מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
Man City
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2023 9:36 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א

שליחה דורך Man City »

בארא פארק - א איד וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן, זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן. בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע. דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בארא פארק - א איד
וואס איז זיין נאמען?
וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד
וועלכע טאג איז געווען די חתונה?
האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן
וועלכע מחלה?
זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן
פארוואס?
בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע.
האט דער רבי מסביר געווען פארוואס?
דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.
דאס מיינט אז ער איז נעבעך געווען ביי זיין קינד'ס חתונה מיינענדיג אז ער האט א שווערע מחלה וואס אויב דער רבי וואלט אים געהייסן מאכן נאך א טעסט פאר די חתונה וואלט מען דאס שוין געוואוסט נאך פאר די חתונה.
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

שליחה דורך שערי יושר »

Man City האט געשריבן:בארא פארק - א איד וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן, זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן. בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע. דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.
מן הסתם האט ער עס גע'פועל'ט מיט א ניגון...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב א פאציענט איז אין שפיטאל און דער דאקטאר admitted אים און מ'מוז זאפארט אפערירן, קען מען זוך דען ארויסגליטשען פון שפיטאל אן דעם וואס איינער פון די אויפזעהר זאלן באמערקן?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

קרן זוית האט געשריבן:אויב א פאציענט איז אין שפיטאל און דער דאקטאר admitted אים און מ'מוז זאפארט אפערירן, קען מען זוך דען ארויסגליטשען פון שפיטאל אן דעם וואס איינער פון די אויפזעהר זאלן באמערקן?
ווענדט זיך וועלכע שפיטאל, אבער ס'איז מעגליך.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

מען דארף זיך נישט ארויסגליטשען, מען קען זיך ארויס סיינען AMA
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

אויב די 45 רבי האט דאס טאקע געטון ממש ווי די לייגסט עס אראפ איז ער אפשר נידון ווי א רוצח בפה. א מפתה אויף רציחה.

דאס אז ס'איז אים געלונגען די מופת (אויב אלעס איז אמת ווי די לייגסט עס אראפ) גייט אריין אין חישוב לעשות עבירה רציחה וואס איז א ערענסטע חטא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאסל ראקאווער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

איך וואנדער מיר צו @Man City האט געשריבן די מעשה צו מרבה זיין כבוד לבית באבוב-45, אדער ער האט געוואוסט וויאזוי מען גייט עס מקבל זיין אין אונזער הייליגע שטיבל, און ער האט פשוט געוואלט מרבה זיין לצנות לבית באבוב-45.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

יעצט זאל ער מאכן א מופת, און אלע בחורים זאלן חתנים ווערן.
Man City
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2023 9:36 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך Man City »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך וואנדער מיר צו @Man City האט געשריבן די מעשה צו מרבה זיין כבוד לבית באבוב-45, אדער ער האט געוואוסט וויאזוי מען גייט עס מקבל זיין אין אונזער הייליגע שטיבל, און ער האט פשוט געוואלט מרבה זיין לצנות לבית באבוב-45.
מרבה זיין כבוד.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א

שליחה דורך דיכטער »

איך וויל פרעגן רשות פארצולייגן מיינע צוויי צענט.

איינער איז ארויף געקומען דא מיט א מעשה איבער א איד וואס האט זיך שיעור נישט אפערירט אומזונסט און נאר ווייל זיין רבי האט איהם אויפגעהאלטן פון גיין אונטערן מעסער, האט ער זיך דאס פארשפָּארט.

דאס איז דער מעשה? שטומט?

יעצט. אזוי ווי דא איז דאך קאווע שטיבל און נישט קיין 'אנדערע וועלט' קען מען דער מעשה אפירלייגן אונטערן אפעראציע בעטל אנשטאט דעם אינגערמאן און אנהייבן צו אנאליזירן וואס דא האט זיך אפגעשפילט.

ברם. אבער, צו וואס דארף מען אוועק מאכן, שפעטן, און אפלאכן דער מעשה? דאס איז דאך אויך נישט קיין חכמה און העדר חכמה הא'מער שוין איבערגעלאזט פאר אנדערע וד"ל.

און צום מעשה.

דער רבי האט איהם געזאגט אז ער זאל גיין צום חתונה. מיט וועלכע רעכטן האט דער רבי דאס איהם געראטן? טאמער האט דער רבי רוח הקודש פארוואס האט דער רבי נישט קלאהר איהם געזאגט די סיבה פאר זיין באשלוס, נעמליך, אז ער האט בסך הכל א קליין געזונט פראבלעם? ואם תמצא לומר אז דער רבי האט אליין נישט געוויסט, דאן פון וואו נעמט ער דער היתר איהם צו געבן עצות וואס זענען אין קעגנזאץ מיט די דאקטוירים?

און בכלל וואס איז דאס א מופת? עס איז באשערט פאר איינער די עגמת־נפש זיך צו דארפן ספראווען מיטן פחד אז ער ליידט פון עפעס ביטער און ווערן אפערירט פאר גארנישט און פלוצלונג קומט זיך אן א רבי און פארדרייט דער גאנצע פלאן. און טאמער ווילסטו זאגן אז עס איז נישט געווען באשערט פאר דעם מענטש צו דארפן דורכגיין אלע פחדים איז פארוואס האבן די דאקטוירים צוערשט געמיינט אז עס איז אן ערנסטע פראבלעם?

וואס וואלט געשען ווען נישט דער רבי הייסט איהם זיך אויסלאכן? וואלט ער דאך אדורך דעם גאנצן פרשה און נישט אפילו געוויסט אז ער האט זיך אפערירט לָרִיק, ער וואלט אפילו אפשר געמאכט א סעודת הודאה אז ער איז אויסגעהיילט געווארן און ניטאמאל געוויסט אז אלעס איז געווען צוליב א גרייז.

און איין ווארט, איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן אז מען קען אנאליזירן די מעשיות אויף א ראציאנאלישן אופן און אזוי ארום אפשר קליגער ווערן דורך דעם, אנשטאט זאגן wow און נתפעל ווערן, לויט ווי די וואס זענען מפרסם דער מעשה ווילן אז עס זאל אויף אונז ווירקן.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

איך גלייב אז די מעשה אין איר אריגיאנעלע צורה וואלט געווען זייער פארשטענדליך, מ'האט נאר אראפגענומען/צוגעלייגט/געטוישט פרטים עס צו מאכן אויסקוקן ווי א מיסטעריעזע מופת

איך גלייב נישט אז אדמו"ר מבאבוב 45 האט out of the blue געזאגט פאר איינעם זיך נישט צו אפערירן, קיין איין נארמאלע מענשט טוט נישט היינט אזאנס. מסתם זענען געווען צדדים און די רבי האט אים אזוי מייעץ געווען אדער עפעס כעין זה
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

Sounds like Kidney stones נאר דער דאקטאר האט געװאלט מאכן דעם procedure און צום סוף איז עס ארױס לפע״ד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליימדארפער האט געשריבן:יעצט זאל ער מאכן א מופת, און אלע בחורים זאלן חתנים ווערן.
ליימדארפער: ווער זאגט דיר אז ער (די רבי שליט"א) ארבעט נישט אויף דעם.

ווען מיין זון האט געלערנט ביי איהם אין ישיבה האט ער זיך אייביג נאכגעפרעגט אויף זיין מצב. ממש ביי א יעדע געלגעגנהייט. האט זיך די רבי נאכגעפרעגט אויב ער איז שוין געווארן א חתן. ער האט אויך אנגעטראגן צו העלפן מיט שידוכים...!

ביטע הערטס אויף מיט די ליצנות און די קרומע פשט'לעך.

