בלאט 1 פון 1
נייער פילם: דער פּויפּסט שמועסט מיט יוגנטליכע
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 4:47 pm
דורך תוהו ובוהו
א פאסצינירנדע דאקאמענטארי איז ארויס יעצט אויף דיסני+ גערופן "דער פויפסט: ענטפערס", וואו דער יעצטיגער פויפסט
פראנציסקוס טרעפט זיך מיט צען יוגנטליכע פון ארום דער וועלט, אטעאיסטן און גלויביגע, קאנסערוואטיוון און ליבעראלן, צו ענטפערן סיי וועלכע פראגעס און טענות איבער אים און דער קאטוילישער קירכע.
צווישן די קאנטראווערסיאלע טעמעס וועלכע ווערן אדרעסירט זענען אבארשאן, פעדאפיליע אין דער קירכע, געי רייטס, געשלעכט, און נאך פיל.
אויף אסאך פון די נושאים איז גאר אינטערעסאנט צו הערן דעם רעליגיעזן-ליבעראלן קוק-ווינקל פונעם פויפסט, וואס איז נוגע אין אלגעמיין פאר רעליגיעזע פראגראסיוון.
דער פילם איז אין ספאניש,
דא האט איר מיט סאבטייטלס אין עברית.
העמיר ווארטן מיט געדולד אויפ'ן דאקאמענטארי וואו חרד'ישע מנהיגים וועלן פרובירן געבן ענטפערס; Release Date: Not before May 5, 2083.
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 5:13 pm
דורך צקון לחש
תוהו ובוהו האט געשריבן:Release Date: Not before May 5, 2083
נעמענדיג אין באטראכט דער
אמשינאווער רבי'ס פארשלעפטע סדר היום...
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 5:15 pm
דורך סקעפטיקער
איז דא ערגעץ מיט ענגלישע סובטייטלס?
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 6:16 pm
דורך שאלתיאל
פראנציסקוס ציעט שוין פונלאנג מיין נייגער. ער מאכט אן איינדרוק פון א באשיידענע און ארגינעלע מענטש.
Re: נייער פילם: דער פּויפּסט שמועסט מיט יוגנטליכע
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 7:04 pm
דורך שערי יושר
שאלתיאל האט געשריבן:פראנציסקוס ציעט שוין פונלאנג מיין נייגער. ער מאכט אן איינדרוק פון א באשיידענע און ארגינעלע מענטש.
דאס די סיבה פארוואס מען האט עם אויפגענומען נאך די סקאנדאלן פון די פריעדיגע פויפסט בענעדיקט די זעכצענטע ער שטעלט פאר מער א פראגרעסיווע פירער פון די קירכע, אבער ער האט אויך אביסל פיטער אויפן קאפ וועגן נישט באשטראפן גלחים וואס האבן געפעצלט מיט קינדער.
כל מקום שאתה מוצא רעליגיע אתה מוצא פעדאפיליע
Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 10:49 pm
דורך שעפטאל
איך האב הנאה צו זען אז אונז (אידן) זענען נישט די איינציגע וואס האבן די פראבלעם פון דיקטאטורשאפט פון די פירער'ס, ווי מען קען זען די ערשטע 'מחוצף' פרעגט אים זיין שאלה
נשלח: דינסטאג אפריל 11, 2023 12:33 am
דורך שמן למאור
צקון לחש האט געשריבן:תוהו ובוהו האט געשריבן:Release Date: Not before May 5, 2083
נעמענדיג אין באטראכט דער
אמשינאווער רבי'ס פארשלעפטע סדר היום...
א ריזיגן שכח פארן צושטעלן דעם לינק! ס'איז ריין גינגאלד יעדעס ווארט, אן אדמו"ר מיטן קאפ אויפן פלאץ! הגם ס'דא אסאך וואס אויסצושמועסן און ארומרעדן...
כ'האלט נאך טיף אינמיטן, מיר האט געפערליך געכאפט דעם שטיקל.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 9:02 am
דורך נחבא
אז מה כן מחייב?
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:19 am
דורך שמן למאור
נחבא האט געשריבן:אז מה כן מחייב?
המסורת והגילויים.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 1:10 pm
דורך צקון לחש
ס'איז אינטערסאנט אז בתוך קהילת המאמינים אויף דער וועלט זענען דא אזעלכע קיצונית'דיגע חילוקים צווישן א חלק מיט די אנדערע; ווי ווייט עס זעהט מיר אויס איז די שטערקסטע הוכחה צו אמונה פון זייער אסאך מאמינים די עקזיסטענץ פון די וועלט!
פארשטייט זיך אז ס'קען זיין אז הונטער אלע הוכחות וואס מענטשן געבן פאר אמונה ליגט א טיפערע נטיה וואס מיט דעם זענען אלע מאמינים גלייך.