בלאט 1 פון 1
דריטע 'אונטערן' שפיל אויספארקויפט אין 3 מינוט
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
10 טעג פאר פסח איז שוין ביידע אונטערן פלעי געוועהן אינגאנצן אויספארקויפט. שמועות האבן אנגעהויבן ארומפארן אז מענטשן פארקויפן טיקעטס פאר הונדערטער דאללארן. היינט האט אונטערן געמאלדן אז צוליב די גרויסע פארלאנג וועלן זיי מאכן א דריטע שפיל דעם חול המועד. ביז 3 מינוט איז אויך די דריטע שפיל אינגאנצן אויספארקויפט געווארן!
יא, ס'איז א פאקט, כלל ישראל אפרישיעיט די שווערע ארבייט פון די אונטערן חבריא צו מאכן שיינע אינטערטעינמענט פאר אונזערע קינדער על טהרת הקודש. כה לחי!
https://drive.google.com/file/d/1E2CtLu ... Hvmdm/view
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 10:58 pm
דורך שערי יושר
.
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 11:52 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
עפעס קלעבט מיר נישט די גאנצע אויספארקויפעראציע פון זייערע פלעיס (שוין די לעצטע פאר). אבער סאו פאר האב איך נישט געקענט צוזאמקלעבן אן אנדערע טעאריע אויסער אז די היימישע עולם לעכצט נאך כשר'ע ענטערטעימענט.
אדרבא, איינער האט אן אנדערען הסבר אדער קאנספיראציע?
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 12:34 am
דורך חב''ד הויזן
דריטע פלעי געקענסלט.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 12:57 am
דורך Hashemschild
חב''ד הויזן האט געשריבן:דריטע פלעי געקענסלט.
וואסעגעשעהן?
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:10 am
דורך Hashemschild
מזל טוב!!!
אליעזר נייהויז א שידוך געטון מיט א טאכטער
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:25 am
דורך שמעקעדיג
שערי יושר האט געשריבן:פארוואס מאכן זיי נישט די פלעי אין א nba arena מיט 20,00 זיצן?
אויף אייוועלט שרייבן זיי די סיבה וויבאלד עס איז נישט מעגליך צו מאכן די פלעי אין א גרעסערע זאל אנע סקרינס.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:26 am
דורך שמעקעדיג
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:עפעס קלעבט מיר נישט די גאנצע אויספארקויפעראציע פון זייערע פלעיס (שוין די לעצטע פאר). אבער סאו פאר האב איך נישט געקענט צוזאמקלעבן אן אנדערע טעאריע אויסער אז די היימישע עולם לעכצט נאך כשר'ע ענטערטעימענט.
אדרבא, איינער האט אן אנדערען הסבר אדער קאנספיראציע?
די קאנספיראציע וואס פארט ארום איז אז געוויסע חברה קויפן אפ א גרויסע צאל טיקעטס און פארקויפן עס פאר 10 מאל די פרייז פאר די דעספערעיט משפחות וואס חלש'ן מיטצוהאלטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 4:41 am
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז די פשוטע עצה איז, צי מאכן א לימיט וויפיל טיקעטס איין מענטש קען קויפן.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 7:07 am
דורך ליימדארפער
פארוואס זאל מען נישט מאכן קאמפעטישן, און נאך זעקס גרופעס זאלן מאכן שפילן.
יעדער קלעבט צו נייהויז און די פאהר קלאוינס די לעצטע דעקעיט...
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 8:01 am
דורך מיליאנער
ליימדארפער האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט מאכן קאמפעטישן, און נאך זעקס גרופעס זאלן מאכן שפילן.
יעדער קלעבט צו נייהויז און די פאהר קלאוינס די לעצטע דעקעיט...
א מאדנע פראגע דאס.... 'מען' זאל מאכן זעקס קאמפעטישן'ס? ווער, קהל? די אונטערנ'ס טויגן צו די מלאכה. אז דו ווילסט קאמפיטן מיט זיי איז נישטא גארנישט וואס האלט דיך צוריק.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 8:03 am
דורך חב''ד הויזן
Hashemschild האט געשריבן:חב''ד הויזן האט געשריבן:דריטע פלעי געקענסלט.
וואסעגעשעהן?
ארומגעפארן א פאלשע צעטל אז ס'איז געקענסלט.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 9:05 am
דורך שמן למאור
ס'איז נישט נארמאל דאס! ס'ווייזט אז ס'דא א משונה'דיגע דימענד ביים היימישן עולם פאר גוטע אידישע אינטערטעינמענט.
עפעס איז ארומגעפארן א מעסעדזש ווי יונתן שווארץ איז מסביר אז מען האט געמוזט מאכן ווייניגער פלעיס ווייל מען האט מורא פון איסורים פון די מנהלים, און נייהויז מוז זיך פארזיכערן אז ער וועט קענען אנפילן די זאל נישט צו פארלירן געלט...
כ'מיין אז ס'איז ב"ס, סאטמאר צו ווער קען ארויסקומען מיט וויפול איסורים זיי ווילן נאר.. דער עולם זיכט אינטערטעינמענט!
כ'מיין אז ס'איז שוין צייט צוריקצוברענגען די אידישע טעאטער...
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 9:25 am
דורך מונטסורי
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:עפעס קלעבט מיר נישט די גאנצע אויספארקויפעראציע פון זייערע פלעיס (שוין די לעצטע פאר). אבער סאו פאר האב איך נישט געקענט צוזאמקלעבן אן אנדערע טעאריע אויסער אז די היימישע עולם לעכצט נאך כשר'ע ענטערטעימענט.
אדרבא, איינער האט אן אנדערען הסבר אדער קאנספיראציע?
עס איז אנדענייעבל אז דער עולם לעכצט פאר היימישע אינטערטעימענט, איך זע אין צען יאר פון איצט וועט זיין טאַפּ טיער שאוס וואס וועלן זיך פארקויפען $100-$600 א טיקעט און דערונטער א שלל פון צווייט ראנגיקע שפילען אויף די לעוועל פון די איצטיגע אונטערענס, נישטא קיין שום וועג וויאזוי די היימישע אינטערטעימענט אינדוסטריע זאל נישט עקספלאדירען אין די קומענדיגע צענדליגע יארן.
מען דארף אויך אין באטראכט נעמען אז פילע מיידלעך וואלטען ווען גערן געקומען צו די שאוס אזויווי די וואס זענען פארגעקומען און די שנות תש״מ-תשנ״ה, דאס לייגט צו א פארלאנג פון נאך צענדליגע פראצענטען.
אויך איז די מערערע צייטן אין יאר ווען שפילען קענען זיך אריינשמוגלען אלץ היימיש, נישט נאר פאר קינדער נאר טאקע פאר ערוואקסענע, ווינטער מוצאי שבתות, זומער ליל שישי׳ס, שוין אפגערעדט אזוינע יומא דפגרא ווי שושן פורים, ל״ג בעומר, ט״ו בשבט, וכו׳
לאנג לעבן די רעוועלוציע, די גאולה קלאפט אויפן טיר, הנה זה עומד אחר כתלנו משגיח מן החלנות מציץ מן החרכים!