מ'דארף דאנקען דעם באשעפער אז ס'זענען נאך פארהאן ערליכע אידן וולכע האבן אמת'דיג אהבת ישראל. שמח בשמחת חבירו ומצטער בצערו (ח"ו).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

פארקערט, איך זאג ער זאל נאר ממשיך זיין צו ווייזן וואונדער, ווייל די באן פון שידוכים איז זייער זייער שטייט.

[הגם איך וואונדער מיך דערויף, און איך פרעג אזוי.
מ'שטופט שידוכים - און מ'וויינט ס'גייט נישט; איינמאל ס'ווערן חתנים, וויינט מען ס'נישטא קיין געלט, קיין זאלן. ס'ווערן יונגעלייט, וויינט מען ס'נישטא קיין דירות פאר ביליג, ס'נישטא קיין קינדער, און בוני עולם, און צרכי העיר, און דאס און יענץ... אין די צייט וואס א אלטע בחור ווארט פינעף יאר, האט ער געשפארט אסטראנאמישע סכומים און דאגות פון אזויפיל אזויגערופענע עסקנים... חחחחחחחחח]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איינער וואס לעבט מיט זיינע עלטערן ביז ער גייט אין מושב זקנים שפארט זיך נאך א סאך מער. איך האב געקענט אזא איינעם...!
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

berlbalaguleh האט געשריבן:איינער וואס לעבט מיט זיינע עלטערן ביז ער גייט אין מושב זקנים שפארט זיך נאך א סאך מער. איך האב געקענט אזא איינעם...!
און איך קען איינער וואס מאכט נישט קידוש פרייטיג צו נאכטס ווילאנג ער האט נישט מסיים געווען דעם רבינס לעצט-וואכיגע תורה; און ער מאכט טאקע נישט קיין קידוש...
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

ליימדארפער האט געשריבן:יעצט זאל ער מאכן א מופת, און אלע בחורים זאלן חתנים ווערן.
אדער אז אלע בחורים זאלן ווערן אנגענומען אין ישיבה
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

באבוב-45 קען ניצען א מופת אז זייערע מנהלים אין די חדרים זאלן באקומען שכל, הייליגע רבי, חנני מאתך חכמה בינה ודעת
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליימדארפער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איינער וואס לעבט מיט זיינע עלטערן ביז ער גייט אין מושב זקנים שפארט זיך נאך א סאך מער. איך האב געקענט אזא איינעם...!
און איך קען איינער וואס מאכט נישט קידוש פרייטיג צו נאכטס ווילאנג ער האט נישט מסיים געווען דעם רבינס לעצט-וואכיגע תורה; און ער מאכט טאקע נישט קיין קידוש...
ליימדארפער: און איך קען איינעם וואס מאכט נישט קיין הבדלה אויך. ער טוט נישט נאך א סאך אנדערע זאכן. און וואס ער טוט יא. פון דעם לאמיר בעסער נישט רעדן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דיכטער: און אויב דו רעדסט פון אנאליזירן (דעם רבינ'ס "מופת") ראציאנאל. קענמען זאגן זייער פשוט. די רבי האט איהם געהייסן גיין נעמען א "סעקאנד אפיניאן". א זאך וואס א יעדער מענטש פארשטייט און איז מסכים מיט דעם. און אזוי ווי אין א סאך פעלער, ווייזט די סעקאנד אפיניאן אדער טעסט אז די ערשטע דיאגנאז איז געווען בטעות יסודו. דאס איז מעשים בכל יום. און קיינער פרעגט נישט קיין קשיות. אדער מ'בויעט אויף גאנצע בניינים. צי ערנסט אדער סארקאסטיש...!
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

דער מעשה איז נישט אמת. נישטא קיין מחלה אויף דער נירען וואס פאדערט א באלדיגע אפעראציע. בפרט איינער וואס קומט אריין דער ערשטער מאל מיט שמערצן.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

די מעשה באשריבן אינעם פאפולערן גליון 'אן אוצר', אינעם נומער וואס איז נארוואס ארויס לקראת פסח תשפ"ג, באזאלצן מיט מער 'פרטים'...
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20230408-234658_Drive.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט