בלאט 1 פון 2

פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:08 am
דורך שמן למאור
עפעס א גאנצע געשיכטע מיט געלטער פאר סטארמי דעניועלס, קען איינער אריינפילן די דעטאלן פונקטליך?

פארוואס ארעסטירט מען טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:10 am
דורך שמן למאור
.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:35 am
דורך אלע צוזאמען
'סטארמי דעניעלס' האט געסטראשעט די טראמפ קאמפיין אין 15' אז זי גייט ארויסקומען מיט א באשולדיגונג קעגן 'טראמפ' אז ער האט איר פאר...... אין 2006, זי האט אבער געזאגט אז פאר געלט קען זי בלייבן שטיל, האט 'טראמפ' געהייסן זיין לויער 'מייקל קאהן' איר באצאלן, 'קאהן' האט געגעבן $133 טויזנט, פון זיין אייגענע טאש, דאן האט 'טראמפ' צירוק געצאלט פאר 'קאהן', פון זיין פריוואטע טאש, די קלעים איז, אז ס'האט געדארפט גיין דורך די קאמפיין קאסע.


'טראמפ' לייקענט אז ער האט בכלל געטון עפעס מיט די פרוי, און די דאלער עמאונט וואס די קאמפיין האט געגעבן ווייזט לכאורה אז ער איז גערעכט.
'דזשאן עדווארד'ס, די דעמאקראטישע וויצע קאנדידאט פון 04' האט געצאלט איבער א מיליאן דאלאר, 'ביל קלינטאן' האט געצאלט $850,000 אין זיין קעיס.
סא $133k פון איינער וואס איז ווערט לפּחות דרייַ ביליאן ווייזט אז זי האט געוואלט מאכן א גרינגע דאלער, און די קאמפיין האט נישט געזוכט עקסטרע נעגאטיווע פובליסיטי.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 12:24 pm
דורך [NAMELESS]
אויב די פראגע איז, פארוואס מען גייט אים יעצט ארעסטירן און נישט פאריאר אדער צוויי יאר אדער נאך פריער? אויף דעם איז פארשיינליך די ענטפער, צוליב דעם וואס ער האט געזאגט אז ער לויפט נאכאמאל אין 2024....

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 1:12 pm
דורך הרב שיף
אפילו ביי די גרויסע רבי'ס ווי טראמפ, וועט מען ארסטירן די ג'בלעקמעיל'טע ווי איידער די בלעק מעילר.

Re: פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 2:46 pm
דורך החוקר
אלע צוזאמען האט געשריבן:'סטארמי דעניעלס' האט געסטראשעט די טראמפ קאמפיין אין 15' אז זי גייט ארויסקומען מיט א באשולדיגונג קעגן 'טראמפ' אז ער האט איר פאר...... אין 2006, זי האט אבער געזאגט אז פאר געלט קען זי בלייבן שטיל, האט 'טראמפ' געהייסן זיין לויער 'מייקל קאהן' איר באצאלן, 'קאהן' האט געגעבן $133 טויזנט, פון זיין אייגענע טאש, דאן האט 'טראמפ' צירוק געצאלט פאר 'קאהן', פון זיין פריוואטע טאש, די קלעים איז, אז ס'האט געדארפט גיין דורך די קאמפיין קאסע.
לויט ווי איך פארשטיי, איז די קלאגע אויך אז לגבי שטייערן האט ער פאלש קאטעגאריזירט די $130K ביזנעס אויסגאבע אלס א ליגעל פי (געצאלט פארן לויער), ווען אין פאקט איז עס נישט ריכטיג.

Sent from my SM-S901U using Tapatalk

Re: פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 2:57 pm
דורך החוקר
קרן זוית האט געשריבן:אויב די פראגע איז, פארוואס מען גייט אים יעצט ארעסטירן און נישט פאריאר אדער צוויי יאר אדער נאך פריער? אויף דעם איז פארשיינליך די ענטפער, צוליב דעם וואס ער האט געזאגט אז ער לויפט נאכאמאל אין 2024....
נישט ריכטיג.

