בלאט 1 פון 1
וואס איז פשט פון בין הזמנים?
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 5:12 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס איז בין הזמנים נאך אלס א פאקטישע פענאמענען?
פארוואס אין די וועלט מאכ'ן נישט די ישיבות עפעס א זאכליכע פראגראם פאר די תלמידים ?
שכר לימוד געלטער קומט דאך אריין די צוויי בין הזמנים חדשים אין די אפיסעס פון הנהלה גשמיות?
איז דאס לאזען אויפען גאס חסידישע בחורים פאר צוויי חדשים נישט קיין פראבלעם פאר די הנהלה רוחניות?
Re: בין הזמנים
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 5:18 pm
דורך דיכטער
כדי שלא לבייש את מי שאין לא...
Re: בין הזמנים
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 5:48 pm
דורך דיכטער
אין אן ערענסטע נאטיץ: ווען דער הנהלה וועט מייינען די טובה פון די בחורים ע'מער דעמאלטס רעדן.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 7:56 pm
דורך וואלווי
אן קיין רוחניות'דיגע אדער השקפה'דיגע חשבונות, איז גוט פאר א בחור ניסן און תשרי נישט צו זיצען פארמאכט אין ישיבה.
וויל ער, קען ער גיין לערנען, אז נישט זאל ער טשילען, ווילאנג מ'פירט זיך אויף מענטשליך. ס'איז געזונט און א בחור איז מענטש אויך.
זאל מען לאזען א חסידיש בחור אויף די גאס? אודאי. זאל א בחור וויסען ווי אזוי די גאס מיט אירע פרויען זעען אויס. זאלען זיי וויסען אז ס'דא לאנגע ליינס ביי די דריי גודס ווייל מאמעס און גרויסע מיידלעך העלפן גיי אנקויפן פאר יום טוב. אז נישט קומט מען ארויס פון ישיבה גראד אין בעדרום אריין אן אפרישיעטן אז ס'איז דא אן עולם הנקבות וואס איז געמאכט צום לעבן, נישט נאר כמכחול בשפופרת.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 7:59 pm
דורך מתבודד
הני מילי ווען מ'שפארט אים איין אין ישיבה דורכ'ן יאר ווי א חיה אין שטאל. וואלטן די ישיבות זיך גערעכנט מיטן בחור'ס צרכים א גאנץ יאר וואלט געווען א געוואונטשענע זאך פאר א בחור נישט צו זיין אין גאס צוויי חדשים א יאר.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
כ'בין נישט דערגעגן אז מ'זאל לאזען בחורים האבן עטליכע צייט א יאהר פאר זוך. ער מעג פארברענגען און האבן זיין אייגענע סדר היום און האבן א שטיקל ברעיק פון די לאנגע ישיבה חדשים.
מיין טענה איז, אז די הנהלת הישיבה זאל כאטש למחצה לשליש ולרביע מסדר זיין עכ"פ א חלק פון די צייט א געוויסע פראגראם אין די דאזיגע וואכען. סערווירען זייערע בחורים מיט אינטערסאנטע לימודים/ידיעות אדער נסיעות, אדער סתם אזוי קען מען צוזאם קומען פארברענגען אינאיינעם.
זאלען זיי כאטש געבן אפציעס, ווער עס וויל זאל האבן א פלאץ צו פארברענגען געשמאַק אינאיינעם.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:44 pm
דורך סקעפטיקער
און דאס אז בחורים זיצן אין ישיבה פון 6 פארטאגס ביז 10 ביינאכט איז נארמאל, אז נאר די בין הזמנים מאכט נישט קיין סענס?
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:52 pm
דורך [NAMELESS]
סקעפטיקער האט געשריבן:און דאס אז בחורים זיצן אין ישיבה פון 6 פארטאגס ביז 10 ביינאכט איז נארמאל, אז נאר די בין הזמנים מאכט נישט קיין סענס?
פארלאנגט זיך א באזונדערע אשכול
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:14 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
וואלווי האט געשריבן:אן קיין רוחניות'דיגע אדער השקפה'דיגע חשבונות, איז גוט פאר א בחור ניסן און תשרי נישט צו זיצען פארמאכט אין ישיבה.
וויל ער, קען ער גיין לערנען, אז נישט זאל ער טשילען, ווילאנג מ'פירט זיך אויף מענטשליך. ס'איז געזונט און א בחור איז מענטש אויך.
זאל מען לאזען א חסידיש בחור אויף די גאס? אודאי. זאל א בחור וויסען ווי אזוי די גאס מיט אירע פרויען זעען אויס. זאלען זיי וויסען אז ס'דא לאנגע ליינס ביי די דריי גודס ווייל מאמעס און גרויסע מיידלעך העלפן גיי אנקויפן פאר יום טוב. אז נישט קומט מען ארויס פון ישיבה גראד אין בעדרום אריין אן אפרישיעטן אז ס'איז דא אן עולם הנקבות וואס איז געמאכט צום לעבן, נישט נאר כמכחול בשפופרת.
