נישט געהעריג קאנעקטן וכדומה, חוץ פון דעם איז די שלום בית בסדר.
Doomed for life?
יא, אויב האסטו שוין קינדער ביסטו doomed for life.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 6:07 pm
דורך וואלווי
צו האבן קאמאן אינטערעסט איז נישט דער קאנעקשן פון לעבן. חברים אדער חברות מאכן זיך אסאך נאר דורך א קאמאן אינטערעסט. אבער קאנעקשאן און נאנטשאפט איז נישט באמת קאמאן אינטערעסט אליינס. די זעלבע ביי א פארפאלק, דו שידוך געשענט על פי רוב דורך עפעס א קאמאן אינטערעסט, למשל משפחה, קהילה, די זעלבע שטאט, ביידע האבן ליעב כך וכך. אבער דאס איז נאר די שליסל און די טיר, אזוי ווי ס'גייט דורך א קורצע צייט טרעפט מען זיך שנעל מיט די מענטש נאקעטערהייט, די חיצונית'דיגע אינטערעסט פאלט אוועק און ס'איז אדער אדער, אדער קאנעקט מען זיך אינערליך אדער ווערט ענג צווישען די קאפל.
אז די אינערלעך טויג, קען די קאמאן אינטערעסט זיין די זאלץ און די פעפער. אז די יונגערמאן פילט א ליידיגע פלאץ דא, רעפלעקט דאס נישט נפשיות'דיגע קאנעקשן. א ראי' צו דעם, צוויי מענטשן וואס זענען זייער נאנט קענען פארן לאנגע שעות אין א קאר אן רעדן אדער עקסייטמענט, און ס'וועט נישט זיין אום באקוועם. ווייטער ווען ס'איז נאר קאמאן אינטערעסט איז שטילקייט א פראבלעם.
צום פותח: איז דאס doomed for life? אודאי נישט.
אבער ס'גאנץ אומבאקוועם אויב מ'איז פעשאנעט פאר פארשידענע ענינים און מ'קען עס נישט שערן מיט די נאנסטע. ס'מיינט נישט אז די ענינים דארף מען אויפגעבן נאר ווייל ס'נישט דא קאמאן אינטערעסט, האפענטליך וועט זיך עפעס מאכן וואס וועט אויף לעבן די אינטערעסט, אבער doomed for life איז נאר ווען די עיקר קאנעקשאן, נפש בנפש, טויג נישט.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 7:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דיעס פראגע קען צוטיילט ווערן אין צוויי:
אויב איז די רעדע פון א פרוי וואס איז סטאק אין חרדישע פאנטאזיעס און האט נישט די קוראזש ארויסצושלעפן איר שכל פון איר קאמפארט זאון צו עקספלארירן אנדערע וועגן פון טראכטן דאן ביזטו טאקע doomed, צו פאר'ן לעבן צו ביז'ן גט, אדער ביז זי גייט זיך לאזן מטפל זיין ביי א גוטן פסיכאלאג.
אויב רעדט זיך עס פון א פרוי וואס האט יא די mental plasticity צו פירן א ליבעראלע געשפרעך נאר דו קענסט נישט קאננעקטן מיט "עווערידש" מענטשן ביזטו סתם אזוי אויף געהאקטע צרות, אין ענגליש רופט זיך דאס א dork. פילאזאפיע איז גוט אלס א פלאס, אויב האסטו נאר די פילאזאפיע חלק אן די בעיסיקס ביזטו לכאורה פון די מענטשן וואס אנטלויפן אין זייער קאפ אריין פון אומאיינגענעמע געפילן אין הארץ וואס זיי האבן נישט די קוראזש צו קאנפראנטירן, אויב איז דאס די קעיס דאן ביזטו doomed ביז דו גייסט גיין זיך מטפל זיין ביי א גוטן פסיכאלאג.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 8:27 pm
דורך [NAMELESS]
שמן למאור האט געשריבן:אנאנים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז די ריכטיגע פארום אבער די אנאנים פיטשער איז זיכער די ריכטיגע...
וואס קען א אינגערמאן וואס איז [אדער האלט זיך פאר] אן אינטעלעקטואל, פילעזאף, טיפע-טראכטער וכדו' אבער האט חתונה געהאט מיט אן עוורעדזש פרוי וואס איז נישט אינטרעסירט אין די אלע זאכן, און ער קען נישט רעדן אלע די DMC מיט איהר און פיהלט דעריבער אז ער קען נישט געהעריג קאנעקטן וכדומה, חוץ פון דעם איז די שלום בית בסדר.
Doomed for life?
יא, אויב האסטו שוין קינדער ביסטו doomed for life.
אדרבה, צוליב די קינדער קען מען שוין צוזאמען מאכען אן אינטעלעקטואלע שמועס וועלעכע קערידש צו קויפען און מיט טיפע מחשבה דורכשמועסן וועלכע מוסד צו שיקען, ווען די קינד ווערט בשעה טובה עלטער קענען די עלטערן פיליזאפישע דורך רעדן וועלעכע שידוך זיי פארשטייען ס'איז גוט פאר'ן קינד.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 8:50 pm
דורך מתבודד
קרן זוית האט געשריבן:[q
אדרבה, צוליב די קינדער קען מען שוין צוזאמען מאכען אן אינטעלעקטואלע שמועס וועלעכע קערידש צו קויפען און מיט טיפע מחשבה דורכשמועסן וועלכע מוסד צו שיקען, ווען די קינד ווערט בשעה טובה עלטער קענען די עלטערן פיליזאפישע דורך רעדן וועלעכע שידוך זיי פארשטייען ס'איז גוט פאר'ן קינד.
גוט ארויסגעברענגט דעם פותח'ס פראבלעם...
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 9:27 pm
דורך סקעפטיקער
אנאנים וואס באדערט דיך? אוודאי איז א געוואלדיגע זאך אז מאן און ווייב האבן הנאה פון די זעלבע זאך, אבער איז דען אינטעלעקטואלע שמועסן די איינציגסטע זאך וואס דו האסט הנאה? איז נישטא אנדערע זאך וואס ענק האבן ביידע אן אינטערעסע וואס קען בויען ענקער קשר? אויב נישט איז טאקע א פראבלעם, אבער איך גלייב אז דו קענסט טרעפן (חוץ אויב די פראבלעם איז וואס רביה"ק איז מסביר). אינטעלעקטואלע שמועסן קענסטו שמועסן מיט חברים (אדער דא)
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 10:44 pm
דורך berlbalaguleh
אנאנים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז די ריכטיגע פארום אבער די אנאנים פיטשער איז זיכער די ריכטיגע...
וואס קען א אינגערמאן וואס איז [אדער האלט זיך פאר] אן אינטעלעקטואל, פילעזאף, טיפע-טראכטער וכדו' אבער האט חתונה געהאט מיט אן עוורעדזש פרוי וואס איז נישט אינטרעסירט אין די אלע זאכן, און ער קען נישט רעדן אלע די DMC מיט איהר און פיהלט דעריבער אז ער קען נישט געהעריג קאנעקטן וכדומה, חוץ פון דעם איז די שלום בית בסדר.
Doomed for life?
אנאנים: איך האלט אז דו האסט א מזל אז דיין ווייב איז נישט קיין פילאזאף. שטעל דיר פאר, ווען זי איז (ח"ו) יא. זי שטעלט אויף אייער צו קאכן (אין א טעפל) ביזדערווייל הייבט זי אן טראכטן (טיעף דענקען) וואס איז געקומען פריער די טשיקן אדער די איי. אזוי טארכטנדיג פאר איבער 2 שעה. האט די וואסער אויסגעקאכט. די אייער האבן זיך פארברענט. די טעפל איז קאליע געווארן.ס'נישטא היינט קיין סאפפער. מ'מוז עסן סענדוויטשעס. די זעלבע איז געווען מיט די טשאלנט וואס מ'שטעלט אויף צו קאכן לכבוד שבת. אזוי טראכטנדיג האט זי פארגעסן אריינצולייגן זאלץ און קנאבל. וואספארא טעם די טשאלנט האט (שוין) געהאט. אויף אלע אידישע שונאים געזאגט. אדער אינמיטן קאכן א געשמאקע לעטשאו אדער שאקשוקא דערמאנט זי זיך פון א שווערן רמב"ם. אזוי טראכטנדיג ווערט די גאנצע עסן פארברענט...!
הקיצור דאנק דעם באשעפער אז דיין ווייב איז נישט קיין פילאזאףין אדער א טיעף טראכטער. זי לאזט איבער די פילאזאפיע פאר איהר חשוב'ן מאן. אט דאס איז די אמת'ע שלום בית...!
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 11:05 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
כ׳בין נישט ביכולת יעצט מאריך צו זיין אין דעם ענין ווי ס׳פעלטסעך אויס, אבער שטיל בלייבן קעניך נישט, אלזא כ׳האף אז עמיצער וועט ׳פארשטיין מיין פוינט׳ פון די צוהאקטע זאצן (׳צושטימען׳ איז שוין עפעס אנדערש):
מ׳דארף שטרעבן זוכה צו זיין צו אהבה שאינה תלויה ׳בדבר׳. פינקט ווי דו האסט דיר אליין ליב אָן קיין שום סיבה, די זעלבע ׳ואהבת לרעך (זי איז #1) כמוך׳ איר ליב האבן אן קיין ׳סיבה׳...
יעצט איינמאל מ׳האלט דארט, הייבט זיך נישט די פראבלעם, ווייל די סיבה פארוואס דו ביזט עוסק אין משכלות איז ווייל דו ווילסט פאר דיר שאפן תענוג, ווייל דו האסט דיר ליב. אויב שאפט שיך און קערידזשעס פאר ׳איר׳ תענוג, רעדט מען פון דעם...
אהבת עצמו > תענוג = משכלות
אהבת אשתו > תענוג = וואטעווער
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:18 am
דורך ווייסעכניש
berlbalaguleh האט געשריבן:אנאנים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז די ריכטיגע פארום אבער די אנאנים פיטשער איז זיכער די ריכטיגע...
וואס קען א אינגערמאן וואס איז [אדער האלט זיך פאר] אן אינטעלעקטואל, פילעזאף, טיפע-טראכטער וכדו' אבער האט חתונה געהאט מיט אן עוורעדזש פרוי וואס איז נישט אינטרעסירט אין די אלע זאכן, און ער קען נישט רעדן אלע די DMC מיט איהר און פיהלט דעריבער אז ער קען נישט געהעריג קאנעקטן וכדומה, חוץ פון דעם איז די שלום בית בסדר.
Doomed for life?
אנאנים: איך האלט אז דו האסט א מזל אז דיין ווייב איז נישט קיין פילאזאף. שטעל דיר פאר, ווען זי איז (ח"ו) יא. זי שטעלט אויף אייער צו קאכן (אין א טעפל) ביזדערווייל הייבט זי אן טראכטן (טיעף דענקען) וואס איז געקומען פריער די טשיקן אדער די איי. אזוי טארכטנדיג פאר איבער 2 שעה. האט די וואסער אויסגעקאכט. די אייער האבן זיך פארברענט. די טעפל איז קאליע געווארן.ס'נישטא היינט קיין סאפפער. מ'מוז עסן סענדוויטשעס. די זעלבע איז געווען מיט די טשאלנט וואס מ'שטעלט אויף צו קאכן לכבוד שבת. אזוי טראכטנדיג האט זי פארגעסן אריינצולייגן זאלץ און קנאבל. וואספארא טעם די טשאלנט האט (שוין) געהאט. אויף אלע אידישע שונאים געזאגט. אדער אינמיטן קאכן א געשמאקע לעטשאו אדער שאקשוקא דערמאנט זי זיך פון א שווערן רמב"ם. אזוי טראכטנדיג ווערט די גאנצע עסן פארברענט...!
הקיצור דאנק דעם באשעפער אז דיין ווייב איז נישט קיין פילאזאףין אדער א טיעף טראכטער. זי לאזט איבער די פילאזאפיע פאר איהר חשוב'ן מאן. אט דאס איז די אמת'ע שלום בית...!
קענעך גראדע אזא קאפל השם ישמר וואס דארט גייט פאר
נשלח: מוצ"ש אפריל 29, 2023 11:06 pm
דורך ערנסטגערעדט
אנאנים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז די ריכטיגע פארום אבער די אנאנים פיטשער איז זיכער די ריכטיגע...
וואס קען א אינגערמאן וואס איז [אדער האלט זיך פאר] אן אינטעלעקטואל, פילעזאף, טיפע-טראכטער וכדו' אבער האט חתונה געהאט מיט אן עוורעדזש פרוי וואס איז נישט אינטרעסירט אין די אלע זאכן, און ער קען נישט רעדן אלע די DMC מיט איהר און פיהלט דעריבער אז ער קען נישט געהעריג קאנעקטן וכדומה, חוץ פון דעם איז די שלום בית בסדר.
Doomed for life?
אויב איך פארשטיי דיין שאלה זאגסטו נישט אז דו ווילסט דיסקאסן קוואנטום פיזיקס מיט איר
ווילסט סך הכל האבן א קאנווערסעישן וואס איז נישט מאטיריעליסטיק אדער ארום אזעלכע סארט זאכן
אויב איז דיין שאלה צו דו קענסט איר אויפקלערן איז די ענטפער - זיכער נישט
ביזטו doomed for life אין דעי הינזיכט? יא
דארפסט באמת עקסעפטן אז דו וועסט אזא שמועס קיינמאל נישט האבן, און דערנאך פאוקעסן אויף זאכן וואס די ענדזשויסט יא
דארפסט טרעפן עפעס וואס ברענגט דיר יא הנאה צו טוען מיט איר כדי צו ריפלעיסן יענע void
נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
אלס אן הוספה צו מיין פריער'דיגע תגובה: דו קענסט אייביג האבן א קאנווערסעישן מיט דיין ווייב און איהר קאמפלימענטירן ווי גוט די לאקשן קוגל אדער ירושלמי קוגל איז געווען. און אז די פעפער איז סוכ"ס געווען זיס. ווייל זי האט אריינגעלייגט די ריכטיגע מאס פון אלע אינגרידיענטס. דאס איז די בעסטע סגולה פאר שלום בית. אויב ניטשע אדער בערטראנד ראססעל איז געווען גערעכט. דאס זאלסטן איבערלאזן פאר דיינע חברים קאלעגע פילאזפן שכמותך.