בלאט 1 פון 1
טריפה פלייש אין בינגא?
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 7:42 pm
דורך שמן למאור
אויף
אידישלעך פאליטיק טעלעגראם קאנאל איז ארויס אזא מעסעדזש ק/פ:
שוידערליכע שמועות צירקולירן איבער א פלייש סקאנדאל אין בינגאו, ווען טריפה צו נישט כשר'ע בהמה פלייש וועלכע איז געקומען פון א בית השחיטה אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים איז אנגעקומען אין געשעפט.
לויט די שמועות איז עס געקומען אין רעזולטאט פון א מענעדזשער, ליידער א היימישע איד, וועלכער איז גאר גוט מיט די בעל בית פון די בית השחיטה און געטון וואס ער האט געוואלט.
מ'רעדט דא פון דארפן כשר'ן טעפ וכו'. ס'איז פארגעקומען מיטינגען ביי גרעסערע קהילות אונטער פארמאכטע טירן. דעטאלן זענען דערווייל נישט קלאר.
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 7:43 pm
דורך שמן למאור
איינער מיט מער דעטאלן? און צו זענען די שמועות קראנט?
(זיי זענען לאו דווקא א פארלעסליכע מקור)
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 7:56 pm
דורך תפוח
שכוח
@מנהל פארן פארשפארן מיין אנדערען אשכול דערוועגן.
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 8:26 pm
דורך טינט פען
שמן למאור האט געשריבן:אויף
אידישלעך פאליטיק טעלעגראם קאנאל איז ארויס אזא מעסעדזש ק/פ:
שוידערליכע שמועות צירקולירן איבער א פלייש סקאנדאל אין בינגאו, ווען טריפה צו נישט כשר'ע בהמה פלייש וועלכע איז געקומען פון א בית השחיטה אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים איז אנגעקומען אין געשעפט.
ווען טריפה צו נישט כשרע בהמה פלייש וועלעכע ... וואס שטייט דא?
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 8:32 pm
דורך כלבאשבוע
קאמפיין פון מיעל מארט
ק/פ
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 9:00 pm
דורך ביבער
כלבאשבוע האט געשריבן:קאמפיין פון מיעל מארט
אדער בינגא
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 10:05 pm
דורך לך לך
פאללאק
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 10:41 pm
דורך צקון לחש
"שוידערליך.." מ'קען מיינען מ'רעדט פון חיטוטי שכבי
Re: טריפה פלייש אין בינגא?
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 10:46 pm
דורך החוקר
אני הקטן האלט, אז די אשכול וואלט נישט געמעגט בלייבן. שמועות וואס צירקולירן אין די לופטן אן קיין שום קראנטע דעטאלן, ברויכן נישט געלופטערט ווערן דא.
אז איינער האט עפעס מער ספעציפישע דעטאלן, מעג ער עפענען אן אשכול איבער די מעשה און אויך נאר מיט א קלארשטעלונג אז דאס איז א דעוועלאפינג סטארי.
לדוגמא: "ס'איז פארגעקומען מיטינגען..." דארף זיין היבש מער ספעציפיש. וועלכע קהילות? ווען? וואס האט מען געשמועסט? וכדו'
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 11:04 pm
דורך [NAMELESS]
ק/פ ivelt
היות מאנכע מיט אייגענע ביזנעס און פאליטישע אינטערעסן האבן ארומגעשיקט אן אויסגעזויגענע אומגעשטויגענע מעשה ווי כאילו עס איז ח"ו אריינגעקומען טריפה'נע פלייש אין BINGO ווילן מיר קלאשטעלן אז לא היו דברים מעולם
*נישט נאר אז עס איז נישט ארייגעקומען נישט כ׳שרע פלייש נא עס קומט בכלל נישט אריין אין די געשעפטן קיין שום אנדערע פלייש אויסער אונזער אייגענע מהודר׳דיגע פלייש אזוי עס זאל נישט זיין בעזרת השם קיין שום מקום פאר קיין מכשול כל דהו*
אונזער געשעפט אין BINGO שטייט שוין צום גוטן פאר 5 יאר און איז די איינציגסטע בוטשער וואס עס קומט נישט אריין דורכ'ן טיר קיין שום אנדערע פלייש אויסער אונזער אייגענע פלייש וואס שטייט אונטער די שטרענגע און מהודר'דיגסטע השגחה פון די התאחדות הרבנים פון אנפאנג ביז'ן סוף ממש פון די שחיטה ביז נאכ'ן פארפאקן. און יעדע לאקאציע האט זיך זיין בשטימטע משגיח תמידי און עס איז ב"ה אויפן שענסטן און בעסטן מהודר'דיגסטע אופן
ווי פארשטענדליך איז אזא מהודר'דיגע פלייש א דארן אין די אויג פון אסאך... וד"ל ממילא פראבירן זיי צו באשולדיגען מיט אויסגעטראכטע מעשות אבער קושטא קאי ושוקרא לא קאי און כלל ישראל וועט זיך אוודאי נישט לאזן פארפירען, אין דעם צייט טוען מיר אויפאדערן די אינשי דלא מעלי חדלו ידיכם לאזט ענק אפ פון אונז אז נישט וועלן מיר מוזן נעמען שריט ע"פ תורה וע"פ דינא דמלכותא.
די פארוואלטונג פון בירדסבארא פלייש געשעפט.
Re: טריפה פלייש אין בינגא?
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 11:36 pm
דורך שלג זהב
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:04 am
דורך מתבודד
כלבאשבוע האט געשריבן:קאמפיין פון מיעל מארט
אויב האט Meal Mart טאקע ארויסגעלאזט די שמועה דארף מען בודק זיין צו זייער אייגענע פלייש איז יא כשר, דער האט דאך פארלוירן זיין נאמנות.
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:58 am
דורך פערפאל
פאר ווער סאיז נישט באקאנט בירדסבארא טישקען איז לעצטענס אפגעקויפט געווארן דורך מאיר הירש KJ MEET און איך גלייב שווער אז מילמארט וויל זיך מוט אים שלאגן
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 1:17 am
דורך שמעון וואלף
מתבודד האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:קאמפיין פון מיעל מארט
אויב האט Meal Mart טאקע ארויסגעלאזט די שמועה דארף מען בודק זיין צו זייער אייגענע פלייש איז יא כשר, דער האט דאך פארלוירן זיין נאמנות.
אבער אויב שטעלט זיך ארויס אז בירדסבארא האט אויסגעלאזט די שמועה כדי מ'זאל מיינען אז דאס קומט פון מיעל מארט, וועט מען דאן מוזן זאגן אז בירדסבארא האט פארלוירן זייערע נאמנות.
חד גיא חד גדיא
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 2:34 pm
דורך יוסף חיים
לויט ווי איך האב געהערט איז עס אונערליכע רייבערייען
Re: טריפה פלייש אין בינגא?
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 6:22 pm
דורך שלג זהב
התאחדות און OU מיט א קלארשטעלונג אז בירדסבארא איז אונטער זייער השגחה בלי שום מכשול.
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 6:41 pm
דורך מתבודד
שמעון וואלף האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:קאמפיין פון מיעל מארט
אויב האט Meal Mart טאקע ארויסגעלאזט די שמועה דארף מען בודק זיין צו זייער אייגענע פלייש איז יא כשר, דער האט דאך פארלוירן זיין נאמנות.
אבער אויב שטעלט זיך ארויס אז בירדסבארא האט אויסגעלאזט די שמועה כדי מ'זאל מיינען אז דאס קומט פון מיעל מארט, וועט מען דאן מוזן זאגן אז בירדסבארא האט פארלוירן זייערע נאמנות.
חד גיא חד גדיא
אוודאי אזוי, כ'האלט נאר אז ס'פאסט מער פאר מיעל מארט.
האבן זיי נישט קיין עקספעריענס פון ווייסמאנדל?
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:04 pm
דורך מענדל וועבער
איך האב געהערט זאגען אז ס'איז געווען היינט מיטיגען מיט רבנים איינער מיט מער דעטאלן ?
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
מתבודד האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:קאמפיין פון מיעל מארט
אויב האט Meal Mart טאקע ארויסגעלאזט די שמועה דארף מען בודק זיין צו זייער אייגענע פלייש איז יא כשר, דער האט דאך פארלוירן זיין נאמנות.
ס'האטציך שוין געטון מיט יארן צוריק איבער די מיעל מארט פליישן. ס'איז אפי' דא א טעיפ ווי דער (הייליגער) נירבאטור'ער צורייצט זיך מיט הרב אברהם לייטנער איבער כשרות פון די מיעל מארט/עללי פראסעססינג פליישן. וואו דער הייליגער באטור'ער איז געווען דער בעל מכשיר....!
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:22 pm
דורך מענדל וועבער
...