בלאט 1 פון 1

פסח - די מתנה וואס מיר באקומען - PDF ATTACHED

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 1:06 pm
דורך א שעפעלע
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אט שטייען מיר שוין ביים שוועל פונעם גרויסן און הייליגן יום טוב פסח, אה די לעכטיגע טעג פון פסח, די דערהויבענע סדר נאכט, די זמן חירותינו ווען יעדער איד איז זוכה צו השפעות און אורות וואס קומען אראפ פון הימל און רייניגן אונזערע נשמות.

די מצוות פון פסח ביינאכט
ווי מיר ווייסן זענען פארהאן דריי הויפט מצוות וואס פארנעמען גאר א וויכטיגע ארט אינעם סדר נאכט, וואס דאס זענען "פסח מצה ומרור", דריי מצוות וואס אידן זענען באפוילן געווארן מן התורה צו עסן פסח ביינאכט, די קרבן פסח, מצה, און מרור. און ווי מיר מוזן טאקע דערמאנען די טעם פון די דריי מצוות, אזויווי רבן גמליאל לערנט אונז "כָּל שֶׁלֹּא אָמַר שְׁלֹשָׁה דְבָרִים אֵלּוּ בַּפֶּסַח לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָתוֹ, וְאֵלּוּ הֵן פֶּסַח מַצָה וּמָרוֹר".

אבער ליידער קענען מיר נישט מקיים זיין היינטיגע צייטן די מצוה פון קרבן פסח, וואס דאס איז אויך גוֹרֵם אז מיר האבן נישט די מצות מרור היינטיגע צייטן מן התורה, ווי די גמרא זאגט, וויבאלד עס שטייט א פסוק ביים קרבן פסח "עַל מַצּוֹת וּמְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ" אז עס דארף געגעסן ווערן צוזאמען מיט מצה און מרור, וואס דאס באדייט אז באמת קען מען נאר מקיים זיין די מצוה אינאיינעם מיט'ן קרבן פסח, און אויב ס'איז נישט דא קיין קרבן פסח איז נישט דא קיין חיוב צו עסן מרור (און מיר זענען בלויז מחוייב צו עסן מרור היינטיגע צייטן מדרבנן) אויסער די מצות אכילת מצה דאס האבן מיר יא אויך בזמן הזה מן התורה, וויבאלד די תורה שרייבט א באזונדערע מצוה "בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת" וואס דארט שטייט די מצוה פון מצה אליינס אפילו אָן קיין קרבן פסח, און דערפאר זענען מיר מחוייב דאס צו עסן מן התורה אפילו היינטיגע צייטן.

די חשיבות פון מצות אכילת מצה
און ווי באקאנט דער הייליגער חתם סופר זי"ע שרייבט אז דאס איז די איינציגסטע מצוה פון אכילה וואס מיר האבן נאך בשלימות היינט צו טאגס, ווייל אין די צייטן פון בית המקדש איז געווען פארשידענע מצוות פון עסן קדשים, תרומה, מעשר שני, וכדומה, אבער היינט האבן מיר נישט קיין שום אנדערע מצוה צו עסן א געוויסע הייליגע מאכל, בלויז די כזיתים מצה וואס מיר עסן פסח ביינאכט!

אויב אזוי איז כדאי זיך אביסל צו פארטיפן אין דעם ענין, וואס באדייט דאס טאקע אז מיר זענען געבליבן דווקא מיט אט די איינע מצוה פון די אלע דריי אויבנדערמאנטע מצוות. און בכלל געפונען מיר אין די תורה הקדושה אז דער יום טוב ווערט כסדר אנגערופן מיט'ן נאמען "חַג הַמַצוֹת" וואס ווייזט אז די מַצוֹת טראגן גאר א חשוב'ע ארט אינעם הייליגן יום טוב, וואס איז די כוונה דערפון?.



א מעשה נורא
די אומשאצבארע כוח און חשיבות פון א מצוה
איז איידער מיר גייען אביסל דערהערן וואס די מַצוֹת לערנען אונז, לאמיר צובייגן אן אויער און הערן א מעשה נורא, א אמת'ע און הייליגע מעשה וואס איז פארלאפן אינעם דור וואס א גרויסע טייל פון אונז האבן נאך גוט געקענט, א מעשה וואס איז נתפרסם געווארן אין די לעצטערע יארן, און איז געדרוקט אין עטליכע ספרים און הגדות פון גדולי המגידים, ווי פאלגענד:

געווען איז א איד, לאמיר איהם אנרופן מיט'ן נאמען ר' ראובן, וואס האט מיטגעמאכט אזויווי רוב פון זיינע אידישע ברודער בימים ההם די שבעה מדורי גיהנם פון די צווייטע וועלט מלחמה, זייענדיג אין א צוואנגס לאגער וואו מ'האט איהם געפייניגט און פארשקלאפט מיט עבודת פרך און שרעקליכע יסורים און צרות ווי באקאנט. צוזאמען מיט איהם אינעם זעלבן לאגער איז אויך געווען א צווייטער איד וועמען מיר רופן אן ר' שמעון, ר' שמעון איז געווען א אמת'ע דערהויבענע חסיד'ישע איד, א יחסן און א בנן של קדושים, וואס האט געלעבט פיל מיט אמונה און בטחון, און ער האט שטענדיג מחזק געווען און אויפגעהויבן די געמיטער פון זיינע ארומיגע, און אויך ראובן איז געווארן דארט גאר באפריינדעט מיט איהם און אסאך געשעפט פון איהם חיזוק אין די ביטערע זמנים.
ו
וען עס איז געקומען נאנט צו פסח, אין איינע פון זייערע שמועסן, האט שמעון אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגע השתוקקות און באגער צו קענען מקיים זיין די מצות אכילת מצה וואס שטייט אין די תורה, א זאך וואס איז פארשטייט זיך בכלל נישט געווען מעגליך על פי דרך הטבע דארטן אין יענע אומשטענדן אונטער די אויפזוכט פון די דייטשע רשעים ימ"ש, אבער שמעון האט גערעדט דערפון מיט א התלהבות און שטארק ערוועקט זיין חבר ראובן אז ער זאל איהם פראבירן צו העלפן דערמיט און זעהן אויב ס'איז אפשר פארט מעגליך צו שאפן אביסל מעהל צו קענען מאכן מצות און מקיים זיין בדחילו ורחימו די הייליגע מצוה פון "בערב תאכלו מצות".
הכלל, אין איינע פון די טעג האט ראובן געהערט אז נישט ווייט פון זייער לאגער איז פאָרגעקומען א באמבעדירונג העכער א דייטשע מאגאזין פון ווייץ, און ס'איז פארהאן א מעגליכקייט אז אויב כאפט ער זיך ארויס און ער גייט דארט זוכן וועט ער האבן צוטריט צו ווייץ.

מיט א אויסערגעווענליכע מסירות נפש האט ראובן אויסגעפירט זיין פלאן, און ווען ס'האט זיך געמאכט א קליינע געלעגנהייט ווען קיינער האט נישט געקוקט, האט ער זיך געגעבן א כאפ אוועק פונעם פלאץ וואו זיי האבן געארבעט, און ער איז אנגעקומען צו יענע ארט וואו ס'איז געלעגן די ווייץ, און צו זיין פרייד איז נישט געווען קיין עק, ער האט געטראפן גענוג ווייץ צו קענען מאכן דערפון מעהל. מיט א זעלטענע זריזות האט ער גענומען צוויי שטיינער און צומאלן די ווייץ, און דערנאך געמאכט א טייג און עס אפגעבאקן, ווען יעדע חלק פון זיין מיסיע איז באגלייט מיט מסירות נפש ממש. צו זיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ ווען ער האט זוכה געווען צו באהאלטן די עטליכע כזיתים מצה אונטער זיין העמד, און אזוי זיך אריינשווערצן צוריק אינעם לאגער.

אבער די שמחה האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, ביים אנקומען אינעם לאגער האט א דייטשע אפיציר באמערקט אז ער באהאלט עפעס אויף זיין גוף, און ער האט איהם באפוילן אויפצוהייבן זיינע הענט אין די הייעך, ווען די טייערע מצות פאלן ארויס און קייקלען זיך אראפ אויף די ערד. דער רשע ימ"ש האט זיך גענומען שמייסן און שלאגן ראובן מיט גרויס אכזריות אויף זיין פארברעכן פון גנב'ענען ווייץ און באקן די מצות אָן ערלויבעניש, און דערנאך האט ער מיט גרויס אויפברויז צוטרויטן די מצות אויף פיצלעך שטיקלעך, פאר די פארווייטאגטע אויגן און צובראכענע הארץ פון ראובן.
ו
וען דער רשע האט איהם ענדליך אפגעלאזט און אוועקגעגאנגען פון דארט, האט ראובן מיט גרויס שברון לב צונויפגעקליבן די עטליכע ברעקלעך מצה וואס מ'האט נאך געקענט נעמען, און מיט גרויס שוועריגקייט איז איהם געלונגען צו ראטעווען בערך איין כזית מצה, וואס וועט פארשטייט זיך נאר זיין גענוג קוים פאר איין מענטש צו קענען מקיים זיין די גרויסע מצוה.
ו
וען זיין חבר שמעון האט זיך דערוואוסט דערפון האט ער אנגעהויבן זיך איינצובעטן בתחנונים ביי ראובן אז ער זאל איהם אוועקגעבן די כזית מצה, אבער ראובן האט בשום אופן נישט מסכים געווען, וויבאלד ער האט זיך דאָך מוסר נפש געווען פאר די מצה און אויך געכאפט אכזריות'דיגע קלעפ פאר די מצוה, וויאזוי זאל ער יעצט מוותר זיין דעראויף, ער האט געוואלט אליינס מקיים זיין די מצוה.

נאך לאנגע טענות און ויכוחים אהין און צוריק צווישן די צוויי חברים איז געבליבן די פשרה צום סוף, אז וויבאלד שמעון געדענקט פון אויסענווייניג די גאנצע הגדה, שיר השירים, און די יום טוב'דיגע דאווענען, וואס ראובן האט נישט געקענט, דערפאר וועלן זיי מאכן א 'חלוקה' ווי פאלגענד, שמעון וועט פאָרזאגן דאס דאווענען און די הגדה ווארט ביי ווארט פאר ראובן אז ער זאל קענען מיטזאגן, און אנשטאט דעם וועט ראובן איהם שענקן די כזית מצה. אבער איין תנאי האט זיך ראובן אויסגענומען דערביי, אז ער גיבט טאקע אוועק די עצם 'קִיוּם המצוה' פאר זיין חבר שמעון, דאס הייסט אז שמעון קען טאקע 'עסן' די מצה בפועל, אבער די 'שכר מצוה' דאס גיבט ער נישט אוועק, ווי חכמינו ז"ל לערנען אונז אז "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא" לויט ווי גרויס און שווער די צער פון די מצוה איז, אזוי גרויס וועט זיין די שכר,
און דא וויבאלד ראובן האט דאָך משקיע געווען און מקריב געווען זיין לעבן פאר די מצוה, איז ער נישט גרייט אויפצוגעבן די גרויסע שכר דערפון!

זיי האבן ביידע מסכים געווען צום געשעפט, שמעון וועט מקיים זיין מצות אכילת מצה, און די שכר דערפון אויף יענע וועלט וועט געהערן פאר ראובן.
כך הוה, פסח ביינאכט האט שמעון פאָרגעזאגט דאס דאווענען און די נוסח ההגדה פאר ראובן, ווען אינאיינעם פראווענען זיי א 'סדר' ארום דעם קליינעם שטיקל מצה. ווען ס'איז געקומען צו אכילת מצה האט שמעון געמאכט די ברכה פון אכילת מצה מיט א מורא'דיגע התרגשות און געגעסן די איינע כזית וואס איז צושטאנד געקומען מיט אזויפיל מסירות נפש. מרור האט מען נישט געדארפט עסן דארט, ווייל די "וימררו את חייהם" דאס האבן זיי ליידער געהאט בשפע יעדן איינציגסטן טאג. און אזוי האבן זיי פארענדיגט דעם סדר מיט גרויס התרוממות און דערהויבנקייט וואס לאזט זיך נישט באשרייבן, אידן וואס מאכן מיט א גיהנם אויף די וועלט, זיי ווערן געשלאגן און געפייניגט, און האבן ניטאמאל מיט וואס צו מאכן א סדר כדת וכדין, אבער די הייליגע פלאם פון זייערע נשמות דאס קען מען בשום אופן נישט פארלעשן, אפילו אינעם עמק הבכא זינגן זיי הלל מיט נשמת צום בורא כל עולמים.

און די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט צומארגענס אינדערפרי ווען שמעון האט פאָרגעזאגט די ווערטער פון דאווענען ווען ראובן זאגט איהם נאך ווארט ביי ווארט בשעת זיי דארפן טוהן זייער ארבעט, אבער זיי האבן דערגרייכט בלויז ביז די ברכה פון הלל, ווייל דעמאלטס האט איינס פון די רשעים באמערקט ווי שמעון דאווענט מיט אזא התלהבות, און איהם אויפן ארט דערשאסן רח"ל, שמעון איז אומגעקומען על קידוש השם ביים זאגן די יום טוב'דיגע הלל, ה' ינקום דמו.

יארן זענען אדורך, די מלחמה האט זיך שוין פון לאנג געענדיגט, ראובן האט איבערגעלעבט דעם קריג און זוכה געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין שטוב און אנגעגאנגען מיט זיין לעבן. איין נאכט חלומ'ט ער אז זיין חבר שמעון פונעם לאגער קומט צו איהם אין חלום און בעהט פון איהם אז ער זאל טוהן א טובה פאר זיין נשמה און אוועק שענקן די שכר פון יענע מצות אכילת מצה וואס ער האט מקיים געווען ביי די מלחמה די נאכט איידער ער איז אומגעקומען. ראובן האט אבער נישט מסכים געווען צו זיין בקשה, קוים מיט צרות האט ער דעמאלטס צוגעשטימט אוועקצוגעבן די כזית מצה אויף וועלכע ער האט אזוי שווער געארבעט, און נאר צום סוף האט ער באוויליגט בדיעבד און אויך נאר מיט'ן תנאי אז די שכר בלייבט זיינע, און דא זאל ער דאס אויך אוועקגעבן?!, אבער שמעון האט נישט נאכגעלאזט און זיך געבעטן און געבעטן אז ראובן זאל זיין אזוי גוט און איהם לאזן האבן די שכר אויף די מצוה...

דא האט זיך ראובן אויפגעכאפט פון שלאף מיט שרעק, ער האט פארשטאנען אז ס'איז יֶשׁ דְבָרִים בְּגוֹ, דאס איז ווארשיינליך א אמת'ע חלום וואו די נשמה פון א נפטר איז געקומען צו איהם פון יענע וועלט און זיך געבעטן פאר א טובה פון איהם... עס איז איהם געווען שווער צו קומען צו זיך און זיך צו בארואיגן דערפון.
דעם קומענדיגן טאג האט ער זיך געוואנדן צו זיין רב, הגה"צ רבי יצחק שלמה אונגאר זצ"ל אבד"ק חוג חתם סופר אין בני ברק, און איהם דערציילט די גאנצע השתלשלות הדברים און געבעטן זיין עצה און הדרכה וואס ער האט דא צו טוהן. הרב אונגאר זצ"ל האט איהם אויסגעהערט מיט א ערנסקייט און געטראכט פאר א וויילע, און דערנאך געזאגט צו ראובן, הער מיך אויס, ס'דאַכט זיך מיר אז דאס איז נישט קיין שאלה וואס געהערט פאר א רב צו פַּסק'ענען, דאס דארף געברענגט ווערן פאר איינס פון די צדיקי הדור און ער זאל מכריע זיין וויאזוי דו זאלסט זיך פירן, און ער האט איהם גע'עצה'ט אז ער זאל גיין צום מאכנובקער רבי - הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי זי"ע וואס האט דאן געוואוינט אין בני ברק און געווען באקאנט מיט זיין קדושה און צדקות, און ער וועט קענען באלייכטן זיינע אויגן צו וויסן וואס ער זאל דא טוהן.

