זענען די ראזנבערגס (טאקע) שולדיג געווען?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20046
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25497 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15291 מאל
קאנטאקט:

זענען די ראזנבערגס (טאקע) שולדיג געווען?

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאנט צום סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה בערך אין יאר 1945. און די תקופה גלייך נאכדעם האט זיך אפגעשפיעלט אין אמעריקע א שטארקע, און טרויעריגע דראמא.

אזוי ווי ס'איז באוואוסט האט אמעריקע, בחסדי השי"ת מצליח געווען צוזאמצושטעללן די אטאמישע באמבע. וואס דאס האט פאקטיש געראטעוועט שווערע הונדערטער טויזנטער און אפשר מיליאנען לעבנס פון אומשולדיגע ציווילע און מיליטערישע מענטשן. ווייל , ווי באוואוסט זענען די יאפאנער, די שותפים פון די נאציס, ימ"ש געווען זייער ברוטאלע און עקשנות'דיגע קעמפער. זיי האבן נישט געוואלט אויפגעבן דעם קאמף אקעגן אמעריקע און אנדערע לענדער. ביז דער פרעזידענט פון אמעריקע הערי ס. טרומאן האט זיי געווארנט אז אמעריקע וועט ווארפן אויף זיי די נייע, גאר געפערליכע אטאמישע באמבע. אין אנפאנג האבן זיי זיך אויסגעלאכט. נאר ווען אמעריקע איז געווארן אנטשלאסן צו נוצן דעם נייעם, געפערליכן וואפן. און נאך באמבארדירן 2 גרויסע אינדוסטריעלע שטעט אין יאפאן האבן זיי זיך געבראכן און אויפגעגעבן דעם קאמף. וואס מיליטערישע עקספערטן האבן געשאצט אז דאס וואלט געקאסט די לעבנס פון נאך (לכה"פ) א מיליאן אמעריקאנער סאלדאטן. ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט האבן אמעריקע מיט ענגלאנד, אנגעפיהרט דורך ווינסטאן טשוירטשיל געארבעט בשותפות אויף די אטאם באמבע און זיי האבן געטיילט די סודות פון איהר פראדוקציע.

סאוויעט רוסלאנד. אנגעפיהרט דורך דעם מאסן מערדער יאזעף סטאלין, האט אויך זייער שטארק געוואלט ווערן א שותף צו די סודות פון אטאם פראדוקציע. נאר די פיהרערס פון ביידע לענדער. אמעריקע און בריטאניע האבן נישט געהאט קיין צוטרוי צו די פארדארבענע קאמוניסטישע רעזשים. די רוסן האבן אבער געארבעט אויף אלע כוחות צו דערווישן די סודות פון אטאם פראדוקציע. איינס פון די זאכן וואס זיי האבן געהאט איז א פארצווייגטע נעטווארק פון שפיאנען סיי אין אמעריקע און סיי אין ענגלאנד.

איך וויל (בכונה) נישט שרייבן קיין דאטומס פון די געשעענישן ווייל דאס וועט נאר מאכן די גאנצע פרשה מער קאמפליצירט. און מ'וויל עס מאכן בקיצור נמרץ.

איין טאג האט זיך די וועלט אויפגעוועקט צו דעם (שרעקליכן) פאקט אז רוסלאנד האט געטעסט אן אטאמישע באמבע. דאס האט אריינגעווארפן די פרייע וועלט אין א שאק. און א שרעקליכע זארג איבער וואס די קאמוניסטן וועלן טון מיט די באמבע. אין אמעריקע איז דער אויפברויז אז שפיאנען האבן איבערגעגעבן די סודות פאר רוסלאנד געווען שרעקליך. די רעגירונג האט פרובירט צו דערגיין ווער ס'האט זיי איבערגעגעבן דעם צוזאמשטעל פון די אטאם באמבע.

דא קומען אריין די (אידישע) קאפל דזשוליוס און עטל ראזנבערג אין שפיעל. זיי זענען ביידע געווען פייער'דיגע קאמוניסטן. אויך שטארקע סימפאטיזירער מיט די רעגירונג פון סטאלין. דער שוואגער פון דזשוליוס (עטל'ס ברודער) איז אויך געווען איינער פון די ארבעטערס אין די אטאמישע לאבאראטאריע אין לאס אלאמאס, ניו מעקסיקא.

כדי זיך ריינצוואשן. האט עטל'ס ברודער, דעיוויד גרינגלאס געזאגט פאר די רעגירונגס באאמטע וועלכע האבן געווארפן א חשד אויף איהם אז ער האט ארויסגעשמוגלט די סודות פונ'ם אטאמישן באמבע צוזאמשטעל און עס איבערגעגעבן פאר זיין שוואגער און שוועסטער. און זיי האבן עס דורך די קאמוניסטישע נעטווארק פון שפיאנען איבערגעגעבן פאר רוסלאנד.

ביי א געוויסן פונקט האט מען זיי ביידע (דזשוליוס און עטל) ארעסטירט און מ'האט זיי געשטעלט צו א משפט. איין זאך האט די אמעריקאנער רעגירונג געמאכט זיכער. כדי מ'זאלל זיי נישט חושד זיין אין אנטיסעמיטיזם האבן זיי געמאכט זיכער אז אלע הויפט רעגירונגס באאמטערס וועלכע האבן זיי געמשפט' זענען געווען פון אידישן אפשטאם.סיי דער דזשאדזש אוירווינג קאופמאן. און דער הויפט פראסעקיוטאר און זיין אסיסטענט זענען געווען אידן. נאר פייער'דיגע אנטי-קאמוניסטן.

וויאזוי דער גאנצער טרייעל איז צוגעגאנגען איז געווען זייער שטארק איינזייטיג. אקעגן די ראזנבערגס. און די רעגירונג פון איהר זייט האט נישט געברענגט קיין איין עכטן דאקומענט אדער אנדערע עווידענס אז די ראזנבערגס האבן געהאט אין זייער באזיץ און איבערגעגעבן די סודות פאר די רוסישע שפיאנען. דער גאנצער משפט איז געווען באזירט בלויז אויף די עדות'שאפט פון דעיוויד גרינגלאס. וועלכער האט געטענה'ט אז ער האט אויפגעצייכנט עטליכע פאפירן מיט די סודות פון די אטאם באמבע און דאס איבערגעגעבן פאר זיין שוואגער און זיין שוועסטער האט עס אפגעטייפט און ווייטער געגעבן פאר די שפיאנען. נאר דאס אמעריקאנער פאלק איז, ווי פריער געשמועסט געווען זייער שטארק אויפגעברויזט איבער דעם פאקט אז די רוסן האבן דערווישט די אטאם באמבע. האבן זיי געזוכט א קרבן. דער אמעריקאנער פרעזידענט אייזנהאוער איז אויך געווען אונטער א שטארקן דרוק צו געפינען און באשטראפן די שולדיגע.

פרעזידענט אייזנהאוער האט געאפפערט פאר די ראזנבערגס אז זיי זאללן מודה זיין אין זייער שולד און מ'וועט זיי נישט געבן קיין טויט שטראף. אבער זיי (ביידע) האבן זיך גע'עקשנ'ט אז זיי האבן נישט איבערגעגעבן קיין שום סודות צו די רוסישע שפיאנען. צום סוף האט מען זיי אריינגעלייגט אין עלעקטריק טשעיר...! וחמת אמעריקע שככה...!

איך האב אויסגעלאזט זייער א סאך קלענערע און גרעסערע דיטעילס פון די גאנצע פרשה כדי עס נישט צו מאכן קאמפליצירט. די גאנצע פרשה ווערט באשריבן אין עטליכע ביכער. איינס פון זיי איז מיט'ן נאמען. .."עטל ראזנבערג. אן אמעריקאנער טראגעדיע"...!

ס'דארף באמערקט ווערן אז דעיוויד גרינגלאס, כאטש ער האט געארבעט אין לאס אלאמאס האט ער נישט געהאט קיין שום טעכנישע פאכמאנשאפט. ס'איז ארויסגעקומען ביי דעם משפט (דורך די ראזנבערגס' לאיערס) אז ער איז אדורכגעפאללן אין א יעדן טעכנישן קורס וואס ער האט נאר גענימען אין זיין לעבן. ממילא, האבן די לויערס געטענה'ט אז דעיוויד גרינגלאס איז נישט געווען ביכולת אפצוצייכענען און אויפשרייבן קיין שום טעכנישע אינפארמאציע וואס וואלט געהאלפן פאר די רוסן צו דערגרייכן די אטאם באמבע. דזשוליוס ראזנבערג איז יא געווען אן עלעקטריקל ענדזשיניר. נאר די רעגירונג האט טראץ דעם פאקט וואס זיי זענען איבערגעפאללן זיין אפארטמענט און קאנפיסקירט פארשידענע פאפירן, נישט אויפגעברענגט קיין איין טעכנישטן אדער ענדזשינירינג פאפיר. וואס אין נארמאלע צייטן וואלטן זיי ארויס אומשולדיג.

די שפעקולאציעס זענען ענדלאז. איבער וויאזוי די קאמוניסטן האבן דערווישט די אטאמישע סודות. איין זאך איז אבער קלאר פעסטגעשטעלט געווארן ביי דעם טרייעל. אז זיי האבן יא געוויסט ווער די עכטע שפיאנען זענען. און זיי האבן נישט געוואלט פארציילן.

ס'איז אויך מעגליך אז די קאמוניסטן האבן באקומען די אטאמישע סודות דורך זייערע שפיאנען אין ענגלאנד. זיי האבן געהאט איינעם (פון א גרופ) מיט'ן נאמען קים פילבי. ער האט געארבעט אין די בריטישע מיליטערישע אינטעלידזשענס. און געווען א הויכער רעגירונגס באאמטער. און ער איז געווען א פייער'דיגער, אידעאלאגישער (נישט בלויז פאר געלט) קאמוניסט. און סימפאטיזירער פון דעם סטאלין רעזשים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר