בלאט 1 פון 1
בשעת׳ן פארברענען דעם חמץ - אפשר burnout מבער זיין
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 10:15 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
שפרה לאווען האט לעצטנס געשפילט אין א גוי׳שע פילם (short film) וועגן נארסיסיזם און זי טענה׳ט אז ס׳האט איר געעפנט די אויגן און געגעבן א glimps אויף די שוידערליכע עבּיוז וואס א קרבן פון א נארסיסיסט גייט אדורך…
אין א ווידיאו וואס זי האט היינט ארויפגעשטעלט אויף איר טשענעל, זאגט זי אז Dr. Gabor Maté (וועלכער איז א סערווייווער פון די שואה) איז גוט מסביר ווי משוגה עס איז צו טראכטן אז מענטשן וואס ליידן פון דיפּרעשן זענען ״משוגה״…
זי זאגט אז אין טאהש האט זי געליטן פון
Circumstantial Depression
אלס רעזאלטאט פון דעם וואס מ׳האט איר און איר מאַן גע׳רודפ׳ט און אז די ביכל listening to depression האט איר געראטעוועט דאס לעבן.
דא איז א לינק צום ווידיאו אויב איינער איז אינטערעסירט. טיטל איז: burnout or depression
https://www.youtube.com/live/ejbJOj_R1aA?feature=share
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 10:21 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
די סיבה פארוואס כ׳האב עס ארויפגעשטעלט איז ווייל מיין טאטע האט מיר יארן צוריק דערציילט אז רוב מענטשן היינט נעמען פּילן אבער זיי האלטן עס א סוד. אפילו די רייכסטע הצלחה׳דיגע מענטשן וואס קיינער וואלט זיך נישט גע׳חלומ׳ט אז זיי ליידן פון דיפּרעשן
און אין דעם ווידיאו דרייט זיך אלעס איבער מקערה על פיה לויט דר. גאַבּאָר וואס טענה׳ט אז נישט די מענטשן וואס ליידן זענען די פראבלעם דא
איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס דער עולם קלערט אויף דעם נושא
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 11:04 am
דורך אלע צוזאמען
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:די סיבה פארוואס כ׳האב עס ארויפגעשטעלט איז ווייל מיין טאטע האט מיר יארן צוריק דערציילט אז רוב מענטשן היינט נעמען פּילן אבער זיי האלטן עס א סוד. אפילו די רייכסטע הצלחה׳דיגע מענטשן וואס קיינער וואלט זיך נישט גע׳חלומ׳ט אז זיי ליידן פון דיפּרעשן
און אין דעם ווידיאו דרייט זיך אלעס איבער מקערה על פיה לויט דר. גאַבּאָר וואס טענה׳ט אז נישט די מענטשן וואס ליידן זענען די פראבלעם דא
איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס דער עולם קלערט אויף דעם נושא
נאך נישט געזען די ווידעאו, א זייטיגע נקודה, הגאון ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א האט שוין פאר 20 יאר צירוק געזאגט אז 'מ'עט גיין קעגן משיח מיט די באטל פילן אין הענט.'
Re: בשעת׳ן פארברענען דעם חמץ - אפשר burnout מבער זיין
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 12:20 pm
דורך פאליטיקאנט
כ'בין ממש נישט קיין עקספערט אין די נושא, און כ'ווייס יא אז א ריזיגע פראצענט נעמט פילן פאר פארשידענע סיבות. אבער איך 'פיל' אז עס איז נישט בארעכטיגט.
אנגעהויבן די געבן פילן פאר יעדע צווייטער (אדער ערשטער) קינד אין חדר, און געענדיגט ביי אזויפיל אינגעלייט וואס נעמען.
טעראפי קען יעדער נוצן און עס איז א דבר פשוט אז די גייסטישע געזונט דארף מעינטענענס פונקט ווי די פיזישע. אבער אז פילן זאל זיין די 'לאנג טערם' ענטפער אויף יעדע פראבלעם אנשטאט זיך נעמען צו די 'רוט' פון די אישו איז אפגעפרעגט לדעתי.
(אז געווירצן זאלן העלפן מיט גייסטישע פראבלעמען איז באקאנט.... אבער נישט אלס א טעגליכע אפיציעלע הייל מיטל)
נאכאמאל, יעדער זאל טוען וואס זיין דאקטער הייסט עם, איך פארשטיי עס פשוט נישט.
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 1:27 pm
דורך כוואליעס
ביז אפאר יאר וועט דאס נעמען פילן אריין גיין אין די סיסטעם אלס א נארמאלע זאך, עס וועט קומען צו שידוכים וועט מען פרעגן: די בחור נעמט צייטליך זיינע פילן? אויב יא איז גוט.
אפאר יארר שפעטער וועט ארויס קומען א פיל וואס וועט מאכן דעם מענטש געדענקען נעמען די פילן, בקיצור, אונז זענען אין גוטע הענט
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 1:33 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
אלע צוזאמען האט געשריבן:אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:די סיבה פארוואס כ׳האב עס ארויפגעשטעלט איז ווייל מיין טאטע האט מיר יארן צוריק דערציילט אז רוב מענטשן היינט נעמען פּילן אבער זיי האלטן עס א סוד. אפילו די רייכסטע הצלחה׳דיגע מענטשן וואס קיינער וואלט זיך נישט גע׳חלומ׳ט אז זיי ליידן פון דיפּרעשן
און אין דעם ווידיאו דרייט זיך אלעס איבער מקערה על פיה לויט דר. גאַבּאָר וואס טענה׳ט אז נישט די מענטשן וואס ליידן זענען די פראבלעם דא
איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס דער עולם קלערט אויף דעם נושא
נאך נישט געזען די ווידעאו, א זייטיגע נקודה, הגאון ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א האט שוין פאר 20 יאר צירוק געזאגט אז 'מ'עט גיין קעגן משיח מיט די באטל פילן אין הענט.'
א דאנק פאר די תגובה! אלס א שטארקער חסיד פון דעם צדיק פון א איד, מיינט דאס אסך ביי מיר
דרך אגב, יארן צוריק האב איך אים אנגעקלינגען פון איבער׳ן ים (ס׳געווען גאר שווער צוצוקומען צו אים, אבער ב״ה איך האב זוכה געווען רעדן צו אים פערזענליך אויפ׳ן טעלעפאן און באקומען מורא׳דיגע גוטע עדווייס פון אים וויאזוי צו טריטן א משפחה מיטגליד וואס האט געליטן פון או. סי. די.
אנשטאט די דורכשניטליכע צוגאנג צו לייגן דרוק אויף א בחור וואס שטייט אויף שפעט און פארפאסט זמן קרי״ש האט מיר דער צדיק געזאגט איך זאל אים טריטן ווי א פּרינץ מיט די גרעסטע רעספעקט. אים ברענגען קאווע צום בעט ווען ער וועקט זיך אויף און באגריסן מיט א שמייכל.
זעהט אויס ער האט פארשטאנען אסך בעסער פון אסך סי בי טי פּראפעשינעלס וואס לייגן צו טראומא מיט׳ן ארויפצווינגען שוועריקייטן און מער דרוק אויף ווייכהארציגע נשמות וואס מוטשען זיך מיט די אומדערטרעגליכע פּיין. און זיין עצה איז געווען פארגרינגערן פאר׳ן בחור ווי מער און מאכן זיכער זיין טאג הייבט זיך אָן מיט א גוט געפיל.
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 1:36 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
פאליטיקאנט האט געשריבן:כ'בין ממש נישט קיין עקספערט אין די נושא, און כ'ווייס יא אז א ריזיגע פראצענט נעמט פילן פאר פארשידענע סיבות. אבער איך 'פיל' אז עס איז נישט בארעכטיגט.
אנגעהויבן די געבן פילן פאר יעדע צווייטער (אדער ערשטער) קינד אין חדר, און געענדיגט ביי אזויפיל אינגעלייט וואס נעמען.
טעראפי קען יעדער נוצן און עס איז א דבר פשוט אז די גייסטישע געזונט דארף מעינטענענס פונקט ווי די פיזישע. אבער אז פילן זאל זיין די 'לאנג טערם' ענטפער אויף יעדע פראבלעם אנשטאט זיך נעמען צו די 'רוט' פון די אישו איז אפגעפרעגט לדעתי.
(אז געווירצן זאלן העלפן מיט גייסטישע פראבלעמען איז באקאנט.... אבער נישט אלס א טעגליכע אפיציעלע הייל מיטל)
נאכאמאל, יעדער זאל טוען וואס זיין דאקטער הייסט עם, איך פארשטיי עס פשוט נישט.
100% עגרי
א גרויסן דאנק פאר׳ן מיטטיילן אייער wisdom
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 1:38 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
כוואליעס האט געשריבן:ביז אפאר יאר וועט דאס נעמען פילן אריין גיין אין די סיסטעם אלס א נארמאלע זאך, עס וועט קומען צו שידוכים וועט מען פרעגן: די בחור נעמט צייטליך זיינע פילן? אויב יא איז גוט.
אפאר יארר שפעטער וועט ארויס קומען א פיל וואס וועט מאכן דעם מענטש געדענקען נעמען די פילן, בקיצור, אונז זענען אין גוטע הענט
א ביטער געלעכטער
וויאזוי גייט די ווערטל? ווען די נאַר וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט