''מלאך משחית'' -נייע TV שאו

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1633 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2095 מאל

''מלאך משחית'' -נייע TV שאו

שליחה דורך שאלתיאל »

די איזראעלי סינעמע האט אין די לעצטע יארן אנטדעקט די חרדים און זיך ארויפגעווארפן אויף זיי מיטן גאנצן כוח. טעלעוויזע סעריעס און מאוויס אויף חרדים שפראצן ארויס ווי שוועמלעך נאכן רעגן אזש ס'איז שוין כמעט געווארן ווי א זשאנער פאר זיך ( ''שטיסל'', ''שבאבניקים'', ''אוטונומיות'',''חאנשי'', ''ריקוד האש''... ), א Horror סעריע אויף חרדים האמיר אבער נאך נישט געהאט. ''מלאך משחית''- א נייע Horror-supernatural- דראמא סעריע איז אין די טעג ארויף אויף ''כאן 11'' און האט שוין געצויגן אויפמערקזאמקייט.

אין צענטער פון מאווי איז א מערדעליכע שד וואס האט זיך אריינגעכאפט אין א חסידישע קהילה אין ירושלים און זייעט אן כאאס און חורבן. די סעריע פלאנט אנצוכאפן אזעלכע נושאים ווי חסידישע מיסטסיזם, אמונה און רעשענעליזם, און רעליגע קעגן מאדענירזם. פון די ערשטע צווי עפיזאדס קוקט אויס זייער אינטערסאנט.

דער דירעקטער איז נוח סטולמן וואס איז געווען פארמישט אין די ''פאודה'' סעריע. מערקווערדיג איז אז דער קערעקטער פון ''מלכי פרייס'' די חרדיש'ע פסיכאלאג שפילט א טראנסדזשענדער פרוי מיטן נאמען ליעוז לוי.

https://www.kan.org.il/program/?catId=2087
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר