שבת הגדול דרשה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שבת הגדול דרשה

שליחה דורך כוואליעס »

נאכן געוואר ווערן אז אסאך באקאנטע אידישע בעלי דרשנים, רבנים, מיינונגס זאגער, וכד', גרייטן זיך אן זייערע דרשות דא אויף קאווע שטובל, האבן מיר אהער געשטעלט א דרשה פאר שבת הגדול, מיר לייגן עס ארויף גענוג פרי איר זאלט האבן צייט עס צו גוט איינחזרן ביז שבת הגדול,
נ.ב. ווער עס וועט עס די בעסטע ארויסברענגען וועט מען עס אריינשטעלן בשמו אינעם גליון השמעיני את קולך

שבת הגדול דרשה בבית המדרש "תפילה לדתן ואבירם" שבת לפני יציאת מצרים
שטיי מיר יעצט אין א זמן וואס יעדער דארף זיכן וואס מען קען פאררעכטן, וואס מען קען זיך פארבעסערן, ליידער זענען די קליפות גובר א יעדע מינוט, די שטן שלאפט נישט, ער קומט אויף א יעדע מינוט מיט פרישע תחבולות, לעצטענס איז דא עפעס א נייע אנשיקעניש, איך ווייס אז ביי אונזערע קרייזן איז דאס נישט בנמצה, אבער דאך דארף מען ריידן דערפון, לא עת לחשות,
לעצטענס האט זיך אריינגעכאפט ביי די …. מער שוואכערע… אזא משוגעת.. מגייט ערב פסח אין מ'מאכט אזא.. זיי רופן דאס א על האש, מנעמט א גאנצע שעפס און מלייגט דאס ארויף אויף אזא שטעקן צו וואס, און מ'בראט, צלי אש, מזינגט זיך נאך אונטער ר' שעי בן ר' משה, כאילו מ'מאכט דאס נאר לשם שמים, נישט ח"ו פאר די אייגענע תאוות, און נישט מער און נישט ווייניגער, דאס איז וואס מען עסט ביי זיי אויף פסח ביינאכט, יום טוב ביי די סעודה עסט מען גריל פלייש… ווי איז אזאנס געהערט געווארן??? צו ווי איז מען אנגעקומען?? נאכדעם פארשטייען זיי נישט פארוואס מען איז נאך אין גלות דא אין מצרים!!! איך רעד שוין נישט פון די התגרות באומות וואס דאס ברענגט, די מצריים דינען דאך צו דעם שעפס, מאיז דאך אין גלות ביי זיי?!?!
ווי נידריג קען מען זיך דערקייקלען????
און פארשטייט זיך, דאס האט זיך נישט אנגעהויבן דא, אנגעהויבן האט זיך דאס ווען ער האט געקויפט א סמארט פאון, פארשטייט זיך לצורך פרנסה, נישט פארגעסן (חחח), און פון דארט פארט א באן!! היינט האלט דאס שוין ביים גרילן פלייש לבוד יום טוב, (ביי זיי אינדערהיים עסט מען לכאורה זאפטיגע טשיקן בארעם'ס געקאכט אין די זופ, פארשטייט זיך לעגארן)
אונז האלטן פארן אריינפאלן אין די נ שערי טומאה, און די עולם זיצט און בראט פלייש, דאס איז שוידערליך!!!
די אייבעשטער זאל העלפן…………
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כוואליעס: איך פארשטיי נישט? אינטערנעט, רויטע טורבאנס, לאנגע פאנדיאלאוס און שייגעץ בייקס זענען ביי דיר גארנישט. אט די אלע זאכן זענען די גורמים וואס ברענגען (ח"ו) אונטער דאס אידישקייט דא אין די עיר הקדשה וויליאמ-פעסט והגלילות...!
פארשפארט