די יוסטיץ דעפארטמענט האט א מעמא (פאליסי) אז מען קען נישט אנקלאגן אן אמטירענדע פרעזידענט (הגם איך בין נישט קלאר צו ער קען ווען יא, ווייל ער איז נישט אינטערן יוסטיץ דעפארטמענט).

דאס איז לגבי פארוואס מען האט אים נישט געקלאגט פריער ווי די לעצטע צוויי יאר. די סיבה פארוואס מען האט נישט געקלאגט פאריאר, אדער צוויי יאר צוריק, איז לכאורה פשוט ווייל עס נעמט צייט צו בויען א קעיס.

Re: פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 2:59 pm
דורך החוקר
הרב שיף האט געשריבן:אפילו ביי די גרויסע רבי'ס ווי טראמפ, וועט מען ארסטירן די ג'בלעקמעיל'טע ווי איידער די בלעק מעילר.
ווער האט בלעקמעילד וועם?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 3:04 pm
דורך אלע צוזאמען
החוקר האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:אפילו ביי די גרויסע רבי'ס ווי טראמפ, וועט מען ארסטירן די ג'בלעקמעיל'טע ווי איידער די בלעק מעילר.
ווער האט בלעקמעילד וועם?
'סטארמי' בלעקמעילד 'טראמפ'.
און אגב, בלעקמעיל איז א פעדעראלע פארברעכן.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 3:10 pm
דורך אלע צוזאמען
החוקר האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:אויב די פראגע איז, פארוואס מען גייט אים יעצט ארעסטירן און נישט פאריאר אדער צוויי יאר אדער נאך פריער? אויף דעם איז פארשיינליך די ענטפער, צוליב דעם וואס ער האט געזאגט אז ער לויפט נאכאמאל אין 2024....
נישט ריכטיג.

די יוסטיץ דעפארטמענט האט א מעמא (פאליסי) אז מען קען נישט אנקלאגן אן אמטירענדע פרעזידענט (הגם איך בין נישט קלאר צו ער קען ווען יא, ווייל ער איז נישט אינטערן יוסטיץ דעפארטמענט).

דאס איז לגבי פארוואס מען האט אים נישט געקלאגט פריער ווי די לעצטע צוויי יאר. די סיבה פארוואס מען האט נישט געקלאגט פאריאר, אדער צוויי יאר צוריק, איז לכאורה פשוט ווייל עס נעמט צייט צו בויען א קעיס.
זיי וואלטן געקענט אנגרייטן די קעיס ווען ער איז פרעזידענט, און גלייך דערנאך אים אנקלאגן.
100% אז ס'האט צוטון אז ער לויפט נאכאמאל.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 3:23 pm
דורך קאצקע ציקער
ער איז שוין לאנג ארעסטירט :lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 3:29 pm
דורך אלע צוזאמען
ס'האט נישט גענומען קיין 2 יאר אנצוגרייטן די קעיס, ווייל די פריעדיגע DA האט פרובירט און נישט אנגעקומען אין ערגעץ, אפילו 'עלווין ברעג' האט שוין אויך פארמאכט די קעיס האלבוועגס, און נאר צוליב פרעשור האט ער עס צירוק געעפענט.

Re: פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 3:59 pm
דורך החוקר
אלע צוזאמען האט געשריבן:'סטארמי' בלעקמעילד 'טראמפ'.
און אגב, בלעקמעיל איז א פעדעראלע פארברעכן.
מקור?

איך מיין דו האסט א טעות. זי האט שוין לאנג פארדעם גערעדט דערוועגן.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 4:16 pm
דורך אלע צוזאמען
החוקר האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:'סטארמי' בלעקמעילד 'טראמפ'.
און אגב, בלעקמעיל איז א פעדעראלע פארברעכן.
מקור?

איך מיין דו האסט א טעות. זי האט שוין לאנג פארדעם גערעדט דערוועגן.
זי האט גערעדט פון דעם אביסל דא דארט, קיינער האט איר אבער נישט געגלייבט, און איין פאל האט זי עס אפילו געלייקענט.

Is there a federal law against extortion?
§ 873 Blackmail or Extortion Penalties. Blackmail or extortion under Title 18 of the United States Code, Section 873 is a federal crime punishable by: up to one year in federal prison, a fine, or both imprisonment and a fine.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 4:43 pm
דורך צקון לחש
אפשר קען מען ערלעדיגן אז מען זאל זיי ביידע ארעסטירן אין די זעלבע סעל, איך גלייב טראמפ וועט צאלן נאך 130K דאס צושטאנד צו ברענגן..

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 4:52 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס איז פשט ביי אקטיווע זעה איך דעם אשכול האט א אנאנאמוס אנגעהויבן ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 4:58 pm
דורך אלע צוזאמען
צקון לחש האט געשריבן:אפשר קען מען ערלעדיגן אז מען זאל זיי ביידע ארעסטירן אין די זעלבע סעל, איך גלייב טראמפ וועט צאלן נאך 130K דאס צושטאנד צו ברענגן..
עט נישט ארבייטן, 'טראמפ' האט געזאגט אז ''she is not my taste'' :lol:

Re: פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 5:08 pm
דורך החוקר
אלע צוזאמען האט געשריבן: זי האט גערעדט פון דעם אביסל דא דארט, קיינער האט איר אבער נישט געגלייבט, און איין פאל האט זי עס אפילו געלייקענט.
איך האב נישט געבעטן א מקור אז עקסטארשען/בלעקמעיל איז א פארברעך. דאס ווייס איך אויך.

איך פרעג פון דו נעמסט אז סטארמי האט בלעקמעילט טראמפ.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 5:11 pm
דורך אלע צוזאמען
החוקר האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן: זי האט גערעדט פון דעם אביסל דא דארט, קיינער האט איר אבער נישט געגלייבט, און איין פאל האט זי עס אפילו געלייקענט.
איך האב נישט געבעטן א מקור אז עקסטארשען/בלעקמעיל איז א פארברעך. דאס ווייס איך אויך.

איך פרעג פון דו נעמסט אז סטארמי האט בלעקמעילט טראמפ.
פון מיין זיכרון, יעדער געדענקט, און ליין די באריכטן

Re: פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 5:36 pm
דורך החוקר
קענסט ברענגן אזא באריכט?

ווי ווייט איך געדענק האבן זיי געוואלט פארלויפן די וועג אז א צווייטער זאל נישט מאכן מטעמים פון די געשיכטע, אבער זי האט זיי נישט געסטראשעט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 10:23 am
דורך אלע צוזאמען
החוקר האט געשריבן:קענסט ברענגן אזא באריכט?

ווי ווייט איך געדענק האבן זיי געוואלט פארלויפן די וועג אז א צווייטער זאל נישט מאכן מטעמים פון די געשיכטע, אבער זי האט זיי נישט געסטראשעט.
אקעי, זי האט געוואלט פארלויפן די וועג פאר א צווייטער, און זי האט געסטראשעט, ביידע קענען זיין אמת.
וואס ווילסטו זאגן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 6:43 pm
דורך אלע צוזאמען
און די 'מאנהעטן' דזשורי געשטעלט דורך 'עלווין ברעג' וואס איז געלאפן אויף א קאמפיין אז ער גייט 'כאפן טראמפ', האט יעצט געוואוט אנצוקלאגן דעם געוועזענעם פרעזידענט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 6:59 pm
דורך [NAMELESS]
אלע צוזאמען האט געשריבן:און די 'מאנהעטן' דזשורי געשטעלט דורך 'עלווין ברעג' וואס איז געלאפן אויף א קאמפיין אז ער גייט 'כאפן טראמפ', האט יעצט געוואוט אנצוקלאגן דעם געוועזענעם פרעזידענט.
בלייבט איבער צו זעהן די פאולוס נעקסטע וואך.....