ראובן האט אזוי געטוהן, און איז אריבערגעגאנגען צום מאכנובקער רבי'ן זי"ע און איהם דערציילט די גאנצע געשיכטע ווי אויך די חלום וואס ער האט לעצטענס געהאט. נאכן הערן די גאנצע ענין, רופט זיך אָן דער מאכנובקער רבי מיט א פשטות, "עס פּאַסט זיך אלס יושר, אוועקצוגעבן די שכר פון יענע כזית מצה פאר דיין חבר"...

ראובן איז געבליבן ערשטוינט און נישט באהאלטן זיין וואונדער אויפן רבי'נס פְּסַק, זאגענדיג אז אוודאי איז ער גרייט צו פאלגן און טוהן אלעס וואס דער רבי הייסט, אבער ער וויל פארשטיין פארוואס עפעס איז עס 'יושר' אז ער זאל גאר אוועקגעבן די שכר מצוה, אדרבה, די עצם כזית מצה האט ער אויך אוועקגעגעבן לפנים משורת הדין, ער האט דאָך דעמאלטס געטוהן א געוואלדיגע טובה פאר שמעון און איהם מְזַכֶּה געווען מיט א מצוה וואס איז זיך איהם נישט באמת געקומען, און דא פארלאנגט זיך פון איהם אויך מוותר צו זיין אויף די שכר דערפון? וואס איז פשט פון אזא יַשְׁרוּת?.

אבער דער מאכנובקער רבי ענטפערט איהם מיט א רואיגקייט, וויסן זאלסטו אז דיין חבר איז שוין אויפן עולם העליון, דארט קען מען שוין נישט מקיים זיין קיין שום מצוות און מעשים טובים, וויפיל מ'האט אריינגעכאפט דאס האט מען, דאגעגן דו לעבסט נאך ב"ה, וויפיל כזיתים מצה האסטו שוין זוכה געווען צו עסן און מקיים זיין די מצוה זינט דעמאלטס, און וויפיל מאל האסטו זוכה געווען צו לייגן תפלין זייט די מלחמה, און בעזהשי"ת וועסטו דאס נאך אלעס קענען מקיים זיין פילע מאל אין די צוקונפט, ווי אויך האסטו זוכה געווען אויפצושטעלן א משפחה און איבערלאזן דורות נאך דיר וואס וועלן אויך טוהן מצוות ומעשים טובים, אבער דיין חבר ער האט דאָך נישט דאס אלעס, און אז זיין נשמה לעכצט פאר די שכר פון א מצוה וואס ער האט מקיים געווען, איז נישט מער ווי יושר אז דו זאלסט עס איהם אוועקגעבן.
און אצינד גיב איך דיר איבער די שליסלעך פון בית המדרש, גיי אריין, גיי צו צום ארון קודש, מאַך עס אויף, און ווען דו שטייסט דארט וויל איך אז דו זאלסט זיך דערמאנען צוריק די שווערע זמנים וואס דו ביסט אדורכגעגאנגען און די געוואלדיגע מסירות נפש וואס דו האסט געהאט פאר יענע כזית מצה, ווי אויך די מכות און די שלעק וואס דו האסט געכאפט פאר דעם, און דערנאך זאלסטו ארויסזאגן בפה מלא אז דו גיבסט אוועק די שכר מצוה פאר די נשמה פון דיין חבר פלוני בן פלוני, און ווען דו ענדיגסט קום צוריק צו מיר און גיב מיר צוריק די שליסלעך.

ראובן האט געפאלגט, מיט אויסטערלישע כוחות הנפש האט ער זיך געשטעלט ביים אפענעם ארון קודש אינעם ליידיגן בית המדרש, און ארויפגעברענגט די שווערע זכרונות פון יענע ביטערע טעג, און ער האט אויסגעפלאצט אין א שטארקע געוויין, און ער האט ארויסגעזאגט מיט א פולן מויל אז ער גיבט אוועק די שכר פון יענע כזית מצה פאר זיין חבר שמעון.

ווען ער האט געענדיגט איז ער געווען מורא'דיג מרוגש און שטארק איבערגענומען, זיך נישט קענענדיג בארואיגן פון אלעס וואס איז זיך פארלאפן. מיט וואַקלדיגע טריט האט ער זיך קוים געשלעפט צום רבי'נס דירה, און נישט האבענדיג קיין איבריגע ברעקל כוח, האט ער איבערגעגעבן די שליסלעך פארן גבאי, און געזאגט אז אי"ה מארגן וועט ער צוריק קומען און אריינגיין צום רבי'ן און דערציילן אז ער האט מקיים געווען זיין פְּסַק.
י
ענע נאכט האט ראובן גע'חלומ'ט ווי זיין חבר שמעון קומט צו איהם אין חלום, און מיט א לעכטיגע פנים באדאקנט ער זיך פאר איהם אויף די געוואלדיגע טובה און נחת רוח וואס ער האט געמאכט פאר זיין נשמה, און דערנאך איז ער פארשוואונדן געווארן.

דעם קומענדיגן טאג האט ראובן געהאלטן ווארט, און זיך צוריק געקערט צום מאכנובקער רבי, און איהם איבערגעגעבן אלעס וואס ער האט געטוהן און אויך די חלום וואס ער האט גע'חלומ'ט אז זיין חבר איז איהם געקומען באדאנקן.

דער מאכנובקער רבי איז געזעצן שטיל, און דערנאך געגעבן א הייב אויף זיינע אויגן און געזאגט, "דיין חבר איז דאָך געווען א דערהויבענע יונגערמאן וואס האט עוסק געווען בתורה ועבודה, און ער האט אוודאי א גרויסע שכר אויף אלע גוטע זאכן וואס ער האט געטוהן ביים לעבן, און נאכדערצו האט ער א מורא'דיגע זכות ווייל ער איז דאָך גע'הַרג'עט געווארן על קידוש השם וואס חז"ל זאגן אז 'אין כל בריה יכולה לעמוד במחיצתן' און זייער מדריגה איז זייער גרויס און הייליג און ער באקומט זיכער א גרויסע שכר פאר דעם, ווי אויך איז שוין אדורך אסאך יארן זייט ער איז אומגעקומען, און ווי באקאנט גייט די נשמה ארויף העכער און העכער יעדעס יאר; און מיט דעם אלעמען איז ער זיך געקומען בעטן מיט תחנונים פאר די שכר פון איין כזית מצה!!! די נשמה לעכצט פאר די שכר פון נאך איין קליינע מצוה!!! וואס מיר דארפן זיך אפלערנען דערפון וואס פאר א גרויסע זכות מיר האבן ווען מיר לעבן דא אויף די וועלט און מיר קענען טוהן מצוות און מעשים טובים און אריינכאפן נאך און נאך און מאכן א נחת רוח פאר אבינו שבשמים"...

דאַכט זיך אז נאך אזא וואונדערליכע געשיכטע איז יעדעס ווארט וואס מ'וועט נאר צולייגן זיין ממש איבריג, די מעשה שרייט ארויס און מאָנט פון אונז אזוי פיל.



די התחלה פון גאולת מצרים
אבער צוריק צו אונזער שמועס, כדי צו קענען אריינגיין אביסל טיפער אין די מצוה פון אכילת מצה, לאמיר נעמען דעם וואַנדער שטעקן אין די הענט אריין און זיך צוריק קערן קיין מצרים, צו גאנץ אנהייב פון ספר שמות ווען הקב"ה באווייזט זיך די ערשטע מאל צו משה רבינו ביים סנה און ער באפעלט איהם צו גיין קיין מצרים אויסצולייזן די אידן. דער אייבישטער הייסט איהם צו גיין איבערגעבן זיינע ווערטער פאר כלל ישראל, ער זאל זיי דערציילן אז השי"ת האט זיך באוויזן צו איהם און אז ער וועט אויסלייזן די אידן. משה רבינו ענטפערט באלד מיט א טענה "וְהֵן לֹא יַאֲמִינוּ לִי וְלֹא יִשְׁמְעוּ בְּקֹלִי כִּי יֹאמְרוּ לֹא נִרְאָה אֵלֶיךָ ה'" די אידן וועלן דאָך נישט גלייבן מיינע רייד, זיי וועלן זאגן אז דער אייבישטער האט זיך קיינמאל נישט באוויזן צו דיר... און לויט ווי מיר ווייסן און ווי מיר זעען פון די פסוקים די מצב אין וואס כלל ישראל האט זיך דאן געפונען, איז משה רבינו לכאורה געווען גאנץ גערעכט מיט'ן אפשאצן אז די אידן וועלן איהם קיין סאך נישט גלייבן.

דער אייבישטער הייסט משה רבינו אז ער זאל גיין, און ער גיבט איהם דריי 'אוֹתוֹת' צייכענעס און סימנים וואס ער זאל ווייזן פאר כלל ישראל און דערמיט זיי אויפווייזן אז ער איז באמת יא א שליח פונעם אייבישטער, די ערשטע צייכן איז געווען אז ער האט געווארפן זיין שטעקן און עס איז געווארן א שלאנג און דערנאך צוריק א שטעקן, די צווייטע צייכן איז געווען אז משה רבינו האט אריינגעשטעקט זיין הענט אין זיין בוזעם און עס איז ארויסגעקומען מיט שניי ווייסע קרעץ און דערנאך מיט'ן אריינלייגן זיין האנט די צווייטע מאל איז די צרעת פארשוואונדן געווארן, און די דריטע צייכן איז געווען אז ער האט ארויסגענומען אביסל וואסער פונעם נילוס און עס געמאכט פאר בלוט (נאך איידער מכת דם).

איז ווען מ'לערנט די פסוקים אליינס, זעהט דאס אויס ווי א פלא, וואס איז דא געווען די תכלית? אז משה רבינו זאל גיין באווייזן דריי 'קונצן' וואס דאס וועט איבערצייגן די אידן אז ער איז א געטליכער שליח? וואס איז די גרויסקייט פון די דריי זאכן? און צו דען האבן די כישוף מאכער אין מצרים נישט געקענט טוהן בערך די זעלבע זאכן?.

אבער נאך מער אינטרעסאנט איז וואס די תורה דערציילט אינעם המשך, וַיַּעַשׂ הָאֹתֹת לְעֵינֵי הָעָם, משה רבינו האט געוויזן די וואונדער פאר כלל ישראל, "וַיַּאֲמֵן הָעָם וַיִּשְׁמְעוּ כִּי פָקַד ה' אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְכִי רָאָה אֶת עָנְיָם וַיִּקְּדוּ וַיִּשְׁתַּחֲווּ" די אידן האבן געגלייבט, זיי האבן דערהערט אז דער אייבישטער האט זיי געדענקט און געשיקט די ישועה, און זיי האבן זיך געבוקט מיט שבח והודאה צו השי"ת. ווארשיינליך האבן די סימנים גאר שטארק איבערגענומען און בארירט כלל ישראל, זיי האבן דערהערט דא א אינערליכע טיפקייט, זיי האבן געזעהן אין דעם א געטליכע צייכן אויף זייער גאולה.

די פנימיות פון די דריי אותות וואס השי"ת האט געשיקט
איז אז מיר וועלן אריינקוקן אין רש"י דארט אויפן פלאץ, לערנט אונז רש"י וואס איז די באדייט פון די דריי סימנים, די סיבה פארוואס זיין שטעקן איז געווארן א שלאנג, איז צוליב דעם וואס ער האט גערעדט לשון הרע אויף כלל ישראל און געזאגט וְהֵן לֹא יַאֲמִינוּ לִי, און איינער וואס רעדט לשון הרע איז צוגעגליכן צו א שלאנג וואס בייסט א מענטש טראץ ער פארדינט גארנישט פון דעם. די צווייטע אות פון צרעת איז אויך אלס א עונש אויף די לשון הרע, ווי מיר ווייסן אז נגעים קומען צוליב די עבירה פון לשון הרע. און די דריטע אות איז געווען צו ווייזן פאר די מצריים אז די ערשטע זאך וועט זיך השי"ת אפרעכענען מיט זייער אפגאט, וואס דאס האט פאסירט שפעטער ביי מכת דם, וויבאלד זיי פלעגן דינען דעם נילוס, און ווען דער אייבישטער שטראפט א פאלק הייבט ער אָן אלעמאל ביי זייער עבודה זרה און אפגאט צום ערשט.

דער אייבישטער גלייבט אין אונז
ווי לעכטיג קענען מיר דערמיט אפלערנען דעם ענין בדרך רמז, אז טאקע דאס איז געווען די גרויסע פרייד פון כלל ישראל פון די דריי סימנים וואס השי"ת האט זיי געשיקט. משה רבינו זייער גרויסע רבי קומט און דערציילט זיי, טייערע אידן איך האב גערעדט לשון הרע אויף אייך, איך האב געמיינט אז איר האט נישט קיין אמונה, אבער השי"ת איז נישט געווען גרייט דאס צו הערן אפילו פאר איין רגע!!! אונזער ליבליכער אבינו שבשמים זעהט די אינערליכע נקודה פנימיות אין ענקערע הערצער און ער ווייסט אז איר גלייבט יא! ער ווייסט ווי שטארק ענקער אמונה איז תוך תוך די ריינע נשמה, אפילו מ'זעהט עס נישט פון אינדרויסן, אבער עס עקזיסטירט! די הייליגע אמונה לעבט אינעווייניג באגראבן טיף. און דער רבוש"ע האט מיך תיכף געגעבן מוסר מיט א עונש אין פאָרעם פון א נחש און צרעת, ווייל דער אייבישטער נעמט זיך אָן פאר ענק און ער גלייבט אין ענק, ער ווייסט ווער איר זענט באמת! און ער וועט טאקע תיכף ומיד באשטראפן די אפגאט און די עבודה זרה פון די מצריים און ווייזן ווער ס'איז דער איין איינציגסטער באשעפער דער בורא ומנהיג לכל הברואים, זיין אמונה וועט אנהייבן צו שיינען און לייכטן אויף די וועלט.

און ווי די תורה זאגט טאקע עדות "וַיַּאֲמֵן הָעָם" דאס פאלק האט געגלייבט! עס האט זיך ארויסגעשטעלט דאס וואס השי"ת האט געזאגט צו משה, כלל ישראל האט אמונה! אין יעדן מצב און אין יעדע מציאות ווי שווער עס זאל נאר זיין, האבן זיי אין זיך א הייליגע און ריינע פינטעלע איד וואס לעכצט און בענקט צום אייבישטער און איז פיל מיט אמונה אינעם מלך חי וקיים. "וַיִּשְׁמְעוּ כִּי פָקַד ה' אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל" ווי עס שטייט אין בית אהרן און פון נאך צדיקים, אז די לשון 'פקד' איז פונעם שורש פון 'פִּקָדוֹן' א לשון פון א זאך וואס מ'גיבט איבער פאר א צווייטן צו באהאלטן, די אידן האבן דערהערט אז זיי פארמאגן אין זיך א הייליגע פקדון, "טיף אינעווייניג אין זייערע נשמות פארמאגן זיי א אוצר, א חלק אלוקי ממעל וואס השי"ת האט אריינגעלייגט אין זיי, די שענסטע און טייערסטע פקדון אויף די וועלט," אז זיי גלייבן אין השי"ת און זענען אנגעקניפט און אנגעבינדן אין איהם. און דערהערנדיג אזא בשורה טובה, אזא געוואלדיגע התגלות אז אפילו אין זייער נידריגע מצב אין די מ"ט שערי טומאה זעהט דער אייבישטער זייער אמונה און לאזט נישט רעדן קיין לשון הרע אויף זיי, "וַיִּקְּדוּ וַיִּשְׁתַּחֲווּ" זיי האבן זיך געבוקט און געדאנקט און געלויבט דעם אייבישטער אויף די מתנה טובה, אויף די הערליכע פקדון און געשאנק וואס ער האט זיי נארוואס געשענקט און מְגַלֶה געווען.

השי"ת הערט די געשריי פון אונזערע נשמות
און אזוי ווערט געברענגט אין ספה"ק ישמח ישראל בשם זיין פאטער הרה"ק רבי יחיאל פון אלכסנדר זי"ע אויפן פסוק אין אנהייב פרשת וארא "וְגַם אֲנִי שָׁמַעְתִּי אֶת נַאֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", דער אייבישטער זאגט איך האב געהערט דאס געשריי פון די אידן, און לכאורה איז דאס ווארט 'וגם' איבעריג [ווייל דאס מיינט "און אויך האב איך געהערט", עס וואלט געדארפט שטיין סתם "און איך האב געהערט"], נאר דער אייבישטער זאגט פאר משה, אויסער זייער חיצונית'דיגע און אויסערליכע געשריי וואס זיי שרייען און וויינען פון די צרות "האב איך אויך געהערט" טיף אינעווייניג נאך א געשריי, זייער נשמה שרייט און בענקט צום אייבישטער, ווייל אפילו ווען א איד זינדיגט רח"ל, דאָך האט ער אין זיך אינעווייניג א חלק אלוקי ממעל דאס פינטעלע איד וואס געפינט זיך טיף אין זיין נשמה און בלייבט אלעמאָל ריין און לויטער און וויל דינען דעם אייבישטער, און דארט אינעווייניג געפונט זיך גאר א נַאֲקַת "בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", וואס ווי באקאנט די נאמען 'בני ישראל' ווייזט אויף א הויכע מדריגה, דאס הייסט אז יעדער איד טיף אינעווייניג איז פון די 'בני ישראל' נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב ער געפונט זיך.



וואס מיר נעמען ארויס פון יציאת מצרים
און דאס איז איינס פון די הויפט יסודות וואס מיר מוזן מיטנעמען פון יציאת מצרים, די חביבות וואס השי"ת האט געהאט צו כלל ישראל, דעם "בְּנִי בְכֹרִי יִשְׂרָאֵל" ווי ער האט אונז דעמאלטס אנגערופן, און כאטש די שווערע מצב ברוחניות ובגשמיות איז השי"ת מֵעִיד אויף אונז אז מיר האבן אמונה, כלל ישראל גלייבט אלעמאל אין השי"ת!

אני לדודי ודודי לי
עס איז טאקע באקאנט וואס דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע ברענגט אין ספה"ק קדושת לוי, אז אין די תורה ווערט דער יום טוב אנגערופן מיט'ן נאמען "חג המצות" אבער מיר אידן רופן דאס דווקא אָן מיט'ן נאמען "חג הפסח"; וואס באדייט דער ענין אז מיר רופן עס מיט א אנדערע נאמען ווי דאס וואס שטייט אין פסוק.
נאר איז דער קדושת לוי מסביר לפי דרכו, ווייל דער נאמען חג המצות דערמאנט די שיינקייט פון כלל ישראל, ווי מיר זאגן אין די הגדה מַצָּה זוּ שֶׁאָנוּ אוֹכְלִים עַל שׁוּם מָה עַל שׁוּם שֶׁלֹּא הִסְפִּיק בְּצֵקָם שֶׁל אֲבוֹתֵינוּ לְהַחֲמִיץ... כִּי גֹרְשׁוּ מִמִּצְרַיִם וְלֹא יָכְלוּ לְהִתְמַהְמֵהַּ וְגַם צֵדָה לֹא עָשֹוּ לָהֶם, כלל ישראל געפונט זיך אין מצרים, און השי"ת הייסט גיין, מען גייט אין מדבר אריין, די אידן פאלגן מיט א בלינדע אמונה, ניטאמאל קיין געהעריגע ברויט אויף 'צידה לדרך' האבן זיי געהאט צייט צו באקן, מיט רויע טייג אויף די אקסלען לאזן זיי זיך ארויס אין וועג אריין לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר בְּאֶרֶץ לֹא זְרוּעָה... און אויפן וועג האט זיך די טייג שנעל אפגעבאקן און ס'איז געווארן מצה. און וויבאלד דער אייבישטער זוכט צו דערמאנען די שבח פון כלל ישראל, דערפאר שטייט אין די תורה "חג המצות" צו דערמאנען די געטריישאפט און די ריינע אמונה וואס כלל ישראל האט דעמאלטס ארויסגעוויזן. דאגעגן מיר אידישע קינדער זוכן צו רעדן פון די גרויסקייט פון השי"ת און זיין לויב, און דעריבער רופן מיר אָן דעם יום טוב מיט'ן נאמען פסח, וואס איז מרמז אויף די געוואלדיגע נסים וואס דער אייבישטער האט דאן געטוהן מיט אונז אין מצרים, שֶׁפָּסַח הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל בָּתֵּי אֲבוֹתֵינוּ בְּמִצְרַיִם... וְאֶת בָּתֵּינוּ הִצִּיל, דער אייבישטער האט געשטראפט די מצריים און איבערגעהיפט אויף אונזערע הייזער און אונז געראטעוועט.
מצה דערמאנט אונז די אמונה וואס מיר פארמאגן

היוצא לנו, מצה איז די סימבאל פון אונזער אמונה, מצה דערמאנט אונז די געוואלדיגע אמונה וואס כלל ישראל האט ארויסגעוויזן בשעת יציאת מצרים, און אגב עס ווערט טאקע אנגערופן אין זוהר הקדוש מיט'ן נאמען "מיכלא דמהימנותא - א מאכל פון אמונה". יתכן אז דאס איז גאר די סיבה פארוואס דווקא אט די מצוה איז אונז פארבליבן לדורות עולם, ווייל דאס איז וואס מיר פארמאגן און מיר מוזן ווייטער אנהאלטן במשך אלע דורות און אין אלע מצבים, די מצה, די ריינע אמונה אינעם אייבישטער, דעם לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר בְּאֶרֶץ לֹא זְרוּעָה. און ווי עס איז מרומז אינעם לשון הפסוק אויף די מצוה, "בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת" אפילו ווען ס'איז א מצב פון ערב, ס'איז טונקל, ס'איז שווער, אפילו ווען ס'דאכט זיך אונז אז מיר זענען פארבלאנדזשעט און דערווייטערט ח"ו, מיר שפירן נישט די אמונה, עס איז א מצב פון "וְהֵן לֹא יַאֲמִינוּ לִי" חלילה, דארפן מיר אנכאפן די הייליגע מַצוֹת און זיך דערמאנען ווי כלל ישראל האט ארויסגעוויזן אמונה שוין דעמאלטס, און ווי השי"ת האט שוין פאָראויס עדות געזאגט אויף כלל ישראל אז זיי האבן אמונה, זיי האבן א נקודה פנימית, "וַיַּאֲמֵן הָעָם וַיִּשְׁמְעוּ כִּי פָקַד ה' אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל" זיי גלייבן אלעמאל און זיי פארמאגן אין זיך די הייליגע פקדון וואס געפונט זיך אין יעדע אידיש הארץ און אין יעדן דור.

און אז מיר וועלן צוגיין צום סדר מיט אט די אמונה, גלייבן אין זיך! גלייבן אז מיר האבן אמונה, אונז און אונזערע קינדער טראגן אין זיך אלע דעם הייליגן פקדון, מיר וועלן דערהערן און געדענקן וואס די מַצוֹת לערנען אונז, וועט השי"ת העלפן אז מיר וועלן טאקע ריכטיג קענען ארויסברענגן אונזער אמונה מן הכוח אל הפועל, מיר וועלן עס קענען לעבן באמת, ווי אויך עס איינווארצלען טיף אין אונזערע הערצער און אין די הערצער פון אונזערע קינדער, און מיר וועלן קענען נאכגיין דעם רצון השי"ת אזויווי די אידן ביי יציאת מצרים, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין בקרוב צום תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַת לַיְלָה, במהרה בימינו אמן.




צידה לדרך ~ לכבוד יום טוב

די געשמאק אין עסן מצה
אין פסוק שטייט "בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹת", טייטשט הרה"ק דער תפארת שלמה פון ראדאמסק זי"ע, "בערב" איז א לשון פון זיסקייט, עַרֵיבוּת און מְתִיקוּת (אזויווי 'והערב' נא ה' אלקינו), ווייל די מצה דארפן מיר עסן מיט א זיסקייט און שפירן א געשמאק דערין, וויבאלד דאס איז א מצוה וואס מיר זענען זוכה מקיים צו זיין נאר איין מאל א יאר.
(תפארת שלמה)


מ'קען זיך אויסבעטן
אין 'הא לחמא עניא' זאגן מיר כָּל דִצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח, טייטשט הרה"ק בעל תפארת שמואל פון אלכסנדר זי"ע: "כָּל דִצְרִיךְ" יעדע ישועה וואס א איד דארף האבן, סיי פאר זיך אליין, און סיי פאר גאנץ כלל ישראל, "יֵיתֵי וְיִפְסַח" זאל קומען און אויסגיסן דאס הארץ פאר השי"ת. ווייל די נאכט פון פסח איז מסוגל זיך אויסצובעטן, עס איז א זמן פון "פֶּה סָח" פון רעדן און בעטן פונעם אייבישטער.
(תפארת שמואל)


מ'ענטפערט פון הימל
חכמינו ז"ל זאגן (פסחים ל"ו.) אז די מצה ווערט אנגערופן "לחם עוני - שעונין עליו דברים הרבה". עוֹנִין איז א לשון פון ענטפערן, ווייל אין די נאכט ענטפערט מען פון הימל אידישע תפלות, און מ'איז משפיע אסאך גוטע השפעות און ישועות.
(תפארת שמואל)


ליל שימורים א גאנץ יאר
פונעם לשון הפסוק "לֵיל שִׁמֻרִים הוּא לַה' וגו' לְכָל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְדֹרֹתָם" לערנען מיר אז די ליל שימורים האט איבערגעלאזט א השפעה אויף אלע קומענדיג דורות. דאס זעלבע לאזט איבער פסח ביינאכט א השפעה אויף די גאנצע יאר, און דעריבער איז א מנהג צו באהאלטן א שטיקל פון די אפיקומן, צו ווייזן אז די קדושה פון פסח באגלייט אונז די גאנצע יאר.
(שפת אמת, תרנ"ב)



א כשר'ן און פרייליכן יום טוב!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 1:09 pm
דורך א שעפעלע
פי די עף
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 06&gil=172

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2023 8:11 am
דורך א שעפעלע