בלאט 1 פון 1

יום טוב שני

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:07 pm
דורך שאלתיאל
מיין סטאטוס איז כרגע אז איך האלט איין טאג און כ'געפון זיך יו"ט אין חו"ל. קען מיך איינער אויסקלארן וואס קען איך יא אדער נישט טון ע"פ הלכה אום יו"ט שני?

Re: יום טוב שני

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:11 pm
דורך כרם זית
מעגסט קאכן אן אן עירוב תבשילין.

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:17 pm
דורך שאלתיאל
כרם זית האט געשריבן:מעגסט קאכן אן אן עירוב תבשילין.
דעטס איט? שאר מלאכות?

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:28 pm
דורך שפילער
מעגסט אלעס טון אבער נישט בפרהסיה

Re: יום טוב שני

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:36 pm
דורך כרם זית
שאלתיאל האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:מעגסט קאכן אן אן עירוב תבשילין.
דעטס איט? שאר מלאכות?
עס איז א מחלוקת ט''ז ומג''א, אבער רוב אחרונים נעמען אן ווי דער מג''א אז אפי' בצנעא איז אסור (הפרי חדש והגר''ז וכמדומה המשנ''ב), און אזוי איז בדרך כלל די אנגענומענע מנהג.

אויך קוק אריין אין משנ''ב סימן תצ''ו ווי אזוי זאלסט זיך פירן בנוגע דאווענען.

Re: יום טוב שני

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 8:12 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
כ'געדענק מיט יארן צוריק בין איך געווען פסח אין א"י און איינגעשטאנען אין די שעראטאן האטעל אויף קינג דזשארדזש אין ירושלים, האב איך דארט באגעגענט א איד פון אנטווערפן. פארציילט ער מיר, אז ער איז א יעדן יו"ט אין ארץ ישראל און אלע זיינע קינדער וואוינען אין א"י. האט ער אנגעפרעגט אויב געדענק איך גוט, הרב אוירבאך ז"ל וויפיל טעג ער ברויך האלטן יו"ט? ווייל למעשה וואוינט ער אין חו"ל? האט ער עם געפסק'נט אז נאר איין טאג כמנהג א"י ווייל למעשה איז ער יעדן יו"ט אין א"י, און אלע זיינע קינדער וואוינען דארט. איין יאר האט ער געהאט צוטוהן מיט די פוס, און נישט געקענט זיין אין א"י יו"ט, האט עם רב אוירבאך געפסק'נט צו האלטן צוויי טעג.

Re: יום טוב שני

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:42 pm
דורך ראדני
הייסט הלכה ווענד זיך צי די פוס טוט וויי? אויב עס איך טשאקלעד וואס איז געמאכט פון חלב ישראל און מיין פוס הייבט אן וויי טוען מיינט עס אז מען מעג עסן חלב עכו״ם?

Re: יום טוב שני

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:47 pm
דורך בר גיורא
שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:07 pm מיין סטאטוס איז כרגע אז איך האלט איין טאג און כ'געפון זיך יו"ט אין חו"ל. קען מיך איינער אויסקלארן וואס קען איך יא אדער נישט טון ע"פ הלכה אום יו"ט שני?
קענסט אננעמען אזוי ווי די חכם צבי און שועה"ר אז מטוט אזוי ווי דארט ווי מאיז..
אויב פאנגט מען מיט די אנדערע אחרונים ווערט עס זייער קאמפלעצירט און יעדע דיין וועט פסקנען אנדערש

Re: יום טוב שני

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:07 pm
דורך מתתיהו
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:47 pm

זיי רעדן נאר ביי א פארקערטע פאל, דהיינו א בן חוץ לארץ וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל.

Re: יום טוב שני

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:17 pm
דורך בר גיורא
מתתיהו האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:07 pm

מה החילוק?

Re: יום טוב שני

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:25 am
דורך מתתיהו
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:17 pm
מתתיהו האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:07 pm
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:47 pm
שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:07 pm מיין סטאטוס איז כרגע אז איך האלט איין טאג און כ'געפון זיך יו"ט אין חו"ל. קען מיך איינער אויסקלארן וואס קען איך יא אדער נישט טון ע"פ הלכה אום יו"ט שני?
קענסט אננעמען אזוי ווי די חכם צבי און שועה"ר אז מטוט אזוי ווי דארט ווי מאיז..
אויב פאנגט מען מיט די אנדערע אחרונים ווערט עס זייער קאמפלעצירט און יעדע דיין וועט פסקנען אנדערש
זיי רעדן נאר ביי א פארקערטע פאל, דהיינו א בן חוץ לארץ וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל.
מה החילוק?
עיי"ש בחכם צבי סי' קס"ז.
זיין עיקר נקודה איז אז אין ארץ ישראל איז אסור צו האלטן צוויי טעג משום בעל תוסיף, ממילא איז עס נישט קיין חומרא נאר א קולא.

Re:

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:39 am
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:17 pm
כרם זית האט געשריבן:מעגסט קאכן אן אן עירוב תבשילין.
דעטס איט? שאר מלאכות?
פארן א קאר אדער אנצינדן א לייט אין ביהמ"ד טארסטו (זיכער) נישט.

ביי דיר אין שטוב מעגסטו אנצידן און אויסלעשן די לייטס. אויך אויפמאכן די טעלעוויזיע, רח"ל. נאר נישט צו הויעך אז די שכנים זאללן הערן.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:50 am
דורך הכנה דרבה
די אנגענומענע מנהג איז אז די צווייטע טאג טוט מען נישט קיין מלאכות און מ'דאווענט חול המועד'יגע/וואכעדיגע דאווענען, אבער אויב האלטסטו געהעריג צוויי טעג איז אויך גוט. אויב ווילסטו די צווייטע טאג זיך אפפעקלען צו א געגנד וואו ס'וואוינען נישט קיין אידן קענסטו דארט לכתחילה טוהן מלאכות בפרהסיא, סיידן אז דו זעהסט אויס אידיש און ס'קען זיין א חילול השם, אין אזא פאל קענסטו זיך איינשפארן אין א דירה אין א גוי'אישע געגנד און וואטשן טעלעוויזיע אגאנצן טאג. אזוי צו אזוי, אסרו חג אין אזא פאל זענען דא וואס לייגן תפילין אבער ס'פעלט עכט נישט אויס, איך וואלט עס נישט געטוהן.

אויב ביזטו אין חו"ל מיט א גאנצע געזינדל און דו עסט ביים שווער וכו' וואלט איך (און אסאך היימישע דיינים) לכתחילה געזאגט צו האלטן צוויי טעג פשוט זיך צו שפארן די אומזינסטיגע קאפפארדרייענישן. מענטשן מיינען אז ס'איז א קונץ צו האלטן נאר איין טאג, איך פלעג א שטיק צייט וואוינען אין ישראל און געהאלטן איין טאג און איך האב נישט זוכה געוועהן איינצוזעהן די גרויסע גליקן דערפון, גליקליך איז מען ווען מ'האט א שמחת יום טוב און קיין קאפוויי וואס קענען זיך מאכן פון די אלע סארטן שטיקלעך און דריידלעך.

אגב, די זעלבע זאך איז אויך פארקערט, א בן חו"ל וואס פארט קיין א"י. הגם אין ירושלים איז דא גאנץ א שטארקע יו"ט שני קולטור, אבער אויב איז ער אין אן אנדערן שטאט/שטעטל אין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה זאל ער האלטן איין טאג געהעריג.

Re: יום טוב שני

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:59 am
דורך הייליגע קוה
ווען אין רוים, טוה וויאזוי רומיים טוהען.
דאס איז נישט מער פון קאממען סענס, כ׳פארשטיי בכלל נישט די מו״מ אין די אחרונים.

Re: יום טוב שני

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:14 pm
דורך היימלינד
צ/ק
זאלסט פרעגען א שאלה
אז דו פרעגסט שוין קען איך דיר זאגען אז רוב פוסקים נעמען אהן ווי די מג"א אז מען טאר גארנישט טוען נאר ממש בצנעה דברים שבצנעה למשל א שויער לאפוקי פון אויסלעשען א לעקטער אפילו בצנעה.

די צווייטע סדר איז ראטזאם צו מיטהאלטען - נאך הבדלה בצנעה - אבער פארשטייט זיך נישט מאכען קיין ברכות.
ספירה לכתחילה נאך מעריב, ס'איז נישט דא די ענין פון נאכן סדר

תפילה דארף מען דאווענען אזוי ווי אין ארץ ישראל אבער נישט אויף א אופן פון פרסום, תפילין אסרו חג נאר בצנעה

Re:

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:05 pm
דורך נאך א שמויגער
הכנה דרבה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:50 am די אנגענומענע מנהג איז אז די צווייטע טאג טוט מען נישט קיין מלאכות און מ'דאווענט חול המועד'יגע/וואכעדיגע דאווענען, אבער אויב האלטסטו געהעריג צוויי טעג איז אויך גוט. אויב ווילסטו די צווייטע טאג זיך אפפעקלען צו א געגנד וואו ס'וואוינען נישט קיין אידן קענסטו דארט לכתחילה טוהן מלאכות בפרהסיא, סיידן אז דו זעהסט אויס אידיש און ס'קען זיין א חילול השם, אין אזא פאל קענסטו זיך איינשפארן אין א דירה אין א גוי'אישע געגנד און וואטשן טעלעוויזיע אגאנצן טאג. אזוי צו אזוי, אסרו חג אין אזא פאל זענען דא וואס לייגן תפילין אבער ס'פעלט עכט נישט אויס, איך וואלט עס נישט געטוהן.

אויב ביזטו אין חו"ל מיט א גאנצע געזינדל און דו עסט ביים שווער וכו' וואלט איך (און אסאך היימישע דיינים) לכתחילה געזאגט צו האלטן צוויי טעג פשוט זיך צו שפארן די אומזינסטיגע קאפפארדרייענישן. מענטשן מיינען אז ס'איז א קונץ צו האלטן נאר איין טאג, איך פלעג א שטיק צייט וואוינען אין ישראל און געהאלטן איין טאג און איך האב נישט זוכה געוועהן איינצוזעהן די גרויסע גליקן דערפון, גליקליך איז מען ווען מ'האט א שמחת יום טוב און קיין קאפוויי וואס קענען זיך מאכן פון די אלע סארטן שטיקלעך און דריידלעך.

אגב, די זעלבע זאך איז אויך פארקערט, א בן חו"ל וואס פארט קיין א"י. הגם אין ירושלים איז דא גאנץ א שטארקע יו"ט שני קולטור, אבער אויב איז ער אין אן אנדערן שטאט/שטעטל אין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה זאל ער האלטן איין טאג געהעריג.
איך שפיר נישט קיין קאפ פררדרייעעניש. איך מאך הבדלה בצנעה און איך האלט מיט די סדר. איך לאז נאר ארויס די ברכות וואס האבען דווקא מיט די סדר. כזיתים קומען אויס א סך גרינגער ביי אינו מצווה ועושה. נאך יעדער כוס מאך איך א ברכה אחרונה בצנעה. ס׳קומט מיר זייער גרינג.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:06 pm
דורך הכנה דרבה
און דיינע קינדער האלטן אויך מיט די גאנצע חשבון? וואויל איז דיין חלק.

Re: יום טוב שני

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:11 pm
דורך berlbalaguleh
ראדני האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:42 pm הייסט הלכה ווענד זיך צי די פוס טוט וויי? אויב עס איך טשאקלעד וואס איז געמאכט פון חלב ישראל און מיין פוס הייבט אן וויי טוען מיינט עס אז מען מעג עסן חלב עכו״ם?
ראדני: דו האט "גע-מיסס'ד" דעם פוינט פון הג"ר ש"ז אוירבך'ס זצ"ל פסק.

דער איד האט דאך סוכ"ס נישט געוואוינט אין ארץ ישראל. נאר וויבאלד ער האט געהאט א קביעות צו זיין דארט א יעדן יו"ט האט עס געהייסן אז ער וואוינט דארט. נאר ווען ער איז נישט געווען דארט האט חל געווען אוף איהם דער דין פון יו"ט שני של גליות.

Re:

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
דורך נאך א שמויגער
הכנה דרבה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:06 pm און דיינע קינדער האלטן אויך מיט די גאנצע חשבון? וואויל איז דיין חלק.
איך בין (ליידער) א גרוש אן קינדער. ווען איך וואלט געהאט, וואלטן די קינדער געהאלטען געהעריג יו״ט שני אין חו״ל.

Re: יום טוב שני

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:50 pm
דורך הכנה דרבה
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:14 pm צ/ק
זאלסט פרעגען א שאלה
אז דו פרעגסט שוין קען איך דיר זאגען אז רוב פוסקים נעמען אהן ווי די מג"א אז מען טאר גארנישט טוען נאר ממש בצנעה דברים שבצנעה למשל א שויער לאפוקי פון אויסלעשען א לעקטער אפילו בצנעה.
א שאוער (מעגן) [דארפן] בני חו"ל אויך נעמען.
הייליגע קוה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:59 am ווען אין רוים, טוה וויאזוי רומיים טוהען.
דאס איז נישט מער פון קאממען סענס, כ׳פארשטיי בכלל נישט די מו״מ אין די אחרונים.
דאס איז אלץ געזאגט געווארן ווען ביידע מנהגים זענען אייניג הארב, אין אזא פאל אבער וואס די מנהג חו"ל איז הארבער זאגט די משנה אז נותנין עליו חומרי מקום שיצא משם וחומרי מקום שהלך לשם, אבער לויט די גמרא גייט מען לויט די פלאץ פון וואו מ'קומט, און פון דארט און ווייטער טוען אלע פוסקים זיגזעגן צווישן די צוויי דעות.