בלאט 1 פון 2
וואס איז די חילוק צווישן "הייליגער רבי" און "הגה"ק"?
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 8:24 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער מאכט חוזק פון די מענדעליסטן אז זיי רופן זייער רבי'ן "דער הייליגער רבי", און יעדער פארשטייט אז דאס איז א סימן פון א קאָלט פירער און די מענטשן זענען נעבעך פארכאפט אין די משוגעת.
אבער ביי די אהרונים טרעפט מען א ענדליכע זאך. נאך פון ווען רבי אהרן איז געווארן זייער רבי רופן זיי אים יעדעס מאל וואס ער ווערט דערמאנט מיט די טיטול "הגה"ק". אמת, אהרונים זאגן נישט "דער הייליגער רבי" אבער אלע זייערע צייטונגען, גליונות, סיינס, צעטלעך, איבעראל שטייט אייביג "הגה"ק" אפילו אין פראנט פונעם רבי'ן אליין, און יעדער זעהט אויס זייער צופרידן דערפון ווייל עס גייט שוין אזוי אהן פאר 17 יאר, זייט די פטירה פונעם ברך משה.
איז יא, איך זעה א קליינע חילוק, ווייל מ'ניצט עס נישט ביים רעדן, אבער איז דען די חילוק אזוי גרויס?
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 8:41 pm
דורך מתבודד
די חילוק איז זייער פשוט, צו מ'מיינט עס ערנסט צו נישט... וק"ל.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 8:58 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל הגה"ק איז נאר אין ראשי תיבות, עס איז נישט עק וועלט..
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:04 pm
דורך מר. קלונימוס
הגנב הקרימינאל
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:07 pm
דורך ערליכע איד
וויילס וואס סאטמאר טוט איז נארמאל
און וואס א צווייטער טוט איז משוגע 1
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:10 pm
דורך יין שרף
ערליכע איד האט געשריבן:וויילס וואס סאטמאר טוט איז נארמאל
און וואס א צווייטער טוט איז משוגע 1
קלויזענבורג שרייבט אויך אזוי. כמדומה צאנז עז וועל.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:16 pm
דורך ליימדארפער
די ענטפער איז; ס'טאקע נישט קיין אונטערשייד, און ס'גייט קיינעם נישט אן. און ס'נישט עק וועלט.
ווער ס'ווערט נתפעל פון א בשר ודם, איז עלול צו שרייבן וואס ס'שמעקט אים, און איינער וואס וויל יענעם קלאפן, מאכט חוזק דערפון.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווייסטו וואס? ביזט גערעכט, די אהרונישע קהילה טראגט אויך גאר שטארקע קולט ווייבס, הגם איך ווייס נישט צו ס'איז מער פון אנדערע חסידות'ער אבער אין פארגלייך צו די זאלונישע קהילה איז עס זיכער קולטיש געשטימט, די מענדעליסטישע קולט ווייבס איז אבער אביסעלע אויף א העכערע גראד, עכ"פ אזוי הייסט עס.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:51 pm
דורך חב''ד הויזן
און וואס איז עס א חילוק פון 'כבוד קדושת' וואס יעדע איינציגסטע רבי ווערט אנגערופן?
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 11:55 pm
דורך מתבודד
חב''ד הויזן האט געשריבן:און וואס איז עס א חילוק פון 'כבוד קדושת' וואס יעדע איינציגסטע רבי ווערט אנגערופן?
הא גופא. אויב יעדע רבי ווערט אזוי גערופן איז עס נישט קיין סטעיטמענט. (עד שבא ר' ישראל מוויזניץ...)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:02 am
דורך מיליאנער
קודם כל די טיטל איז געווען ביים ברך משה אויך, סאו די ארוינים האבן דשאסט אנגעהאלטן די טיטל. (די זאליס האבן פאר עטליכע וואכן צוריק פרובירט צו איינפירן די טיטל אויף מהרז''ל און זיי האבן אפגעטרעטן דערפון.)
צווייטנס ס'איז דא נאך אדמורים מיט די טיטל ווי קלויזענבורג, באבוב 45, ראחמיסטריווקא און מסתמא נאך וואס איך געדענק נישט יעצט, ס'איז א טיטל פונקט ווי הרה''ח.
דריטנס ס'איז א פשוטע חילוק ווען איינער זאגט ביי א דרשה 'ברשות אבי מורי שליט''א' צו ווען איינער זאגט 'ברשות מיין טייערע טאטע זאל זיין געזונט' די צווייטער האט עס געמיינט צו זאגן די ערשטער האט געזאגט א נוסח.
און טאקע דאס אז דו האסט געדארפט אויפקומען מיט די חידוש אז ס'איז בעצם יא די זעלבע זאך זאגט שוין די גאנצע חילוק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:03 am
דורך [NAMELESS]
חב''ד הויזן האט געשריבן:און וואס איז עס א חילוק פון 'כבוד קדושת' וואס יעדע איינציגסטע רבי ווערט אנגערופן?
בכלל איז נישט צו פארשטיין מ'זעהט אסאך מאל א כפל הלשון. לדוגמא, כ"ק הגה"ק אדער כ"ק רביה"ק, אדער דריי מאל קדוש, כ"ק רביה"ק זצוק"ל.?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:05 am
דורך חב''ד הויזן
מתבודד האט געשריבן:חב''ד הויזן האט געשריבן:און וואס איז עס א חילוק פון 'כבוד קדושת' וואס יעדע איינציגסטע רבי ווערט אנגערופן?
הא גופא. אויב יעדע רבי ווערט אזוי גערופן איז עס נישט קיין סטעיטמענט. (עד שבא ר' ישראל מוויזניץ...)
זאגסטו דאך אליינס אז די חילוק איז אין די מחשבה. איז דאך הוא הדין מיט הגה''ק. (אין פארגלייך צו הייליגע רבי)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:06 am
דורך חב''ד הויזן
קרן זוית האט געשריבן:חב''ד הויזן האט געשריבן:און וואס איז עס א חילוק פון 'כבוד קדושת' וואס יעדע איינציגסטע רבי ווערט אנגערופן?
בכלל איז נישט צו פארשטיין מ'זעהט אסאך מאל א כפל הלשון. לדוגמא, כ"ק הגה"ק אדער כ"ק רביה"ק, אדער דריי מאל קדוש, כ"ק רביה"ק זצוק"ל.?
און הייליגע רבי איז דען נישט א דאפלטע לשון?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:08 am
דורך חב''ד הויזן
קען מיך איינער געבן די פונקטליכע אפטייטשט פון 'כבוד קדושת'?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:09 am
דורך מתבודד
זאגסטו דאך אליינס אז די חילוק איז אין די מחשבה. איז דאך הוא הדין מיט הגה''ק. (אין פארגלייך צו הייליגע רבי)
ריכטיג, און דאס איז טאקע וואס כ'האב פריער
געשריבן. דאך אבער איז א טיטל וואס רוב שרייבן נישט א געוויסע סטעיטמענט.
כ'מיין ס'איז זייער פשוט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:16 am
דורך berlbalaguleh
ששון ושמחה: ס'איז זייער פשוט. די וואס זאגן..."העיליגער רבי"...ציילעמען זיך באזונדער א יעדעס מאל און זיי זאגן אז די רבי איז העיליג. ולקדושתו אין ערך. די וועלכע זאגן "הגה"ק" זאגן אז די (העיליגע) רעבע) איז נישט נאר העיליג. נאר א גאון (אשטייגער הגאון מ'ווילנא) אויכעט.
דו האסט שוין פרובירט אמאל צו לייגן דעם טיטל "הגאון, הקדוש" אין סלאו מאושן?... הגאון...דער גרויסער גאון (דזשיניוס) און אויך הקדוש דער העיליגער...שלקדושתו אין ערך...!
דער וואס פארשטייט, פארשטייט...!
און נאכדעים זאגט מען אז ..."מיר זענען נישט קיין עובדי עבודה זרה"...!
אה יעס. מ'האט טענות צו ליובאוויטש. אז די חסידים האבן געזאגט אז די רעבי איז משיח. און די רעבי האט (קיינמאל) נישט מוחה געווען...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:22 am
דורך חב''ד הויזן
מתבודד האט געשריבן:זאגסטו דאך אליינס אז די חילוק איז אין די מחשבה. איז דאך הוא הדין מיט הגה''ק. (אין פארגלייך צו הייליגע רבי)
ריכטיג, און דאס איז טאקע וואס כ'האב פריער
געשריבן. דאך אבער איז א טיטל וואס רוב שרייבן נישט א געוויסע סטעיטמענט.
כ'מיין ס'איז זייער פשוט.
אמת. איך האלט ווי דיר. איך רעדט בלויז אין פארגלייך צו הייליגע רבי, אזויווי כ'האב געשריבן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:29 am
דורך מיליאנער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווייסטו וואס? ביזט גערעכט, די אהרונישע קהילה טראגט אויך גאר שטארקע קולט ווייבס, הגם איך ווייס נישט צו ס'איז מער פון אנדערע חסידות'ער אבער אין פארגלייך צו די זאלונישע קהילה איז עס זיכער קולטיש געשטימט, די מענדעליסטישע קולט ווייבס איז אבער אביסעלע אויף א העכערע גראד, עכ"פ אזוי הייסט עס.
דו ווייסט נישט צו די ארוינים זענען מער קולט ווי אנדערע קהילות? די שוואכסטע קולט איז ביי די ארוינים. גיב א קוק וואס טוט זיך אין סקווירא, בעלזא, ויזניץ, צאנז, גור וכו' וכו', אפשר פאפא איז שוואכער... קעגן די זאליס זענעט די ארוינים טאקע א העלבראנץ אבער אז דו קוקסט אויפן גרויסן בילד זענעט די ארוינים די ווייניגסטע קולט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:35 am
דורך בעל אחריות
סקווירא ביסטו גערעכט, בעלזא אויך און גור אויך, אבער וויזניץ (נישט די הייליגע) און צאנז זענען נישט קיין קולט לעניית דעתי.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 1:00 am
דורך שמעון וואלף
באמת איז נישט קיין שום חילוק. אין וויזניץ האט מען אזוי געריפן ר' משה'לע - די הייליגע רבי (אפשר שוין ביים אמרי חיים אויך און ביים אהבת ישראל, איך געדענק נישט), און ווען זיין זון מהר"ם איז געווארן רבי האט ער אויטאמאטיש באקומען די טיטול.
די שאלה איז נאר פארוואס זיי ריפן אים נישט די הייליגע ריינע רבי, אזויווי זיי שרייבן אייביג "הקוה"ט"?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 1:21 am
דורך שושן פורים
שמעון וואלף האט געשריבן:די שאלה איז נאר פארוואס זיי ריפן אים נישט די הייליגע ריינע רבי, אזויווי זיי שרייבן אייביג "הקוה"ט"?
הייליג איז רעלעוואנט, שפיל דערמיט וויאזוי דו ווילסט.
ריין איז א מציאות!
איי געסס א פינטעלע אמת איז נאך געבליבן דארט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 6:50 am
דורך ליימדארפער
די דזשאוק איז, ווען איינער שרייעט ברבים, אז סרולטשע איז מער הייליג ווי מענדל.
אז דו האלטסט אזוי ביי דיר, פיין. אבער מה חזית?
כ'מיין אלע דערמיט.