בלאט 1 פון 2

פליקן די בארד

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 11:21 am
דורך אלע צוזאמען
מעג מען להלכה רייסן די בארד?
אויב די תירוץ גייט זיין ניין, גיי איך האבן א שווערע פראבלעם, פון געוואוינהייט רייס איך שטענדיג מיין בארד.
הייסט עס ווי מ'שניידט עס, איך ווייס אז מדינא מעג מען שניידן, נאר נישט גאלן, אבער די אריז''ל האט דאך געזאגט אז אפילו דאס זאל מען נישט טון, וויל איך וויסן צו פליקן, גייט אריין אין די כלל.

Re: פליקן די בארד

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 12:02 pm
דורך כרם זית
אן איסור ע''פ הלכה איז זיכער נישט דא, וויבאלד עס איז נישט דרך השחתה כעין תער , ביי פיאות הראש קען אפשר יא זיין א פראבלעם ארויסצופליקן.

ע''פ קבלה וועט מען דארפן פרעגן @רביה''ק.

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 12:55 pm
דורך הרב שיף
אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 1:07 pm
דורך קהל'ס נער
ע"פ זוהר טאר מען נישט שניידן די בארד ווייל מען שנייד אפ די צינורות פון די השפעות, לויט דעם קימט אויס אז ווען מען פליקט די בארד צופליקט מען די צינורות.........הגע בעצמך, ווילסטו ענדערש צושניטענע צינורות אדער צופליקטע צינורות.........

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 1:09 pm
דורך טאמבל סאס
אהנע צינורות אינגאנצן. איך וויל א פלאָד פון השפעות.

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 1:16 pm
דורך מתבודד
הרב שיף האט געשריבן:אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
אויב מ'טוט עס לנוי, דאן איז עס לא תלבש.

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 5:08 pm
דורך berlbalaguleh
הרב שיף האט געשריבן:אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
הרב שיף:דאס איז אן אנדער שורש פון איסור. נישט צוליעב השחתה. נאר וועגן לא ילבש. (אין א געוויסע פארם)

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 5:13 pm
דורך עסקן בדברים
הרב שיף האט געשריבן:אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
פאר בחורים און גרושים איז דא א היתר. דעברעצינער רב אין שו״ת באר משה איז מתיר לצורך שידוכים

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 5:24 pm
דורך יין שרף
עסקן בדברים האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
פאר בחורים און גרושים איז דא א היתר. דעברעצינער רב אין שו״ת באר משה איז מתיר לצורך שידוכים
אזוי אויך הג"ר שלמה זלמן אויערבאך, אבער נאר אויב עס שאדט פאר שידוכים אדער במקום בושת רב (ע"פ תוס').

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 5:27 pm
דורך יין שרף
טאמבל סאס האט געשריבן:אהנע צינורות אינגאנצן. איך וויל א פלאָד פון השפעות.
Doesn't work that way... אשוח קען ךאסחרן שבירת הכלים, וחוץ מזה מען דארף אביסל גבורה צו מצמצם זיין די שפע, עס זאל אנקומען צום ריכטיגן פלאץ.
שטעל דיר פאר דיין טוילעט רינט מיט א שפע... אדער דיין סינק קומט עד בלי די, מען דארף א פייפ וואס זאל מצמם זיין די וואסער צו קומען אויפן ריכטיגן מקום מיט די ריכטיגע סכום

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 5:28 pm
דורך יין שרף
כרם זית האט געשריבן:אן איסור ע''פ הלכה איז זיכער נישט דא, וויבאלד עס איז נישט דרך השחתה כעין תער , ביי פיאות הראש קען אפשר יא זיין א פראבלעם ארויסצופליקן.

ע''פ קבלה וועט מען דארפן פרעגן @רביה''ק.
באר היטב אין יו"ד ברענגט אין הלכות גילוח הזקן, אז ע"פ האריז"ל אפילו נישט ארויסציען קיין איין האר.

וכן מביא שם דוקא לגלוח השפה

נשלח: מוצ"ש אפריל 01, 2023 10:22 pm
דורך berlbalaguleh
גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!

נשלח: מוצ"ש אפריל 01, 2023 10:37 pm
דורך שעפטאל
berlbalaguleh האט געשריבן:גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!
אבער ואספארא טעם האט דאס טרינקען א קאווע אן די לאנגע וואנצעס איינגעטינקען, עסן זופ אן דעם וואס די לאקשן זאל זיך אראפגליטשן פון די לעפאל. ועוד

נשלח: מוצ"ש אפריל 01, 2023 10:52 pm
דורך פערינא
איך בין נישט די גרעסטע תלמיד חכם אבער וואספארא שווארץ האר האט הלכה מיט קבלה? ס'איז נישט דא קיין שמץַ פראבלעם איםַהלכה פון זיך פלעקען האר אפילו אויב ס'איז פון די פיאות הראש
ַנארַאויב מ'נעמט אראפ אלע פיאות הראש. אויב פליקסטו דיך אויף די לעוועל האסטו א דאקטאר פראבלעם, נישט קיין אריז"ל פראבלעמען.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 10:23 pm
דורך צומישט און צוחישט
berlbalaguleh האט געשריבן:גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!
מקור ביטע?

Re: פליקן די בארד

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 10:44 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קהל'ס נער האט געשריבן:ע"פ זוהר טאר מען נישט שניידן די בארד ווייל מען שנייד אפ די צינורות פון די השפעות, לויט דעם קימט אויס אז ווען מען פליקט די בארד צופליקט מען די צינורות.........הגע בעצמך, ווילסטו ענדערש צושניטענע צינורות אדער צופליקטע צינורות.........
און וואס איז ווען מ'קניפט אריין די בארד מיט אזא הענגעדיגע קנאבל? דאן ווערן די צינורות פארקנאבלט, אדער דאן פליסן קנאבלעך ארויס פון די צינורות?

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 1:06 am
דורך שמעון וואלף
מתבודד האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
אויב מ'טוט עס לנוי, דאן איז עס לא תלבש.
אפילו נישט לנוי איז מען אויך עובר.

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 1:08 am
דורך שמעון וואלף
צומישט און צוחישט האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!
מקור ביטע?
בפירוש'ע הלכה אין שו"ע הלכות חוה"מ

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 1:40 am
דורך צומישט און צוחישט
שמעון וואלף האט געשריבן:
צומישט און צוחישט האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!
מקור ביטע?
בפירוש'ע הלכה אין שו"ע הלכות חוה"מ
ס'קלאר אז סאיז א ראי' אויך אויף די דריי וואכן און ספירה? יתכן אז א מלאכה הייסט עס נישט לגבי חוה"מ, אבער מצד דיני אבילות איז עס אסור, איי דוינט קנאוי...

Re: פליקן די בארד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 7:19 am
דורך טמיר
מתבודד האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
אויב מ'טוט עס לנוי, דאן איז עס לא תלבש.
גייט דאס אהן היינטיגע צייטן אויך? הלכות לא תלבש טוישט זיך לפי מנהג העולם, אזוי ווי ביי א שפיגל. כ'מיין אז היינט איז נישטא עכט קיין חילוק צווישן מענער און פרויען אין דעם

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:55 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך קען אסאך אידן וואס שניידן/פליקן נישט די בארד און די צינורות עפעס ארבעטן נישט, דערנאך זענען דא אנדערע וואס שניידן יא און זיי האבן שוין איינמאל השפעות.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:14 am
דורך אסטראלאג
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך קען אסאך אידן וואס שניידן/פליקן נישט די בארד און די צינורות עפעס ארבעטן נישט, דערנאך זענען דא אנדערע וואס שניידן יא און זיי האבן שוין איינמאל השפעות.
.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:22 pm
דורך דערהויבענע איד
כ'האב א שאלה. חוץ פון שניידן און פליקן איז דא נאך וועגן ווי אזוי צו מאכן די בארד ליידיגער?