בלאט 1 פון 1

אסיפת הרבנים צו האלטן בחורים אין אמעריקע און נישט שיקן קיין

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 12:15 pm
דורך הרבי האמיתי
https://www.kore.co.il/viewArticle/127975

אויב איך געדענק גוט קומט די נושא אויף יעדע פאר יאר, ונזכה ונחיה ונראה.

נשלח: מוצ"ש אפריל 01, 2023 11:14 pm
דורך שעפטאל
אפשר טאקע קען איינער צוזאם שטעלן א ליסטע פון 'נארמאלע ישיבות דא אין אמעריקע פאר בחורים עלטער 20 ???

נשלח: מוצ"ש אפריל 01, 2023 11:23 pm
דורך פרנס החודש
ר' מרדכי בעק איז די איינציגסטע וואס איך ווייס.

נשלח: מוצ"ש אפריל 01, 2023 11:27 pm
דורך פרנס החודש
די רבנים האבן באמת נישט קיין כח עס אפצושטעלן. וואס קענען זיי טון, ארויסקומען מיט נאך א קול קורא?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 7:39 pm
דורך Cheim
פרנס החודש האט געשריבן:ר' מרדכי בעק איז די איינציגסטע וואס איך ווייס.
אויך נישט עכט געמאכט פאר בחורים איבער 20 ...
כמעט נישטא וואס בלייבן ווייל עס איז נישט געהעריג אויסגעשטעלט דערפאר.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:30 pm
דורך ווייסעכניש
שעפטאל האט געשריבן:אפשר טאקע קען איינער צוזאם שטעלן א ליסטע פון 'נארמאלע ישיבות דא אין אמעריקע פאר בחורים עלטער 20 ???
איך מיין אז וואגשאל אין מאנטריאל איז גאנץ א גוטע טשויס

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:30 pm
דורך ווייסעכניש
שעפטאל האט געשריבן:אפשר טאקע קען איינער צוזאם שטעלן א ליסטע פון 'נארמאלע ישיבות דא אין אמעריקע פאר בחורים עלטער 20 ???
איך מיין אז וואגשאל אין מאנטריאל איז גאנץ א גוטע טשויס

Re: אסיפת הרבנים צו האלטן בחורים אין אמעריקע און נישט שיקן ק

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:47 am
דורך שטרומפ
איך האב נאך אלס נישט געכאפט וואס דא גייט פאר. מ'מאכט א אסיפה וועגן א פראבלעם און מ'ווייסט שוין דאס וואס מ'גייט אפמאכן? ס'דא א פראבלעם פון עלטערע בחורים וואס האבן נישט קיין געהעריגע פלאץ צו לערנען. אנשטאט עס דורכטאן ווייסט מען שוין אז די באשלוס גייט זיין נישט צו שיקן קיין ארץ-ישראל. האט איינער אין די אסיפה בכלל ארויפגעברענגט וואס דען מען זאל טון? ווי דען זאל מען שיקן די בחורים? וואס קען מען טון אז מ'זאל נישט דארפן אוועקשיקן די בחורים אויף אויסלאנד?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:59 am
דורך יאסל ראקאווער
רבי חיים דוד כ"ץ האט א חשובע בחור אין די יארן און ער האט יא ווי צו שיקן זיין בחור.. ער האט אנגעדרייט די מיטינג אלץ א מיטל צו האלטן דא זיין זון'ס חברים וכו'

ומלאך טוב בעל כרחך יענה אמן, מ'קען קיין "הגה"ק זאלי/ארוני" נישט בלייבן איינמאל מ'דרייט זיך א יאר צוויי צווישן די תלמידי חכמים אין ארץ ישראל. טרייען זיי צו פאר'גלות'ן ווי מער די בחורים וואס מ'האט נאך נישט אריינגעריקט מיידלעך גענוג פרי.

יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:01 am
דורך Salford
פרנס החודש האט געשריבן:די רבנים האבן באמת נישט קיין כח עס אפצושטעלן. וואס קענען זיי טון, ארויסקומען מיט נאך א קול קורא?
זיכען שדכנים

Re: אסיפת הרבנים צו האלטן בחורים אין אמעריקע און נישט שיקן ק

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:32 am
דורך שטרומפ
פרנס החודש האט געשריבן:די רבנים האבן באמת נישט קיין כח עס אפצושטעלן. וואס קענען זיי טון, ארויסקומען מיט נאך א קול קורא?
די ערשטע זאך איז צו האבן א נארמאלע דיסקוסיע וועגן דעם. אזוי ווי ס'איז יעצט האט מען נאך ביי קיין איינע פון די אסיפה רבנים נישט דיסקוסירט וויאזוי מ'קען פארמיידן די נויט פון שיקן א בחור קיין א"י.