בלאט 1 פון 2

כ''ק אדמו''ר משומרי אמונים ז''ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:57 pm
דורך קלאר
יעצט קומט די בשורה לא טובה פין ארץ ישראל
ברוך דיין האמת

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:01 pm
דורך שמואל הלוי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:15 pm
דורך תלמיד חכם
ברוך דיין האמת.
אסאך געהאט מיט די עדה החרדית צו טוהן וכו', נישט אויף יעצט..
יה"ר עס זאל נישט געשעהן (ממשיך זיין) קיין מחלוקת דארט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:02 pm
דורך שמואל הלוי
אינעם צוואה זיינער שטייט אז מען זאל עס נישט עפענען נאר ככלות ימי השבעה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:07 pm
דורך שמואל הלוי
אויך איז געווען א אישו איבער די מקום הקבורה וואס לכבוד דעם איז די לוי' אין ירושלים אויפגעהאלטן געווארן פאר פיר שעה.
דהיינו די חברה קדישא האבן בטעות געגראבן א קבר אויף א אנדערע ארט פון וואס ער האט געהאט געקויפט בחיים חיותו נעבן זיין טאטן זי"ע, און ס'איז געווען א דין ודברים צו מען זאל אים לייגן אינעם טעות'דיגן קבר היות א קבר וואס ווערט אויפגעגראבן פאר איינעם טאר מען נישט מער באגראבן דארט א צווייטן, צו מען זאל אים יא לייגן אינעם חלקה וואס ער האט געקויפט, למעשה האט די משפחה געזיגט, און ער ליגט טאקע נעבן טאטן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:22 pm
דורך מורינו הרב
דער רבי האט א זוהן אין תפיסה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:40 pm
דורך תלמיד חכם
מורינו הרב האט געשריבן:דער רבי האט א זוהן אין תפיסה.

אמת,,, צוליב א בלבול אדער ליידער,,,?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:41 pm
דורך מורינו הרב
ווער ווייסט...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:47 pm
דורך תלמיד חכם
מיט די רבי'סטווע דארט ווייסט איר יא? עס איז נאך דא אפאר אלט'ע מיידלעך דארט , אפשר וועלען זיי איבערנעמען

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:58 am
דורך הדד בן בדד
ווער ס'וועט איבערנעמען ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז ער האט נישט איבערגעלזאט א ממלא מקום...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:16 am
דורך על המחיה
עס ווערט באריכטעט אז מארגען פרייטיג, גייט מען עפענען די צוואה במעמד די פיר זוהן (יעקב יצחק לאזט מען ארויס פאר שבת)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:47 pm
דורך תלמיד חכם
זיין נאמען איז געווען געגעבן נאכ'ן פלאנטש'ער רב , די סאטמער רב'ס זי'ע שווער, די בלאזוב'ערס שוואגער,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:59 pm
דורך שמעקעדיג
תלמיד חכם האט געשריבן:זיין נאמען איז געווען געגעבן נאכ'ן פלאנטש'ער רב, דער סאטמאר רב'ס זי"ע שווער


בזיווג ראשון.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:19 pm
דורך שמואל הלוי
על המחיה האט געשריבן:עס ווערט באריכטעט אז מארגען פרייטיג, גייט מען עפענען די צוואה במעמד די פיר זוהן (יעקב יצחק לאזט מען ארויס פאר שבת)

נו וואס שטייט דארט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:21 pm
דורך זר זהב
אז אלע קינדער זאלן זיין אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 7:39 am
דורך על המחיה
ר' רפאל אהרן באקומט די ראביסטווע מיט'ן בית מדרש אין בני ברק, אין ער גייט זיך רופען אדמו"ר מבערגסז

ר' שלמה באקומט די ראביסטווע מיט'ן בית מדרש אין ירושלים

ר' גדליה משה גייט ווערען אדמו"ר משו"א - אשדוד

יעקב יצחק ווען ער קומט ארויס וועט ער ווערען שו"א רבי אין בית שמש

די אייניקל ר' אהרן געלדציילער קען ווערען רב אין בית שמש

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:07 am
דורך איחוד פעלד
ווען דער יעקב יצחק קומט ארויס פין תפיסה קען ער נאך זיין א סעלעבריטי גרעסער פין דער וויזניצער רבי וואס זיינע צרות קומען נישט צו צו זיצן אין תפיסה אויף אן עבירה ווי דאס.
בדרך אגב, איז געוועהן נאך מעשיות אויף אים אדער דאס איז די איינציגסטע?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:29 am
דורך No_name
קען איינער זיין אזוי גוט און מיך צוצייגן אויף וואסערע חטא ער זיצט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:52 am
דורך קאווע טרינקער
סליחה, כ'האק אריין.
ס'איז דא איינער אויף קאווע שטיבל וואס איז נייגעריג ווער ס'ווערט רבי וואו?
כ'מיין דאס איז דאך ניטאמאל דברים בטלים.
חוץ אויב ס'איז דא שומרי-אמונים-חסידים דא. אויב יא, סליחה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:55 am
דורך שמעקעדיג
אויב זענען דא שרייבער דערוועגן, זענען זיי דאך אליינס אינטרעסירט דערין... נישט אזוי?
נאך אלעם איז דער אשכול געפארן מיט שאלות ותשובות. איז דאך משמע (פון רש"י) אז ס'זענען פאראן אינטרעסירטע.
אבער זעלבסטפארשטענדליך, מוזט נישט ליינען אויב דיך אינטרעסירט עס נישט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:59 am
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב זענען דא שרייבער דערוועגן, זענען זיי דאך אליינס אינטרעסירט דערין... נישט אזוי?
נאך אלעם איז דער אשכול געפארן מיט שאלות ותשובות. איז דאך משמע (פון רש"י) אז ס'זענען פאראן אינטרעסירטע.
אבער זעלבסטפארשטענדליך, מוזט נישט ליינען אויב דיך אינטרעסירט עס נישט.

איך זיך צו אנטלויפן פון קופקעס וואס מ'רעדט שטותים, פיינעלי טרעף איך א קאווע שטיבל. און אלל אף עי סאדען, די נערישע פלוידעריי איז הער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:59 am
דורך [NAMELESS]
No_name האט געשריבן:קען איינער זיין אזוי גוט און מיך צוצייגן אויף וואסערע חטא ער זיצט?

http://www.ruling.co.il/%D7%91%D7%A9%22 ... 79bef392ad

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:02 am
דורך קאווע טרינקער
בקיצור?
וואס איז די שורש החטא?