הני מילי ווען די ישיבות טוען עס טאקע וועגן דעם. אבער אזויווי פאר די ראשי ומנהלי הישיבות גייט נישט אן אין זייער לינקע דיקע פינגער פון די פוס וויאזוי בחורים זאלן זיך אומגיין נאך די חתונה און בכלל וויסן וואס א נקבה איז בכלל, וואס זייערע ווירדן זענען בכלל, א חוץ צו ציען דורות און ווייזן אידיש נחת, במילא איז די נישט האבן ישיבות בין הזמנים בערך די זעלבע בטלה מביא לידי... בערך ווי ווען די בחורים זיצן יא אין ישיבה און הארעווען אוועק ליל ששי שובבי"ם מיט ענדלאזע רציפות. און אזוי צו אזוי זענען די כמכחול בשפופרת רעזולטאטן די זעלבע.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ערשט זאג דו מיר וואס איז פשט פון די היינטיגע סטייל ישיבות וואס זענען נישט מער ווי א מושב זקנים פאר בחורים וועל איך דיר זאגן פשט אין בין הזמנים.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשט זאג דו מיר וואס איז פשט פון די היינטיגע סטייל ישיבות וואס זענען נישט מער ווי א מושב זקנים פאר בחורים וועל איך דיר זאגן פשט אין בין הזמנים.
אין ארץ ישראל איז אפשר דא א טענה פארוואס די חרדישע בחורים דינען נישט אין מיליטער אבער אין חו"ל פארוואס דען נישט?
כי הם חיינו ואורך ימינו!!
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב געמיינט אז דו וועסט אליין פארשטיין אז איך רעד נישט פון די 10 פראצענט בחורים וואס לערנען אין ישיבה, דיזע בחורים לערנען געווענליך בין הזמנים אויך...
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשט זאג דו מיר וואס איז פשט פון די היינטיגע סטייל ישיבות וואס זענען נישט מער ווי א מושב זקנים פאר בחורים וועל איך דיר זאגן פשט אין בין הזמנים.
מיין טענה איז מצד הנהלת הישיבות נישט מצד די בחורים.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:25 pm
דורך סקעפטיקער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: א מושב זקנים פאר בחורים
I am saving this to my dictionary
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קרן זוית האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשט זאג דו מיר וואס איז פשט פון די היינטיגע סטייל ישיבות וואס זענען נישט מער ווי א מושב זקנים פאר בחורים וועל איך דיר זאגן פשט אין בין הזמנים.
מיין טענה איז מצד הנהלת הישיבות נישט מצד די בחורים.
יא יא, מצד הנהלת החסידות וואלט מען געדארפט צושטעלן פלעצער פאר בחורים צו ארבעטן פונקט ווי מ'שטעלט צו פאר מיידלעך, מיט אינגערע בחורים זאל מען לערנען נארמאלע לימודים (ליין: לימודי חול)
וואס זיי וועלן מיטהאלטן, אזויווי מ'לערנט מיט מיידלעך, די ישיבה על טהרת הקודש זאל נאר זיין פאר די 1% בחורים וואס וואלטן געגעסן טעג אין דער אלטער היים ווייל נפשם חשקה בתורה, כי הם חיינו, וואטעווער וכו'.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קרן זוית האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשט זאג דו מיר וואס איז פשט פון די היינטיגע סטייל ישיבות וואס זענען נישט מער ווי א מושב זקנים פאר בחורים וועל איך דיר זאגן פשט אין בין הזמנים.
מיין טענה איז מצד הנהלת הישיבות נישט מצד די בחורים.
יא יא, מצד הנהלת החסידות וואלט מען געדארפט צושטעלן פלעצער פאר בחורים צו ארבעטן פונקט ווי מ'שטעלט צו פאר מיידלעך, מיט אינגערע בחורים זאל מען לערנען נארמאלע לימודים (ליין: לימודי חול)
וואס זיי וועלן מיטהאלטן, אזויווי מ'לערנט מיט מיידלעך, די ישיבה על טהרת הקודש זאל נאר זיין פאר די 1% בחורים וואס וואלט געגעסן טעג אין דער אלטער היים.
יא, די ישיבה סיסטעם דארף א טשעינדש פונקליך וויפיל פראצענט און ווי אזוי איז שוין א באזונדערע שמועס.
אגב לייענדיג דיין תגובה האט עס מיר ארויסגעשיינט די ווערטער...
אלטער היים
רביה"ק זי"ע
טהרות הקודש
לערנען
ארבעטן
געגעסן טעג
בחורים
לימודים
מיידלעך
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:48 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קרן זוית האט געשריבן:
אגב לייענדיג דיין תגובה האט עס מיר ארויסגעשיינט די ווערטער...
אלטער היים
רביה"ק זי"ע
טהרות הקודש
לערנען
ארבעטן
געגעסן טעג
בחורים
לימודים
מיידלעך
"שלש שבועות" האט נאך דעמאלטס נישט עקזעסטירט
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 4:02 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
סקעפטיקער האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן: א מושב זקנים פאר בחורים
I am saving this to my dictionary
כ’האב אמאל געפרעגט א בחור אויב ער ארבעט אין בין הזמנים? האט ער געענפערט אז יא!
=אויף זיין מאמע’ס
מידות...