בלאט 1 פון 1

הלכה למשה מסני

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 9:53 pm
דורך שערי יושר
אין אונזער לעבן, א לעבן וואס ווערט געפירט דורך די תורה הקדושה, א גאנצע טאג פונעם ערשטן מינוט וואס מען עפנט די פארקלעבטע אויגן ביזן סאמען לעצטן מינוט ווען מען מאכט צי די מידע אויגן, ווערן מיר געפירט דורך די געזעצן פון די תורה די געזעצן וואס אונז האבן און די פארעם פונעם שלחן ערוך וואס איז הערליך אויסגעשטעלט און ארפגעשריבן אויף יעדע ריר וויאזוי מען דארף זיך פירן וואס מען דארף טוהן וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט. אבער די מקור און היסטאריע פון די אלע הלכות זענען פארשידנארטיג, צוויי זענען געזאגט געווארן דורך גאט אליין און געהערט געווארן דורך זעקס הינדרעט טויזנט מענטשן מיט זייער ווייבער און קינדער די איבעריגע אכט פון די עשרת הדברות זענען גאזאגט געווארן דורך משה עבד השם די גרעסטע פון אלע נבואים במעמד הר סיני מיט קולות וברקים ובענן אש, נאכדעם זענען דא די תרי"ג מצוות וואס זענען אראפגעשריבן דורך משה אין די חמשה חומשי תורה דאס זענען די קלארסטע און שטערקסטע הלכות וואס קיינער דינגטס זיך נישט דאס איז וואס מיר רופן א דאורייתא, און פון די תורה האבן חז"ל ארויסגעלערנט אדער וואו אונזער מלמדים פלעגן זאגן ארויסגעדרינגען טויזענטער הלכות דורך לימודים קל וחומר היקש גזירה שוה אדג דערנאך זענען דא די גדרים וסיגים דאס זענען הלכות וואס זענען געמאכט געווארן דורך חז"ל דורך זייער חכמה און סברה און די לעצטע האבן זיך קיינמאל נישט פארמינערט נאר גדולי הדור אין אלע דורות האבן ציגעלייגט געוויסע הלכות לויט ווי עס האט זיך אויסגעפעלט פארן דור און פאר די דורות הבאים אזוי אין לויף פון אלע יארן האבן זיך אנגעזאמלט אהיבש ביסל הלכות וואס אונז זענען מחויב צי פאלגן און אונז פירן זיך טאקע מיט דעם

אבער צווישן אלע הלכות איז דא א מיסטריעזע הלכה דאס איז הלכה למשה מסיני דאס זענען הלכות וואס גאט האב איבערגעגעבן פאר משה אין סיני און פאר עפעס א סיבה האט משה עס נישט אראפגעשריבן אין די תורה נאר עס איבערגעגעבן דורכן מויל און אזוי איז עס אריבער געגאנגען מפה לפה פון רבי צי תלמיד, דער רמב"ם זאגט(יעצט, ווייל כל האומר דבר מפיו שפתותיב דובבות בקבר) "כל דבר שאין לו רמז במקרא ואינו נקשר בו ואי אפשר להוציאו בדרך מדרכי הסברה עליו לבדו נאמר הלחה למשה מסיני"

נו וואונדערט זיך מיר וואס איז די סיבה פארוואס משה האט עס נישט ארפגעשריבן אז ער האט עס געהערט פון גאט אליין? און ווען האט מען די ערשטע מאל געהערט פון דעם? און צי קען מען עס אנעמען אז עס איז טאקע געזאגט געווארן דורך גאט אדער אזוי וואו סקוקט אויס פונעם רמב"ם אז יעדע הלכה וואס מען האט נישט געקענט עס ציקלעבן צי די תורה האט מען עס באטיטלט אלס הלכה למשה מסיני? און אויב איינער איז ח"ו עובר איז עס ווי ער איז עובר אויף א דאורייתא אדער אלס רבנן?

איך ווענד מיך צי אייך תלמידי חכמים חברי השטיבל מיט א שאלה: וואס איז דאס הלכה למשה מסיני?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 10:52 pm
דורך הקטן
די קשאי איז אויך אויף דאס וואס האט יא א "רמז בקרא" און דאס אויך נאר עפעס א געוויסע "ו" וואס מען דערשנט - פארוואס זאל דאס נישט משה שרייבן בפירוש
בקיצור, פארוואס בכלל תורה שבעל פה?
פארשטיי איך דיך גוט?

Re: הלכה למשה מסני

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 11:19 pm
דורך שערי יושר
הקטן האט געשריבן:די קשאי איז אויך אויף דאס וואס האט יא א "רמז בקרא" און דאס אויך נאר עפעס א געוויסע "ו" וואס מען דערשנט - פארוואס זאל דאס נישט משה שרייבן בפירוש
בקיצור, פארוואס בכלל תורה שבעל פה?
פארשטיי איך דיך גוט?
ניין די שאלה איז נאר אויף הלכה למשה מסיני.

עס איז זייער פארשטענדליך אז מען לערנט ארויס לימודים פון די תורה פונקט אזוי ווי ביי להבדיל די אמעריקאנע קאנסטעטוציע איז מען מדייק יעדע אות

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

Re: הלכה למשה מסני

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 11:26 pm
דורך דובעלע
הלכה למשה מסיני איז ווען מטרעפט זיך מיט א מצוה/עבירה וואס יעדער ווייסט, און סשטייט נישט און ערגעץ געשריבן.. וואס טוט מען דעמאלטס?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 11:52 pm
דורך NORTHEAST
ווי איך פארשטיי איז אזוי
אלע מצוות און הלכות זענען געגעבן געווארן מסיני פון גאט צו משה נאר תורה שבכתב איז געמאכט געווען אפצושרייבן די איבריגע מצוות און הלכות זענען איבער געגעבן געווארן פון משה צו כלל ישראל און פון דור צו דור די אלע הלכות
וואס זענען איבערגעגעבן געווארן האט מען שפעטער געזיכט און תורה שבכתב א לימוד ווי מען זעט טאקע אז אזוי איז די הלכה דאס האט מען שפעטער אראפ געשריבן און פון דעם איז געווארן תורה שבעל פה
און די אלע הלכות וואס מען האט געהאט מקובל מדור דור אז אזוי איז די הלכה אבער מען האט נישט געטראפן א סמך אדער רמז אין פסוק אויף דעם זאגט מען אז עס איז

הלכה למשנ מסיני

ווייל דאס איז פון ווי מען ווייסט די הלכה

Re: הלכה למשה מסני

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:12 am
דורך שערי יושר
רִבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן לֵוִי אָמַר עֲלֵיהֶם וַעֲלֵיהֶם כָּל כְּכָל דְּבָרים הַדְּבָרִים מִקְרָא מִשְׁנָה תַּלְמוּד וַאֲגָדָה. אֲפִילוּ מַה שֶׁתַּלְמִיד ווָתִיק עָתִיד לְהוֹרוֹת לִפְנֵי רַבּוֹ כְּבָר נֶאֱמַר לְמֹשֶׁה בְּסִינַי. מַה טַעַם יֵשׁ דָּבָר שֶׁיֹּאמַר רְאֵה זֶה חָדָשׁ הוּא. מֵשִׁיבוֹ חֲבֵירוֹ וְאוֹמֵר לוֹ כְּבָר הָיָה לְעֹלָמִים

תלמוד ירושלמי פאה

לויט דעם קומט אויס אז יעדע הלכה וואס התאחדות הרבנים דקאנאדע גיבט ארויס איז הלכה למשה מסיני ?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:21 am
דורך וואלווי
שערי יושר האט געשריבן:רִבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן לֵוִי אָמַר עֲלֵיהֶם וַעֲלֵיהֶם כָּל כְּכָל דְּבָרים הַדְּבָרִים מִקְרָא מִשְׁנָה תַּלְמוּד וַאֲגָדָה. אֲפִילוּ מַה שֶׁתַּלְמִיד ווָתִיק עָתִיד לְהוֹרוֹת לִפְנֵי רַבּוֹ כְּבָר נֶאֱמַר לְמֹשֶׁה בְּסִינַי. מַה טַעַם יֵשׁ דָּבָר שֶׁיֹּאמַר רְאֵה זֶה חָדָשׁ הוּא. מֵשִׁיבוֹ חֲבֵירוֹ וְאוֹמֵר לוֹ כְּבָר הָיָה לְעֹלָמִים

תלמוד ירושלמי פאה



לויט דעם קומט אויס אז יעדע הלכה וואס התאחדות הרבנים דקאנאדע גיבט ארויס איז הלכה למשה מסיני ?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
ווי זעסטו דא הלכה למשה מסיני?

ס'שטייט "כבר נאמר" למשה מסיני. הלכה למשה מסיני איז נאר א סוג הלכה. די ירושלמי גייט על דרך כלל אז א יעדע חידוש האט משה געוויסט.

הלכה למשה מסיני זענען הלכות וואס משה האט איבער געגעבן.

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:46 am
דורך וואלווי
שערי יושר האט געשריבן: נו וואונדערט זיך מיר וואס איז די סיבה פארוואס משה האט עס נישט ארפגעשריבן אז ער האט עס געהערט פון גאט אליין? נישט אלעס וואס גאט האט איבערגעגעבן פאר משה האט ער עם געהייסן אראפשרייבןאון ווען האט מען די ערשטע מאל געהערט פון דעם? תיכף ומיד, האט משה אריין געשיקט דו הלכות אין עולם הישיבות און מ'געט עס נאך איבער עד היום הזהאון צי קען מען עס אנעמען אז עס איז טאקע געזאגט געווארן דורך גאט אדער אזוי וואו סקוקט אויס פונעם רמב"ם אז יעדע הלכה וואס מען האט נישט געקענט עס ציקלעבן צי די תורה האט מען עס באטיטלט אלס הלכה למשה מסיני? די געדאנק פון מסורת הלכה למעשה מסיני איז "ענינים" וואס האבן סיי ווי עקזעסטירט, נאר ס'איז געווען א בחינה פון א געדאנק, און אויף דעם ארויף זאגט די רמב"ם אז "אויב מען האט" א מסורה הלכה און "מ'האט נישט" קיין שום מקור אין תורה גופא, איז די סיבה אלס הללמ"מ. אבער די רמבם זאגט נישט אז מ'זאל גיין אין גאס אויף הייבן הלכות און פרובירן בדוחק טרעפן א פסוק. ער רעדט פון הלכות וואס זענען מסור מדור דור. נישט קיין מעטשינג געים.און אויב איינער איז ח"ו עובר איז עס ווי ער איז עובר אויף א דאורייתא אדער אלס רבנן? מחלוקת ראשונים

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
דרך אגב, כדענק נישט ווי, שטײט אז די הללמ"מ זענען די הלכות וואס זענען פארגעסן געווארן בימי אבלו של משה, דהיינו דער מקור.
והראי', ווייל אויב די הלכה גופא איז פארגעסען געווארן דעמאלטס ווי אזוי ווייסט מען אז ס'פעלט...

Re: הלכה למשה מסני

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 1:28 am
דורך שערי יושר
נו קום אריין מיט א זאפטיקייט געב צי פארשטיין די מחלוקת צווישן רמב"ם און די רמב"ן



Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk