בלאט 1 פון 2
פוד סטעמפס
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:14 pm
דורך קלאר
איך קען נישט האבען קיין פוד סטעמפס כאטשיג איך וואלט זיך מחי' געווען דערמיט
גיי זיי מסביר פאר די טיפשום אז ביי אינז אידן קאסט אינז אזוי פיל צו זעטיגן אינזערע משפחות
עס איז אבער אינטערסאנט צו הערן די וואס האבען עס אדער קענען זיך אויס דערמיט
וויאזוי ארבעט דאס, וויפיל באקומט א משפחה, ווענד זיך עס אין די אינקאם אדער אנדערע הוצאות?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:20 pm
דורך תלמיד חכם
נעכטן געהרט פין מיין חבר א (כמו) פרומער ,אז ער נעמט נישט וועגן פועל בנפעל ,וואס ער וויל נישט אין זיינע קינדער
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:25 pm
דורך שמעקעדיג
אודאי ווענדט זיך עס אין די אינקאם און די הוצאות.
נאר אין וואס דען? אויף די סארט נאז??
זיי רעכענען צוזאמען נאך דיין אינקאם אלע דיינע הוצאות, און אזוי באשטימט מען א סכום פער חודש.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:44 pm
דורך קלאר
שמעקעדיג האט געשריבן:אודאי ווענדט זיך עס אין די אינקאם און די הוצאות.
נאר אין וואס דען? אויף די סארט נאז??
זיי רעכענען צוזאמען נאך דיין אינקאם אלע דיינע הוצאות, און אזוי באשטימט מען א סכום פער חודש.
סוי עס גייט פער
מענטש אין די משפחה
אינקאם
הוצאות
קען דאך יעדער ברענגן אלע הוצואת
אין וויפיל איז די מערסטע וואס זיי געבן פער מענטש
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:08 pm
דורך געפילטע פיש
וואס עפעס הוצאות? זיי קוקען אויף גראסס אינקאם, נישט נעט, אויף וואסערע הוצאות קוקן זיי?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:10 pm
דורך זר זהב
זיי פרעגן אין זייער בראשור צי מ'צאלט אליין פאר HEAT , אלעס מאכט אויס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:15 pm
דורך געפילטע פיש
אקעי, אפשר רענט און יוטיליטיס, אבער אויב האסטו למשל מעדיקעל עקספענסעס וכדו' מאכט עס אויס א הויקער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:21 pm
דורך שמעקעדיג
און צי דו האסט א קאר, און געוויסע פליכטן דורך א קאורט ארדער וכדו'.
מיט יעדע הוצאה אדער הכנסה טוישט זיך די פיקטשער און דער סכום וועלכע דו באקומסט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:53 pm
דורך קאמפיאטער
זיי צאלן בערך אזוי: 376.86 פאר א משפחה פין צוויי אויב די מאכסט די ווייניגסטע אין ביי יעדע קינד גייט עס ארויף מיט א קנאפע צוויי הינדרעט דאללער. אין זיי פארלאנגן אז זיי מאן אין סיי ווייב זאלן ארבעטן אחוץ אין ספעשעל קאנדישענס. אין אויך פארלאנגן זיי צי וויסן וויפל דיין רענט איז, ווייל אז די געסט איין אז די מאכסט הינדרעט פיפציג דאללער ווילן זיי זעהן וויאזוי די קאווערסט דיין רענט. בקוצר זיי מאכן זיכער אראפצידרייען די קאפ פאר די נישטיגע פאר דאללארן וואס זיי געבן.
פרעג איינער וואס האט פאטסטעמפ ער וועט דיר האבן צי דערציילן א טיץ מיט מעשות וואס ער האט געהאט וויפל חדשים עס האט נישט געארבעט וכו' וכו'
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:56 pm
דורך זר זהב
דאס איז קלאר, דער סיסטעם איז דירעקט אויסגעשטעלט אז איינער וואס דארף נישט זייער וויכטיג די פ.ס. זאל אפילו נישט וועלן אפלייען דערפאר! ס'איז אן אפקומעניש!
איך מוז עס האבן, ווען נישט די פ.ס. וואלט איך געוואויגן 30 פונט ווייניגער ח"ו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:58 pm
דורך אשכנ
עס שטערט מיך כסדר צו זעהן מענטשען קויפן לוקסוס און שטותים מיט דער פ"ס בשעת איך, וואס מיינע שטייערען באצאלן דערפאר, מוז טראכטען וואס איך קען מיך ערלויבן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:10 am
דורך געפילטע פיש
יא, מיר באצאלן טעק פאר דעם:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6RhQsRKsU0M[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Po7PCEuDPLs[/youtube]
דיסקלעמער: ביידע ווידיאוס זענען א פאראדיע חוזק צו מאכן פון פוד סטעמפ אביוזערס, אבער ס'ברענגט ארויס די פוינט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:16 am
דורך שמעקעדיג
אין אמעריקע זענען טאקע די מיטל קלאס פארדינער אויסגעשפילט. קרח מכאן וקרח מכאן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:18 am
דורך Espresso
אויב מיר וואלען כאטש געווען
קורח מכאן וקורח מכאן וואלט גוט געווען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:05 am
דורך טראכט
דא קענסטו זען צו די ביסט קוואלעפעצירט צו באקומען פוד סטעמפס ווי אויך אנדערע פראגראמען פין די שטאט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:48 pm
דורך קלאר
קאמפיאטער האט געשריבן:זיי צאלן בערך אזוי: 376.86 פאר א משפחה פין צוויי אויב די מאכסט די ווייניגסטע אין ביי יעדע קינד גייט עס ארויף מיט א קנאפע צוויי הינדרעט דאללער. אין זיי פארלאנגן אז זיי מאן אין סיי ווייב זאלן ארבעטן אחוץ אין ספעשעל קאנדישענס. אין אויך פארלאנגן זיי צי וויסן וויפל דיין רענט איז, ווייל אז די געסט איין אז די מאכסט הינדרעט פיפציג דאללער ווילן זיי זעהן וויאזוי די קאווערסט דיין רענט. בקוצר זיי מאכן זיכער אראפצידרייען די קאפ פאר די נישטיגע פאר דאללארן וואס זיי געבן.
פרעג איינער וואס האט פאטסטעמפ ער וועט דיר האבן צי דערציילן א טיץ מיט מעשות וואס ער האט געהאט וויפל חדשים עס האט נישט געארבעט וכו' וכו'
סוי א משפחה פין פינעף קינדער קען מאכען 1376 א חודש?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:28 pm
דורך קלאר
לאמיר זאגען אז איך מאכען 100 דאללער א וואך אין איך צאל 350 דאללער רענט
דאס מיינט אז עס בלייבט מיר איבער 50 דאללער צום לעבן
אין איך האב 10 קינדער אין שטוב (א רעגולער חסידישע פאמיליע...) ד''מ 12 נפשות
וויפיל באקומט אזא איינער?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:47 pm
דורך chasid
טראכט האט געשריבן:דא קענסטו זען צו די ביסט קוואלעפעצירט צו באקומען פוד סטעמפס ווי אויך אנדערע פראגראמען פין די שטאט
ייש''כ פאר די לינק, מ'קען ערגעץ זען ביז וויפיל מ'מעג מאכן נאך צו זיין קוואליפיצירט פאר מעדיקעיד?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:49 pm
דורך חייםהערש
אז איינער האט א גרויסע משפחה גיבן זיי פאר יעדן קינד?
בן ירבה איז נישט דא ביי די אמעריקאנער רעגירונג, אזוי ווי להבדיל ביי די ציונים?
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:19 pm
דורך בעל הבית
ווייסט איינער ווי מען קען זען וויפיל מ'מעג פארדינען פאר מעדיקעד
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
בעל הבית האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מען קען זען וויפיל מ'מעג פארדינען פאר מעדיקעד
http://www.nyc.gov/html/hra/downloads/p ... _level.pdfבד"וו איך זעה מ'רעדט אויבן וועגן הוצאות פאר פוד סטעמפס. ס'גוט צו וויסן אז דעי קעיר הוצאות ווערט אראפגערעכנט פון די gross income.
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 10:35 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:31 pm
דורך לעמיל
ווייסט איינער א נומבער אין בארא פארק פון איינע וואס נעמט קער פון פוד סטעמפס מעדיקעד פאר באצאלט?