בלאט 1 פון 1

מאלטי-פערעדייס טעאריע

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 4:37 pm
דורך צקון לחש
(געשריבן בלשון זכר מטעמי נוחות)
אויב זענט איר נישט א קינד, ווייסט איר מן הסתם אז עניני אמונות ודעות זענען ווייט פון זיין קאנקריטע פענאמענע, כאילו זיי וואלטן געווען פיזישע געזעצן אדער היסטארישע פאקטן

אויב זענט איר מיט מיר, דאן לאמיר אייך אינטערדוסן צו די מאלטי-פערעדייס טעאריע וואס איך דעדיקעיט צו טאטעס און מאמעס פון איבער די גארער היימישע וועלט, וואס זייערע קינדער געהערן נישט צו זייער ספיריטואלע חבורה, זייערע אמונות ודעות זענען אפטמאל ווייט פון זייערע עלטערענ'ס כרחוק מזרח ממערב, וכאן האבא שואל וואס איז מיט מיין קינד געשעהן

זאג איך דיר טאטע לעבן, עס איז גארנישט מיט דיין קינד געשעהן, ער געהער פשוט צו אן אנדערע חבריא ווי דיר, זארג דיך נישט פאר אים, ער וועט, פונקט ווי דו, אנקומען צו זיין גן עדן, די גן עדן צו ווי ער געהער

טייערע אידישע טאטע, דיין גן עדן באשטייט פון איבערגעגעבנקייט צו באליבטע מסורה, עלטערן, רבי'ס, צדיקים און חכמים, פלאם פייערדיגע גלוסטעניש און בענקעניש צו ולירושלים עירך ברחמים תשוב, צום מזמור שיר ליום השבת, הערליך שיין, געוואלדיג, אבער, דאס איז דיין גן עדן

דיין קינד האט אויך א גן עדן, א גן עדן וואס באשטייט פון עטוואס אנדערע וועליוס און האפענונגען, דור הולך ודור בא, דו האסט ליב וואס דו האסט ליב און ער האט ליב וואס ער האט ליב, געדענק ביסט נישט קיין קליין קינד

טאטע טייערע, דיין קינד גייט נישט ליידן קיין כף הקלע און נישט קיין גיהנם, ניטאמאל וועט אים פעהלן גן עדן, דיין גן עדן - דאס יא, אבער דאס איז דאך נישט אינטערסאנט פאר אים

לויט דיין גן עדן פארשריפטן טארן געוויסע אמונות ודעות נישט טאלארירט ווערן, זייער ריכטיג, אבער לכבוד דעם פליז נעם דיר אין קאפ אריין, אז דיין גן עדן איז בלויז איינס פון צווישן מיליאנע גני עדן

דו קענסט באשטעלן א שיין פענסטערל פאר דיין גן עדן, ווי דו וועסט קענען כאפן א בליק אין דיין קינד'ס גן עדן, אדער קענסטו וועהלן צו פארשטאפן דעם וואנט, אבער זארגן דארפסטו נישט פאר דיין קינד, ער איז אקעי, פערפעקטלי אקעי

און יעצט מיינע ליבע פריינט, מיינע שרייבן סקילס זענען גאנץ לימיטעד און דעריבער מוז איך מיך דא אפשטעלן, איך מיין אז כאטשיג א חלק פון די חשוב'ע ליינערס וועלן קענען רילעיטען, און ווען איך וואלט א שרייבער געווען וואלט מיין ערשטע בוך טאקע געהייסן The Multi Dise

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:11 am
דורך תרמב
די ווייטאג איז אז דער טאטע זעהט זיך נישט אנקומען אין גן עדן, ער איז זיכער אז ער מיט זיינע עוונות גייט פלאקערן אין גיהינום, בפרט פארן אויפציען אזא קינד, און דא זאגסטו אים אז זיין זון גייט אנקומען אין עפעס א גן עדן, דאס איז דאך שוין נישט יושר’דיג, די טאטע נישט און די קינד יא...

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 2:57 pm
דורך בעל אחריות
וועגן דעם טאקע זארג איך נישט פאר ציממערמאן וכת דיליה וויל איך פארלאז מי ך אז זיי האבן זייער אייגענע גן עדן...

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 3:48 pm
דורך צקון לחש
און א ווארט איבער גן עדן גופא,
איך גלייב שווער אז ערוואקסענע אפען-מיינדעד מענטשן פון 2023 טראכטן פון גן עדן אלץ א געוויסע פלאץ ווי מ'קומט אהן דארט נאך מען שטארבט, איך ווייס אז אסאך מיינען אז זיי טראכטן אזוי, אבער דאס איז נאר ביז זיי טרעפן א פאר מינוט צו טראכטן בפועל ממש,
ממילא ווען איך שרייב וועגן גן עדן, רעד איך אוודאי פון "די גוטע לעבן", וואס איז העכער פון סיי וועלכע דיסקריפציע,
והוא מבואר

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 4:45 pm
דורך הקטן
"די גוטע לעבן", וואס איז העכער פון סיי וועלכע דיסקריפציע איז געווענדליך העכער פין ריין פיזאישע הנאה און שפירט זיך מער וואו אן אט-אף-דיס-ווארלט עקספעריענס
סא פארוואס זאלסטו דאס לימעטן אויף נאר ביז וואו לאנג דיין פיזאישע הארץ קלאפט?

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 4:57 pm
דורך צקון לחש
הקטן האט געשריבן:"די גוטע לעבן", וואס איז העכער פון סיי וועלכע דיסקריפציע איז געווענדליך העכער פין ריין פיזאישע הנאה און שפירט זיך מער וואו אן אט-אף-דיס-ווארלט עקספעריענס
סא פארוואס זאלסטו דאס לימעטן אויף נאר ביז וואו לאנג דיין פיזאישע הארץ קלאפט?
100ֵֵ% עגרי (כ'שליס נאר אויס א צימער ווי מ'גייט אריין וואס דאס נעמט ארויס די נשמה פון די שמועס)

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 7:13 pm
דורך הקטן
צקון לחש האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:"די גוטע לעבן", וואס איז העכער פון סיי וועלכע דיסקריפציע איז געווענדליך העכער פין ריין פיזאישע הנאה און שפירט זיך מער וואו אן אט-אף-דיס-ווארלט עקספעריענס
סא פארוואס זאלסטו דאס לימעטן אויף נאר ביז וואו לאנג דיין פיזאישע הארץ קלאפט?
100ֵֵ% עגרי (כ'שליס נאר אויס א צימער ווי מ'גייט אריין וואס דאס נעמט ארויס די נשמה פון די שמועס)
זיכער נישט קיין צימער, און זיכער נישט דער גוף, ווען מען איז העכער מקום און זמן