בלאט 1 פון 1
צוואה פונעם זיידען
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 3:45 am
דורך שערי יושר
מען הערט פון אסאך משפחת וואס האבן קפידות וואס קומט פון א צוואה פון זייער זיידען. זייער אסאך איז לגבי קליידער חומרות אין צניעות קאפ צודעק וכדומה.
אזא צוואה איז מחייב די אייניקלעך? אדער איז עס א געפילישע זאך?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 4:59 am
דורך זיצער
וואס פאר א חיוב קען זיין?
דאס וואס ס'שטייט מצוה לקיים דברי המת, לויט וואו איך געדענק פון ראשונים (ר"ת, תשבץ, ועוד) איז נאר אלס חלק פון ירושה, און גייט נאר אן פאר יורשים (דאס הייסט, אפי' נישט זאכן וואס זענען נישט אין די ירושה, נאר ווייל דו ביסט א יורש ביסטו מחייב) צו אלס חסד צו אלס אן אנדערע חיוב, אבער פאר אייניקלעך? וואס איז שייך מחייב זיין?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 6:45 pm
דורך וואלווי
געפיליש.
אין אדם אוסר דבר שאינו שלו. פאלגן א צוואה איז נאר וואס ער טוט מיט זיך און זיינע חפצים, אבער נישט מיט יענעם און יענעם'ס חפצים.
ס'איז אבער גוט צו האבן גילט געפילן אז מ'גייט נישט אויפן דרך פון זיידן...
אפשר איז דא עפעס מצות כיבוד אב פאר קינדער.
@ליטוואק פון בודאפעסט אלערט
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
דער לבוש דארף איינעם מחייב זיין (זיך צו אויפפיהרן אויף א העכערן, איידעלן וועג. מער ווי דער פראסטער המון עם.) אויב איינער קען זיך נישט האלטן צו די מדריגות וואס ס'פאדערט זיך, איז בעסער אז ער/זי גייט נישט מיט דעם לבוש. טראץ די צוואה פונ'ם זיידן.
Re: צוואה פונעם זיידען
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:08 pm
דורך שערי יושר
סאיז געווענטליך די זעלבע מענטשן וואס לאזן איבער א דירה אין די פראדזשעקס און צוועלף שטיקלעך זילבער פאר דרייצן קינדער, די זעלבע וואס לאזן איבער א fashion צוואה פאר די קינדער און אייניקלעך...
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: לא זכיתי להבין. ס'קען זיין ווייל דיין תגובה איז אריינגעקומען שלא כסדרן...! פרוביר איבער צו שרייבן. כדי מ'זאלל כאפן דיין נקודה. ייש"כ.
Re: צוואה פונעם זיידען
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:22 pm
דורך שערי יושר
די נקודה איז אז מענטשן וואס זענען געווען גראבע בעל עבירה'ניקעס, ווערן אלט און דעקלערן זיך שיינע אידן, און בעפאר זיי פעקלען זיך אפ שרייבן זיי א לאנגע מגילה מיט נערישע חומרות און בויכווייען וואס די אייניקלעך דארפן נאכטאנצן ביז היינט
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:39 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: ייש"כ. איך האב טאקע געקענט איינעם אזא מענטש. וואס די מענטשן וועלכע זענען געווען נאנט צו איהם תיכף נאך די צווייטע וועלט מלחמה האבן פארציילט אז ער האט געגעסן חזיר און געטאנצן מיט שיקסעס (נישט פארקערט. כסיפור הידוע.). און שפעטער האט ער זיך געלאזט וואקסן א לאנגע בארד און געגאנגען א פלאטשיגס. און געזאגט מוסר פאר א יעדן איינעם...!
נ.ב.: עיין ב'מילתא דבדיחותא.
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:00 pm
דורך מרדכי מרדכי
ווענדט זיך מסתמא ווער דער זיידע איז געווען.
גראדע זעהט מען אז דער עולם איז מקפיד אויף צוואת ר' יהודה החסיד, וואס זאל עס זיין אנדערש?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:10 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי מרדכי: איך מיין אז ס'איז נאך דא א שטיקל חילוק פון ר' יהודה החסיד און דעם איד וועם איך האב געקענט. בגן עדן (מסתמא) תהא מנוחתו.
אויך. א סאך פון די סעיפים פון די צוואה פון ר' יהודה החסיד זענען פשוט זייער לאגיש און פראקטישע עצות צום לעבן. נאר ער האט עס מסמיך געווען אויף פסוקים און מאמרי חז"ל.
אויך. די צוואה פונ'ם חת"ם סופר וואס ער האט געלאזט פאר זיינע קינדער און אייניקלעך איז זייער שיין. און א דבר השווה לכל נפש...!
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:12 pm
דורך מתבודד
טרעף מיר א זיידע אזוי ווי ר' יהודא החסיד העמיר רעדן... און צוואת ר"י החסיד פאלגט מען נישט אלס זיידע.
--
אה, ברוך שכוונתי צום זיידע פון שטיבל.
Re: צוואה פונעם זיידען
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:18 pm
דורך שערי יושר
ר' בערל: האסט שוין געשריבן צוואה?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:38 pm
דורך וואלווי
שערי יושר האט געשריבן:ר' בערל: האסט שוין געשריבן צוואה?
ווער באקריגט דאס בייטש?
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר האט געשריבן:ר' בערל: האסט שוין געשריבן צוואה?
שערי יושר: ניין. נאכנישט. וויפיהל זאלל איך דיר אוועקלייגן?
Re: צוואה פונעם זיידען
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:44 pm
דורך שערי יושר
די @berlbalaguleh ניק
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:שערי יושר האט געשריבן:ר' בערל: האסט שוין געשריבן צוואה?
ווער באקריגט דאס בייטש?
דו: ווייל דו ביסט די ערשטע צו בעטן. איך האלט נאכנישט (ב"ה) ביים אויפגעבן די בייטש. אדער דעם רעדל. ווילאנג דער אייבישטער 'עט געבן כוחות ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש פון פיהרן אידישע קינדער אין חדר אריין און צוריק אהיים. בעז"ה...לאז מיר איבער דיין פאון נאמבער און אי-מעיל אדרעס. איכ'ל דיך רופן (בלי"נ) ווען איך בין גרייט צו ריטייערן
Re: צוואה פונעם זיידען
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:51 pm
דורך שערי יושר
ס'דערמאנט מיר די אויסדריק פון טוביה דער מילכיגער אויף זיין פערד "ער איז שוין אזוי געוואוינט צום בייטש ווי איך צום דלות"...
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר האט געשריבן:די @berlbalaguleh ניק
דו טראכטסט אז מ'רופט מיך אויף צו די תורה יעמוד בערל בעל עגלה בן אביו בעל העגלה ובן בנו של בעל העגלה הראשון.
שוין 15 דורות וואס אונז זעמיר בעלי עגלה בן אחר בן. (פון מיין מאמע'ס זייט). מיין עלטער (X15) זיידע האט נאך געפיהרט די אידן קיין מעזריטש צום מגיד. און ער האט זיך אויך אריינגעכאפט צום טיש. אוי איז דארט געווען פיינע קוגל און קאלטע ביר...ממש אן עונג שבת...אזוי האט ער פארציילט.
Re: צוואה פונעם זיידען
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:54 pm
דורך שערי יושר
פופצען דורות צירוק איז נאך פאר דער מעזריטשער מגיד האט געלעבט
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
איך קען נישט רעכענען. נו, דאמאלס איז דאך נאך בעסער...!
נ.ב.: איך מיין אז אונז האמיר שוין גערעדט געניג שטותים פאר היינט ביינאכט...!
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 3:19 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:שערי יושר האט געשריבן:ר' בערל: האסט שוין געשריבן צוואה?
ווער באקריגט דאס בייטש?
דו: ווייל דו ביסט די ערשטע צו בעטן. איך האלט נאכנישט (ב"ה) ביים אויפגעבן די בייטש. אדער דעם רעדל. ווילאנג דער אייבישטער 'עט געבן כוחות ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש פון פיהרן אידישע קינדער אין חדר אריין און צוריק אהיים. בעז"ה...לאז מיר איבער דיין פאון נאמבער און אי-מעיל אדרעס. איכ'ל דיך רופן (בלי"נ) ווען איך בין גרייט צו ריטייערן
ס'קומט טאקע מ'זאל אייך מכבד זיין מיט די זעקסטע הקפה. ללקט את אשר פזרנו...
והעיקר, ייש"כ פאר'ן בייטש.
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 9:41 am
דורך אלע צוזאמען
מרדכי מרדכי האט געשריבן:ווענדט זיך מסתמא ווער דער זיידע איז געווען.
גראדע זעהט מען אז דער עולם איז מקפיד אויף צוואת ר' יהודה החסיד, וואס זאל עס זיין אנדערש?
טאקע א גאנצע מבקור צו נישט אייניקלעך דארפן אנהאלטן צוואת ר' יהודא החסיד, כ'מיין אז ס'נאר ביי חסידים וואס מ'איז אזוי שטארק מקפיד.
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:שערי יושר האט געשריבן:ר' בערל: האסט שוין געשריבן צוואה?
ווער באקריגט דאס בייטש?
דו: ווייל דו ביסט די ערשטע צו בעטן. איך האלט נאכנישט (ב"ה) ביים אויפגעבן די בייטש. אדער דעם רעדל. ווילאנג דער אייבישטער 'עט געבן כוחות ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש פון פיהרן אידישע קינדער אין חדר אריין און צוריק אהיים. בעז"ה...לאז מיר איבער דיין פאון נאמבער און אי-מעיל אדרעס. איכ'ל דיך רופן (בלי"נ) ווען איך בין גרייט צו ריטייערן
ס'קומט טאקע מ'זאל אייך מכבד זיין מיט די זעקסטע הקפה. ללקט את אשר פזרנו...
והעיקר, ייש"כ פאר'ן בייטש.
וואלווי: מתקן צו זיין די זעקסטע מידה ביניך דיך מכבד. סיי ביי שעלעשידעס. (א-ל מסתתר) און סיי ביי די הקפה פון עוזר דלים.