בלאט 1 פון 3

ענדליך: מאנסי באקומט די ערשטע ספינקא רבי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:30 pm
דורך קלאר
נאכדעם וואס אין יעדע חרד'ישע געגענט איז שוין דא כמעט א דאזען רבי'ס מיט די לעצטע נאמען 'ספינקא',
איז מאנסי געבליבן פאר'יתומ'ט
ווייל אפי' די איידימער פין ר' הערשלע ספינקער זצ''ל - וואס א חלק ספינקא רבי'ס שטאמען פון אים, וועלכע וואוינען אין מאנסי, האבן אנדערע נעמען
דער עלטסטער איידעם איז דער ראדווילער רבי, נאך בחייו פונעם שווער
און זיין איידעם ר' שלמה לויפער האט זיך א נאמען געגעבן 'קראלי'

יעצט איז אבער מאנסי אריינגענומען געווארען אין די חרד'ישע וועלט
מיטן באקומען א ספינקא רבי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:31 pm
דורך זר זהב
שוין יעצט קען איך מאפן קיין מאנסי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:33 pm
דורך קלאר
דער בארשא רבי פין וויליאמסבורג א זון פין ר' בעריש מ'ספינקא ז''ל וועט זיין די ערשטע ספינקא רבי אין מאנסי
ער וועט זיך אריבערציען אדער האט זיך שוין אריבערגעצויגן קיין מאנסי

אויב איינער ווייסט דעטאלען פין די נייע ספינקא מאנסי הויף
ווי אויך ווי עס געפינט זיך זאל עס מיטטיילן פאר'ן עולם 'ספינקא' חסידים

מיר דא אין קאווע שטובל ווינטשן אסאך הצלחה אין סיעתא דשמיא פאר'ן נייעם רבי'ן אין ווארטן צו הערן פונעם גרויסן מעמד חנוכת הבית/אבן הפינה פאר'ן נייעם ביהמ''ד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:34 pm
דורך שמואל הלוי
ספינקא אדער בארשא?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:45 pm
דורך שמעקעדיג
גיי מיר מאכן פלענער צו מופן קיין מאנסי.
די הייזער זענען דאך ביליגער דארט,
ביז יעצט האבעך נישט געוואלט גיין דארטן, ס'טייטש, א פאר'יתומ'טע שטאט
אבער אצינד אז עס איז שוין געווארן אויפגעראכטן, קענען מיר שוין האבן א הו"א זיך צו ציען.

ענדליך ענדליך. אז מען לעבט דערלעבט מען!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:52 pm
דורך היימישער
איך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:53 pm
דורך זר זהב
דאן בלייבט מען אין שווייץ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:31 am
דורך טעפל
וואס איז זיין וועבזייט אדרעס?

DEPRRESSED

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:30 am
דורך gehlungen
I would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:12 am
דורך קאווע טרינקער
כ'מיין ער פלעגט זיין "תולדות אברהם יצחק רב" אין וומ"ס.
נו, מחיל אל חיל...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:38 pm
דורך sunbar
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין ער פלעגט זיין "תולדות אברהם יצחק רב" אין וומ"ס.
נו, מחיל אל חיל...


ער איז א איידעם ביי אדמו'ר מתוא'י?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:40 pm
דורך זר זהב
יא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:06 pm
דורך שמעקעדיג
gehlungen האט געשריבן:I would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !


אנגעצויגענע מענטשן?

פון וואו נעמסטו דאס?
איך האב דארט אסאך פרייליכע משפחה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:51 pm
דורך אויס מענטש
gehlungen האט געשריבן:I would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !

די ווייסט ווי מאנסי איז ?
ווייל אין מאנסי נ.י. 10952 זענען מענטשען מוראדיג רואיג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:23 pm
דורך קרעקער
יאפטשיק ועט ער געבען?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:46 pm
דורך חכם מחוכם
היימישער האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא

קען זיין ער וועט זיך רופן סערעט בארשא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:57 pm
דורך זר זהב
ס'האט נישט גענומען לאנג, קוים וואס די מעלדונג איז צושפרייט געווארן אז בארשא/ספינקא רבי ציהט זיך אריבער קיין מאנסי הבירה
און שוין האט זיך די געגענט'ס פראפייל געהויבן!
CNN MONEY שרייבט איצט אז ראמאפא איז איינע פון די בעסטע געגענטער אין לאנד צו וואוינען.

(שוין נישט די ערשטע מאל וואס ראמאפא ערשיינט אויף די ליסטע, שששש.....)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:17 am
דורך מורינו הרב
איך קען זיך נישט סטאפן צו פרייען.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:20 am
דורך אויס מענטש
ער רופט זיך ספינקא-עירמאנט
מען האט שוין געגעסן דארטן קוגל און שלישקעס
און די דערנעבענדיגע רבנים זענען שוין געקומען זיך מיט פרייען און אויס טשעקען צו עס איז טאקע נישטא קיינער פון זייערער מתפללים
ער איז אן ערענסטער קאנקורעט פאר ליפא שמעלצער ווייל זיי זענען ביידע גוט מ.... {נו מטאר נישט זאגן א מיאוסע ווארט}

איז לאמיר אים טאקע וואונטשען מעומק הלב אלעס גוטס

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:42 pm
דורך ציבעלע-קיגל
נעבעך.......

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא

Loy Almen Yisrooel. There is a yungerman from the other Spinka Geyza who lives in Monsey. Only we must wait until he is revealed. M'miz vart'n biz er vet nisgaleh ver'n. :lol:

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:41 am
דורך מורינו הרב
איך הער אז חסידים פון די אנדערע ספינקא, גייען עפענען אן 'עכטע' ספינקא בית-המדרש, מען זאל זיך חלילה נישט אויסמישן, איין ספינקא מיט די אנדערע.

ענטפער צו מורינו הרב שליט"א

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:48 pm
דורך berlbalaguleh
מורינו הרב האט געשריבן:איך הער אז חסידים פון די אנדערע ספינקא, גייען עפענען אן 'עכטע' ספינקא בית-המדרש, מען זאל זיך חלילה נישט אויסמישן, איין ספינקא מיט די אנדערע.

אבער אויב ס'איז אמת די שמועות אז די "אנדערע" ספינקא גייט עפענען א שטיבל, וועט מען דארפן זוכן א בעל תפילה אויף יו"ט און אנדערע פרייליכע זמנים, ווייל דער "רב" שליט"א דאוונט אלע תפילות און זאגט דרשות מיט א קול בוכים. אבער, האפנטליך וועט די לקח - בראנפן און קוגל ביי דעם קידוש זיין זייער געשמאק, וואס וועט צוצויען אן עולם פון די געגנט.