בלאט 1 פון 11

איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 7:11 pm
דורך שמן למאור
שמועס איך מיר אזוי דעם שבת מיט מיינס א חבר נאך פון די ישיבה יארן, וואס איז שוין ווייט נישט דער זעלבער סארט ווי ווען אונז פלעגמער אויפשטיין יעדן ליל שישי, פעדערנדיג די הינער פון שטייג, אריינהאקנדיג שווערע שעות רציפות. זיין געלעזער האט זיך שוין געטוישט צו מער א היינטיגער סארט, זיין פיאות איז פיל ליפטיגער, זיין בארד מילד געפאטשקעט, און זיין בעקיטשע בליטשקעדיג באבלימט. ער איז שוין היינט ווינציגער אריינגעטון אין אביי ורבא און מער אינטערסירט אין די ביזנעס וועלט. ער זיכט צו לעזן א גרינעם דאלער ווי אימער און אין די איבריגע צייט איז ער פארנומען אויפן כלי נישט לצורך פרנסה, אבער פארט א תלמוד חכם איז ער הפנים געבליבן.

אונז האבן געהאט א לענגערע שמועס איבער דאס און יענץ. ער האלט גראדע אז טראמפ זאל מען אריינשליידערן אין חד גדיא אריין און דיסענטיס זאל גאר איבערנעמען די קאנסארוועטיווע לייצעס. הכלל, די שמועס איז פארקירעוועט געווארן צו ווי 'ערליך' ער איז, און ווי 'ערנסט' ער נעמט אידישקייט. ער געבט אזא ווארף אריין מסיח לפי תומו אז ער ניצט זיין סמארטפאון געהעריג שבת. פארשטייט זיך אז אפענערהייט נישט! זיין ווייב וועט אים שחט'ן לעבעדיגערהייט, אבער באהאלטענעהייט ניצט ער עס נאו פראבלעם!

איך בין געווען אין א שטיקל שאק, עד כדי כך האב איך מיך נישט געראכטן. "סאו הייסט עס אז דו ביסט א געהעריגע מחלל שבת"?? פרעג איך אים מיט אזא ערנסטע מינע אויפן געזיכט. "נעע! וואס עפעס"?! זאגט ער מיר מיט אזא ביטל. ניצן א פאון שבת איז ממש נישט אסור, די אחרונים מוטשענען זיך ממש דאס צו אסר'ן! און מיין נישט אז איך בין די איינציגסטער, וועסט נישט גלייבן וויפיל היימישע אינגעלייט ניצן זייער פאון שבת! מען קען עס מיטהאלטן לייוו, מען קען זען פונקטליך ווער ס'איז יעצט אנליין, און מען קען אויך קוקן ווען יעדער איז געווען ס'לעצטע מאל אנליין!

דא בין איך שוין געווארן אביסל פארלוירן און כ'האב מיך אנגעהויבן צו טענה'ן כדרכי. "אבער איז עס דען נישט קיין עובדא דחול"? און וואס איז מיט די פייער וואס ברענט אינעווייניג? לא תבערו אש!! "נעע, דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט" זאגט ער מיר, די היינטיגע פאונס ארבעטן נישט מיט קיין פייער, די היינטיגע לייטס ארבעטן מיט LED וואס איז בכלל נישט קיין פראבלעם. עובדא דחול זיידזשע מיר מוחל איז אבי אן אויסגעטראכטע איסור, אז מען ניצט עס יא איז עס אויס עובדא דחול! ווער איז מחליט וואס גייט אריין אינעם גדר פון עובדא דחול? אפשר דארף מען קוקן וואס די רופארמער טוען און אזוי מחליט זיין וואס עובדא דחול מיינט. און דא האט ער געווארפן זיין באמבע:

און וואס איז מיט דיר!??!?! דו ביסט יא אזא מורא'דיגע שומר שבת? דו גייסט אין א הייסע מקווה שבת וואס איז א פשוטע געהעריגע איסור!! נישטא קיין שום היתר!! נו אז דו ביסט נישט מקפיד אויף דעם, קום מיר נישט דרייען א קאפ וועגן מיין פאון. נישט הלכה גייט דיר אן, סך הכל גייט דיר אן די קאלטור, און ביי די סיסטעם איז א פאון אפגעפרעגט און גיין אין מקוה נישט!! סארי, איך דין נישט דער סיסטעם!!

איך בין געבליבן אזוי אנע לשון. בעיקר ווייל ער האט צאמגעווארפן זאכן וואס איך בין נישט געווען אזוי באהאוונט אין זיי. איך קען נישט די מציאות'ן פון די היינטיגע פאונס, כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין עובדא דחול, און הלכות רחיצה בשבת האב איך אויך נאכנישט אדרוכגעטון. הקיצור, די שמועס איז ווייטער געפארן צו אנדערע זאכן, אבער די שאלה איז מיר געבליבן שטעקן אין קאפ. צודען איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

האב איך מחליט געווען ארויפצוברענגען די שאלה דא צו די חשובע תלמודי חכמים. אפשר קען עס דער עולם צונעמען לעומקו של הלכה.

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 7:25 pm
דורך כרם זית
ער באהאלט עס פון זיין ווייב און ס'איז נישט קיין עובדא דחול. כהער.

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 8:00 pm
דורך הרבי האמיתי
דער האט נישט קיין קשיות נאר תירוצים, די עצם שאלה וואס איז הארבער האט נישט קיין אמתע ענטפער ווייל די ריכטיקע שאלה איז וואס האלט ער? אויב דערקלערט ער זיך אלץ מחלל שבת אדער נישט, די פאקט איז איינער וואס גייט אין א הייסע מקוה שבת פילט נישט ווי ער איז פורק עול מה שאין כן דער אינגערמאן האט זיכער געפילט ווי ער טוט עפעס וואס ער טאר נישט, לפחות די ערשטע פאר מאל

עס איז דא מער מענטשן וואס ניצן זייער פאון שבת ווי וואס דרייוון איינע פון די פשוטסטע סיבות איז ווייל עס איז גרינג צו באהאלטן אין אויך עדיקטיוו אוודאי ווען איינער איז מחלל שבת אבער איז נישט פורק עול איז געווענדליך פרובירט צו אויפקומען מיט סברות, אפילו אויב די סברה לייגט זיך אויפן שכל מיינט נאך נישט אז עס ליגט עפעס דערין

Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 8:04 pm
דורך דיכטער
די LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.

אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.

אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...

(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 8:12 pm
דורך שמן למאור
כרם זית האט געשריבן:ער באהאלט עס פון זיין ווייב און ס'איז נישט קיין עובדא דחול. כהער.
דאס האט מיט וויאזוי אונזער סיסטעם איז געווייערט. זיין ווייב וואלט מסתמה אויך משוגה געווארן ווען זי זעט ווי ער עסט פליישיג גלייך נאך מילכיג אן ווארטן קיין האלבע שעה. (אפילו מיט קינוח והדחה)

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 8:14 pm
דורך שמן למאור
דיכטער האט געשריבן:די LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.

אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.

אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...

(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
ניצן ווייפיי איז דאך אן איסור דאורייתא אינדערוואכן אויך.. סיידן מען האט א גוטע פילטער..

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 9:18 pm
דורך שלג זהב
איך בין נישט קיין ת"ח, אבער די מחשבות זענען מיר שוין אסאך מאל איינגעפאלן אינמיטן א לאנגווייליגן שבת..

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 9:31 pm
דורך בעל אחריות
דיכטער האט געשריבן:די LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.

אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.

אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...

(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
:lol:
איך בין פון דעי וואס האבן נישט געכאפט...

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 9:40 pm
דורך מתבודד
די נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...

@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 9:50 pm
דורך שלג זהב
מתבודד האט געשריבן:די נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...
די זעלבע איז מיטן שבת עלעוועיטאר וואס די רבנים האבן געזוכט איסורים פון אונטער די ערד צו אסר'ן.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די זעלבע איז אויך מיט חסידישע לבוש, כותל, בילדער פון פרויען, און לעצטנס אינטערנעט, סמארטפאון, א.א.וו.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:11 pm
דורך שמן למאור
מתבודד האט געשריבן:די נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...

@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
עס וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן ווער דער 'גדול' איז געווען, און וואס זיין הסבר איז דערויף. פארוואס איז א פאקטישער מחלל שבת, 'נישט' קיין מחלל שבת, אבער איינער וואס איז נישט קיין מחלל שבת איז 'יא' א מחלל שבת.
וויאזוי איז מען דאס מסביר? הייסט אז די תורה איז נאר א געים זיך צו קענען שפילן מיט וואס אונזער געפילן דיקטירן?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:14 pm
דורך שמן למאור
מתבודד האט געשריבן: @שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
למאי נ"מ?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב... :)

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:24 pm
דורך יין שרף
נו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:27 pm
דורך צוזאמגעדרייט
שמן למאור האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן: @שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
למאי נ"מ?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב... :)
וועלכע זייט רעכענסטו אלץ דער יצר הרע און וועלכע זייט איז דער יצר טוב?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:29 pm
דורך שמן למאור
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן: @שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
למאי נ"מ?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב... :)
וועלכע זייט רעכענסטו אלץ דער יצר הרע און וועלכע זייט איז דער יצר טוב?
כ'בין אליינס נישט זיכער..

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:31 pm
דורך קהל'ס נער
לאמיר אביסל צינעמען די הלכות, א פאון איז במציאות נישט קיין אש און ס'נישטא קיין שום צד איסור אפילו מדרבנן, די איינציגסטע צד לאסור איז "עובדא דחול" וואס די חתם סופר האט מחדש געוועהן (וואס גראדע פינקט ער האט געפילעוועט אין חדש אסור מן התורה......)

(תיקון טעות: עובדא דחול שטייט שוין אין גמ', אז א זאך וואס איז טעכניש נישט קיין מלאכה אבער איז ארבעט למשל שלעפן שווערע באקסעס איז אסור אלץ עובדא דחול, די חתם סופר איז מחדש אז יעדע זאך וואס שמעקט וואכנדיג איז אסור אלץ עובדא דחול למשל פארן אויף א באן, וואס אין גמ' איז נישטא קיין איסור צו פארן אויף א שיף אלץ עובדא דחול נאר פאר אנדערע סיבות, שקויעך @שמן למאור פארן מאיר זיין)

א הייסע מקווה אין שבת איז דא א איסור דרבנן רחיצה וואס דאס איז א קלארע גמרא (שבת מ:) אז מ'איז חושש אז ער וועט גיין אנהייצן די מקווה אין שבת, די ראשונים האבן אזוי מקפיד געוועהן אויף דעם איסור עד כדי כך אז די מהרי"ל האט גע'אסרט רחיצה אפילו מיט קאלטע וואסער.

און די נודע ביהודה (וואס אויף עים באזירן אינז דין נדה בזמן הזה) האט טאקע געהאלטן אז בשום אופן טאר מען נישט גיין אין א הייסע מקווה, און די חכם צבי לייגט נאך צי אז אזא איינער מעיג מען באשייגעצען אלץ אן עבריין גאר.

די סדרי טהרה איז מיקל אז א קאלטע מקווה איז א צער און במקום צער לא גזרו, די אבני נזר ווידער איז מיקל אז במקום מצווה לא גזרו, (איי מען קען דאך טין די מצווה בצונן? זעיט אויס אז כיוון שהותרה הותרה), צאנז'ער רב איז מתיר כיון שנהגו היתר הנח להם לישראל וכו'

די משנה ברורה פסק'נט טאקע אז מען טאר זיך נישט טובל'ן און א הייסע בור און אזוי אויך ווערט געברענגט אין אגרות משה.

לעניינינו, איסור רחיצה איז זיכער א הארבערע איסור פון ניצען א פאון (בהנחה אז א פאון איז טאקע א איסור) מילא קען מען זיכער עפלייען די אלע היתרים פון מקווה חמה צו א פאון, און לאמיר גיין איינס איינס ובכן,

די סדרי טהרה וואס איז מתיר אלץ צער, נישט ניצן די פאון איז אויך א צער.
די נודע ביהורה וואס איז מתיר אלץ מקום מצווה וכיון שהותרה בצונן הותרה בחמין, איז אויף א פאון קען מען דאך לערנען איז דאך עס א מקום מצווה וכיון שהותרה צו לערנען הותרה אויף אנדערע זאכן אויך.
די צאנזער רב וואס איז מתיר אלץ כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל, קען מען דא אויך זאגן כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל וויבאלד רוב יודן ניצן זייערע פאונ'ס אין שבת.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:35 pm
דורך שמן למאור
יין שרף האט געשריבן:נו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.
ובפרט אויב מען פארזוימט זיך מער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר טבילה.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:42 pm
דורך יין שרף
שמן למאור האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:נו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.
ובפרט אויב מען פארזוימט זיך מער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר טבילה.
נו, ער'ט געוואלט אסר'ן פאטעטאס אויך, מילא..?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:43 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:לאמיר אביסל צינעמען די הלכות, א פאון איז במציאות נישט קיין אש און ס'נישטא קיין שום צד איסור אפילו מדרבנן, די איינציגסטע צד לאסור איז "עובדא דחול" וואס די חתם סופר האט מחדש געוועהן (וואס גראדע פינקט ער האט געפילעוועט אין חדש אסור מן התורה......)
עובדין דחול ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא, ווייסעך נישט פארוואס דו זאגסט אז די חת"ס האט עס אויסגעטראפן. די שאלה איז נאר ווער איז מחליט וואס גייט אריין אין דעם גדר. אפשר איז עסן פרענקפוטערס עובדין דחול?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:45 pm
דורך שמן למאור
יין שרף האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:נו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.
ובפרט אויב מען פארזוימט זיך מער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר טבילה.
נו, ער'ט געוואלט אסר'ן פאטעטאס אויך, מילא..?
די משנה ברורה נעמט אן אזוי ווי אים. ביי פאטעיטעס האבן זיך אלע געקריגט אויף אים, מען האט אנגענומען אז אויף פסח איז 'חיי אדם' יא צו עסן פאטעיטעס.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:46 pm
דורך יין שרף
וואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
נולד?
בונה להחזו"א?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 10:52 pm
דורך צקון לחש
יין שרף האט געשריבן:וואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
נולד?
בונה להחזו"א?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?
"בזמנינו לא נהגו להיזהר בזה"