בלאט 1 פון 2
וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:19 pm
דורך בית יוסף
איך קום אינערגעץ נישט אן מיט די היימישע ווייסע העמדער, עס מאכט מיר אויסקוקן איבערוואגיג.
איך זיך א recommendation פאר א שיינער נארמאלע ווייסע העמד, לכתחילה וואס מען קען
נארמאל אויסוואשן
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:22 pm
דורך מר. קלונימוס
Brachsoni slim
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:32 pm
דורך בית יוסף
מר. קלונימוס האט געשריבן:Brachsoni slim
זייער סלים איז זייער ברייט פאר א דינער מענטש ווי מיר, איך קום פון דארט.
Re: קויפן א נארמאלע ווייסע העמד
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:42 pm
דורך פרנס החודש
עס איז נישט דא, פינטל. איך פלעג קויפן Charles Thyrwhit, עס האט אבער נישט געשטימט די קראגן מיט מיין חסידישע רעקל.
אדרבה, אויב איינער אין די ליין איז אינטערעסירט אין מאכן א פאר דאלאר, אפאר גוטע געדאנקען
1) פשוטע נארמאלע חסידישע העמעדער
2) בעסערע העמעדער פאר שבת וכדומה.
3) ארינברענגען נייע סטיילס חסידישע רעקלעך(שוין העכסט צייט)
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:51 pm
דורך קורקלענד
מ'קען מאכן קאסטום.
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 3:28 pm
דורך הערשער
בית יוסף האט געשריבן:איך קום אינערגעץ נישט אן מיט די היימישע ווייסע העמדער, עס מאכט מיר אויסקוקן איבערוואגיג.
איך זיך א recommendation פאר א שיינער נארמאלע ווייסע העמד, לכתחילה וואס מען קען
נארמאל אויסוואשן
Ilmoio וועט לכאורה זיין א גוטע אפשען פאר דיר
https://theshirtsleeve.com/
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 3:55 pm
דורך משה זעקעל
וואס איז מיט הויזן איך וועג איבער 270 פוינט איך זוך א הויזן וואס וועט מיר גוט פיטן אין נישט זיין ריזיג אינטען
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
דו וועסט מוזן זוכן אין די רוסישע אנצוג סטארס, אין מאסקווע אדער לענינגראד.
איך געדענק די רוסישע אימיגראנטן זענען געקומען מיט די גאר ברייטע הויזן און זיי האבן געמיינט אז זיי זענען קיהל...!
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 10:32 pm
דורך פאליטיקאנט
berlbalaguleh האט געשריבן:דו וועסט מוזן זוכן אין די רוסישע אנצוג סטארס, אין מאסקווע אדער לענינגראד.
איך געדענק די רוסישע אימיגראנטן זענען געקומען מיט די גאר ברייטע הויזן און זיי האבן געמיינט אז זיי זענען קיהל...!
הייסט אז G&G איז made in russia?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 3:05 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: כאטש דיין קאמענט האט געמיינט ארויסצוברענגען אן אנדערע נקודה. נאר פאר די רעקארד. דזשי. ענד דזשי. האט א פאבריק אין אונגארן.
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:15 am
דורך הרבי האמיתי
משה זעקעל האט געשריבן:וואס איז מיט הויזן? איך וועג איבער 270 פונט, איך זוך א הויזן וואס וועט מיר גוט פיטן און נישט זיין ריזיג אונטען
אויב דו ביסט גרייט צו צאלן קענסטו פרובירן fino זיי האבן לאקאציעס אין בארא פארק און מאנסי, אויב איך געדענק גוט איז עס בערך 200-250 פאר א פאר הויזן און 75-150 פאר א העמד, די פרייז גייט לויט די מאטריאל סא אויב דו דארפסט סך הכל א גוטע fit איז עס נישט אזוי טייער.
די Charles Tyrwhitt איז בעצם זייער גוט אבער נאר אויב דו דארפסט נישט קיין alterations און עס גייט נישט מיט א היימיש רעקל, איך האב א לאנגע רעקל פון fino וואס גייט זייער גוט מיט די העמדער.
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 9:37 am
דורך בילדינג פליפער
הרבי האמיתי האט געשריבן:משה זעקעל האט געשריבן:וואס איז מיט הויזן? איך וועג איבער 270 פונט, איך זוך א הויזן וואס וועט מיר גוט פיטן און נישט זיין ריזיג אונטען
אויב דו ביסט גרייט צו צאלן קענסטו פרובירן fino זיי האבן לאקאציעס אין בארא פארק און מאנסי, אויב איך געדענק גוט איז עס בערך 200-250 פאר א פאר הויזן און 75-150 פאר א העמד, די פרייז גייט לויט די מאטריאל סא אויב דו דארפסט סך הכל א גוטע fit איז עס נישט אזוי טייער.
די Charles Tyrwhitt איז בעצם זייער גוט אבער נאר אויב דו דארפסט נישט קיין alterations און עס גייט נישט מיט א היימיש רעקל, איך האב א לאנגע רעקל פון fino וואס גייט זייער גוט מיט די העמדער.
געהאט גוטע עקספיריענס מיט fino, אנהייב פלעגן זיי נישט זיין אזויווי היינט, זיי האבן זיך אבער פעסט צוגעפאכעט.
אז דו ווילסט סתם א שיינע העמעד וואלט איך געזאגט elmio. זייערע סלים העמעדער זענען גאנץ אקעי און בכלל איז עס פון א עלעגאנטע קוואליטעט.
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:32 am
דורך נעקסט לעוועל
משה זעקעל האט געשריבן:וואס איז מיט הויזן איך וועג איבער 270 פוינט איך זוך א הויזן וואס וועט מיר גוט פיטן אין נישט זיין ריזיג אינטען
Why shouldn’t you try slim sweatpants?
Cuff&co in Monsey is selling them, looks nice and elegant.
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:56 am
דורך פרנס החודש
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: כאטש דיין קאמענט האט געמיינט ארויסצוברענגען אן אנדערע נקודה. נאר פאר די רעקארד. דזשי. ענד דזשי. האט א פאבריק אין אונגארן.
די אונגארישע זענען גארנישט אונטערשטעליג ווען עס קומט צו ברייטע הויזן.
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:59 pm
דורך קידוש
E'nod פון בארא פארק האט אויכעט שיינע סחורה
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 3:11 am
דורך צפוני
אגב "בראכסאוני" האט האט אן אפציע פון סעמי קאסטאם העמדער, ד"ה אז ס'איז צוזאם געשטעלט פון אפאר סייזעס, למשל די האלדז איז די סייז פון א 20, דער באדי איז די סייז פון א 12.. און די לענג און ברייט פון די הענט איז אן אנדערע סייז, אויך קען מען זיי זאגן ווי לאנג דער באדי פונעם העמעד זאל זיין.. און אזוי ווייטער.., און מ'דארף באשטעלן און ווארטן פאר דעם א בערך 2 חדשים, מ'דארף באשטעלן 12 שטיק מינימום, און קאסט נישט קיין סאך מער ווי זייער נארמאלע העמדער.
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 5:52 pm
דורך דיכטער
בית יוסף האט געשריבן:איך קום אינערגעץ נישט אן מיט די היימישע ווייסע העמדער, עס מאכט מיר אויסקוקן איבערוואגיג.
איך זיך א recommendation פאר א שיינער נארמאלע ווייסע העמד, לכתחילה וואס מען קען
נארמאל אויסוואשן
כ'מיין דער בעסטער אפציע וואלט געווען ווען מ'קען ווען גיין מיט א קאטען טי-שירט, פון next...
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 6:19 pm
דורך הרב שיף
אויב מען לאזט זיך אויף נייען, פילט מען זייער גוט און דעם.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 1:09 am
דורך אדוני המלך
פינא קאסטעם. זיי האבן א סטאר אין פלעטבאש און אין פסעיק. הערליך
Fino Custom
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:10 am
דורך פאלאצ'ינטא
אויב אלע העמעדער מאכען דיר אויסזעהן איבערוואגדיג. איז עס נישט די העמעד
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:09 am
דורך שפילער
אז מען רעדט שוין פארוואס פאר א שווארץ יאר איז White and White נישט חסידיש?
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:15 am
דורך ברוך שפינוזה
ס׳איז יא
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:02 pm
דורך קורקלענד
שפילער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:09 am
אז מען רעדט שוין פארוואס פאר א שווארץ יאר איז White and White נישט חסידיש?
זיי מאכן שוין היינט יא חסידיש....