מוציא שם רע...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

מוציא שם רע...

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין די יעצטיגע טעג נאך אזא דערהויבענע יום טוב פסח, א זמן פון אזעלכע לעכטיגע אורות און פון גאולה און חירות ברוחניות, און אצינד האבן מיר זיך צוריקגעקערט צו די 'ששת ימי המעשה' צו די וואכן טעג, אין וועלכע עס איז אונזער עבודה אנצוהאלטן ווייטער די דערהויבנקייט, עס איז אונזער תפקיד אליינס צו הארעווען און ארבעטן כדי זוכה צו זיין צו תיקון המידות והמעשים, ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אז דאס איז די ארבעט אין די ספירה טעג, צו ארבעטן אויף זיך און משקיע זיין כוחות כדי צו קענען קונה זיין און מקבל זיין די אלע מדריגות און גוטע השפעות וואס מ'האט אונז געגעבן פון הימל אינעם יום טוב פסח.

די צוויי פרשיות 'תזריע מצורע' וועלכע גייען גאנץ אָפט אינאיינעם, און זענען טאקע בעיקר עוסק אין די זעלבע ענין, רעדנדיג פון די פילע הלכות פון נגעים וואס קענען קומען סיי אויף א מענטש ח"ו, אדער אויף זיין הויז, אדער אויף זיינע בגדים, און עס איז באגלייט מיט גאר אסאך דינים און פרטים, יעדע נגע באזונדער, יעדע סימן טומאה אדער טהרה, און נאך.

אבער אינטערסאנט צו באמערקן איז, אז אנהייב פרשת תזריע רעדט די תורה פון א גאנץ אנדערע ענין, וואס דאס איז די דינים פון א יולדת וואס געבוירט א קינד. אין די געציילטע פסוקים זאגט אונז די תורה הקדושה איבער די דיני טומאה וטהרה פון א יולדת, די ברית מילה, און די קרבן וואס א יולדת דארף ברענגן אין בית המקדש. וואס די גאנצע זאך האט לכאורה נישט קיין ספעציעלע שייכות און קשר מיט די פרשיות פון נגעים וואס פאלגן נאך, אויב אזוי פארוואס קומט עס טאקע דא אריין? און נאך מער, די גאנצע פרשה ווערט דאָך אנגערופן 'תזריע' צוליב די ווערטער אִשָּׁה כִּי תַזְרִיעַ וְיָלְדָה זָכָר, וואס בדרך כלל די נאמען פון א זאך האט א באדייט לויט די אינהאלט פון די זאך וואס מ'רופט אָן מיט דעם נאמען, און עס פארנעמט א וויכטיגע ארט אין די נושא פון וואס מ'רעדט, אבער דא האט דאָך די ענין פון לֵידה על פי פשטות נישט קיין שייכות מיט פון די המשך און די תוכן פון די סדרה ווייטער.

און בעיקר וואס רופט אויס א שטארקע וואונדער, מיר ווייסן דאָך וואס חז"ל זאגן אז די נגעים קומען אלס א שטראף אויף די עבירה פון לשון הרע און שלעכטע רייד וואס א איד רעדט, נו, לשון הרע איז טאקע א הארבע עבירה, אבער פארוואס האט זיך דאס פארדינט אזא אויסערגעווענליכע עונש וואס קומט באגלייט מיט אזויפיל דינים און אזא הארבע טומאה, וואס מיר טרעפן נישט ביי קיין שום אנדערע עבירה אין די תורה; וואס איז די חוֹמר הענין וואס נעמט ארום לשון הרע אז אויף איר עונש זענען געגעבן געווארן כמעט צוויי גאנצע פרשיות אין די תורה הקדושה.

איז לאמיר זיך אביסל פארטיפן אינעם נושא, אבער צום ערשט לאמיר טאקע ווענדן אונזער בליק צוריק קיין מצרים פון וואו מיר זענען נארוואס ארויסגעקומען אין די פארגאנגענע טעג, און ווי געזאגט זענען מיר נאך יעצט עוסק אין די עבודה וואס באלאנגט צו פסח, און לאמיר דערהערן א מושג וואס האט א שייכות מיט יציאת מצרים.

ווי מיר ווייסן זענען די אידישע קינדער אין מצרים געווען איינגעזינקן אין די מ"ט שערי טומאה - אין די ניין און פערציג טויערן פון טומאה, וויבאלד מצרים איז געווען א מקום פיל מיט זוהמא און טומאה, און ווי עס איז מבואר פונעם אר"י הקדוש זי"ע און פון ספרים הקדושים אז אויב כלל ישראל וואלט חלילה פארבליבן אין מצרים אפילו נאך איין רגע וואלטן זיי געווארן איינגעזינקן אינעם שער החמשים, אין די טיפסטע שער פון טומאה רח"ל, און פון דארט וואלט מען שוין ח"ו נישט געקענט ארויסקומען קיינמאל.

וואס איז דאס בכלל טומאה? און וואס האט פאסירט דארט אין מצרים אז די אידן זענען געווארן אזוי טיף פארזונקן אין די טומאה, און זיי האבן געהאלטן פאר א מצב פון כמעט ווערן איינגעזינקן אינגאנצן אָן קיין וועג ארויס. איז פארשטייט זיך אז די מושגים זענען פיל טיפער און ברייטער ווי אונזער מענטשליכער פארשטאנד און מיר האבן נישט קיין באגריף אין די כוונות התורה ווען עס רעדט זיך פון טומאה וטהרה, אבער על כל פנים א קליינע בחינה, א שטיקל 'רמז' און מוסר השכל וואס מיר געפונען אין ספרים וואס וועט באלייכטן אונזערע אויגן אין דעם ענין:

די האַרבסטע טומאה וואס מיר טרעפן אין די תורה איז 'טומאת מת' ווען א מענטש שטארבט איז ער אן 'אבי אבות הטומאה' אזויווי די 'זיידע' און די הויפט פון אלע טומאות, פון דעם קומען ארויס שוואכערע סארטן טומאות אזויווי א אב הטומאה, א ראשון, א שני, וכדומה, אבער דער מת אליינס ער איז די גרעסטע טומאה וואס איז נאר פארהאן. וואס מיר לערנען דערפון איז, אז טומאה איז א ענין פון 'מיתה' ווען א זאך איז פארגאנגען, עס איז טויט און אפגעהארגעט און מער קען שוין גארנישט זיין דערפון, אט דאס איז די גרעסטע טומאה וואס איז שייך! ווילאנג עס איז נאך דא אביסל חִיוּת, עס איז נאך דא א עתיד, א האפענונג, א פאטענציאל, עס קען נאך עפעס זיין פונעם מענטש דעמאלטס איז ער נאך אין א מצב פון טהרה, אבער אין די מינוט וואס אלעס איז פאריבער, די נשמה האט זיך שוין אפגעשיידט פונעם גוף און מער קען שוין די גוף נישט לעבן, אט דאס איז שפיץ טומאה.

וואס באמת אויב מיר וועלן זיך מתבונן זיין, געפונען מיר א שטיקל משל דערצו אויך אין די גשמיות'דיגע וועלט, להבדיל, ווילאנג א זאך האט א תכלית און א צוועק דאן האט עס א חשיבות, אבער ווי נאר ס'איז געווארן אויס, עס דינט שוין נישט פאר קיין שום ציל דעמאלטס ווערט עס ממש ווערדלאז און פארלירט די גאנצע מציאות.

ווי איינער האט אמאל דערציילט אז ער האט געהאט א שכן אן עלטערע איד וואס האט געוואוינט אין א שיינע דירה, דער איד האט פארמאגט פארצייטישע שיינע גרויסע שטיקער מעבל וואס האבן באשיינט זיין הויז, און ער האט געהיטן דעראויף מיט זיבן אויגן. ווען די קינדער און אייניקלעך זענען געווען באזוכן אין שטוב פלעגט ער אכטונג געבן און אָנוואָרענען נישט צו גיין דא און נישט צו רירן יענץ, ער האט געשוינט זיינע בענקלעך און שענקלעך, און געמאכט זיכער אז זיי בלייבן אלעמאל שיין און גלאנצעדיג. ויהי היום, נאך אריכות ימים ושנים האט דער איד אויסגעהויעכט זיין נשמה, און באלד נאכן אויפשטיין פון די שבעה האבן די קינדער באשלאסן צו פארדינגן זיין דירה, און נישט האבענדיג וואס צו טוהן מיט די אלע גרויסע אלטע שטיקער מעבל האבן זיי באשטעלט א קאמפעני מיט א גרויסן 'גארבידזש טראק' וואס איז געמאכט אויף אוועקצופירן אזעלכע סארט זאכן, און ביז געציילטע מינוטן זענען די אלע אפגעהיטענע און אפגעשוינטע חפצים שוין געלעגן אריינגעווארפן און צעדריקט אונטער די גרויסע אייזערנע ציינער פונעם טראק... דער שכן דערציילט אז ער האט עס כמעט נישט אויסגעהאלטן, זעענדיג וואס די קינדער טוען צו די אלע חפצים וואס איז געווען אזוי באליבט און ווערד ביי זייער פאטער... וואס פארשטייט זיך אז דאס איז אויך א שטארקע מוסר השכל און א באזונדערע שמועס פאר זיך... אבער לענינינו זעען מיר דערפון אז ווילאנג א זאך האט נאך א תכלית און א תועלת האט עס א פלאץ אויף די וועלט, און אז נישט ווערט עס טאקע א שטיק 'מיסט'.

און דאס איז טאקע מיט יעדע זאך וואס מיר ווארפן אין מיסט; עס איז דא זאכן וואס ביז נעכטן האבן מיר נאך געגעסן דערפון, כלים וואס מיר האבן געדארפט און גענוצט, אבער אין די מינוט וואס דער מענטש באשליסט אז ס'איז שוין נישט נוצבאר וועט ער עס לייגן אין מיסט אריין, און נישט סתם לייגן, נאר ווארפן, מ'ווארפט עס אוועק מיט זלזול און אָן קיין שום סדר און כבוד, טראצדעם וואס אלע אנדערע זאכן ביי אונז אין שטוב איז שיין און מסודר, אבער אינעם 'גארבידזש קען' דארט הערשט נישט קיין סדר, דארט איז אלעס נאכגעלאזט און טראגט א שלעכטע ריח, טאקע ווייל ס'איז מיסט און ס'דינט אונז שוין נישט בכלל... דאס איז א שטיקל משל צו די ענין פון טומאה, ווען א זאך ווערט אינגאנצן געענדיגט און פארלאשן אָן קיין תכלית און אָן קיין ציל פארבליבן.
און גענוי דאס איז געווען די מצב פון כלל ישראל אין מצרים, ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל מאריך געווען אין דעם ענין, די אידן זענען געווען אין א מצב פון "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹוצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה" זיי זענען געווען אויסגעפּייניגט און פאַריאָגט און פאַרפּלאָגט, די הערצער זענען געווען אינגאנצן פאַרשטאָפּט, עס האט זיי באנומען א ייאוש און א צובראכנקייט, וואס דאס האבן טאקע די מצריים געוואלט, זיי האבן געוואלט אויסרייסן די עקזיסטענס פון כלל ישראל דורכ'ן זיי פארשקלאפן און פייניגן ביז זיי וועלן ווערן אינגאנצן מיואש און צובראכן, זיי וועלן שוין נישט האבן קיין שום האפענונג און קיין שום שטרעבן ארויסצוגיין, ווי די תורה דערציילט אונז טאקע אין פרשת שמות די ווערטער פון פרעה הרשע, "הָבָה נִתְחַכְּמָה לוֹ פֶּן יִרְבֶּה... וְנִלְחַם בָּנוּ וְעָלָה מִן הָאָרֶץ... לְמַעַן עַנֹּתוֹ בְּסִבְלֹתָם", פרעה ציטערט אז די אידן זאלן האבן שטארקייט און מאראל וואס דאס וועט זייך געבן די כוח מלחמה צו האלטן קעגן איהם און ארויסגיין, ער וויל מאכן זיכער אז זיי בלייבן שוין דא אויף אייביג, און ער האט טאקע כסדר שווערער געמאכט די ארבעט אויף די אידן אז זיי זאלן ווערן מער און מער פארזונקען אין די ייאוש און אין די צובראכנקייט און זיי זאלן שוין אפילו נישט חלומ'ען פון קיין גאולה.

און ווי מיר ווייסן האבן די מצריים באמת געהאט א גרויסע הצלחה ליידער, פילע אידן זענען טאקע געבליבן און געשטארבן אין מצרים נאכן אויפגעבן די האפענונג אז עס זיי וועלן נאך אמאל ווערן אויסגעלייזט פון דארט, און ארויסגעגאנגען למעשה איז נאר א קליינע טייל פון כלל ישראל. ווייל אויף דעם האבן די מצריים אנגעוואנדן אלע מיטלען צו קענען פארלעשן די פינק פון האפענונג און די עתיד פון דאס אידישע פאלק. און אט דאס איז געווען די מ"ט שערי טומאה אין וועלכע די אידן זענען איינגעזינקן געווארן, וויבאלד ס'האט געהערשט א ענין פון ייאוש, פארלאשנקייט, טויטקייט, ווען א מענטש זעהט נישט קיין שום עתיד פאר די אויגן, ער מיינט אז ער איז שוין אינגאנצן פארפאלן אָן קיין וועג ארויס ממש ווי א מת וואס האט שוין נישט קיין שום חיות און קיין שום פאטענציאל אויף די וועלט! און אויב זיי וואלטן פארבליבן אפילו א מַשהו לענגער וואלטן זיי חלילה באמת געגלייבט אינגאנצן אז עס איז שוין נישט פארהאן קיין האפענונג פאר זיי, זיי וואלטן געווארן אין א ריכטיגע מצב פון 'מיתה' און ווערדלאזקייט, און פון דארט וואלט נישט געווען קיין מעגליכקייט זיי ארויסצונעמען ח"ו.

איינמאל מיר דערהערן דעם יסוד, אצינד לאמיר צוריק קומען צו די פרשה פון נגעים וואס קומט צוליב די זינד פון לשון הרע, און לאמיר כאפן א בליק אין די ווערטער פון חז"ל וואס לערנען אונז די הארבקייט פון לשון הרע. די גמרא זאגט אין מסכת ערכין (דף ט"ו:) אז לעתיד לבוא וועלן די חיות זיך צוזאמנעמען און פרעגן פונעם שלאנג "פארוואס בייסטו? וואס פאר א הנאה און תועלת האסטו בכלל געהאט פון בייסן מענטשן?" ווייל ווי באקאנט אז דער שלאנג גיבט בלויז א קליינע בייס אדער א שטעך פארן מענטש און מיט דעם לייגט ער אריין גיפט אינעם מענטש וואס פון דעם קען ער שטארבן רח"ל (אנדערש ווי אנדערע בעלי חיים וואס פארצוקן און עסן אויף זייערע קרבנות און האבן הנאה דערפון) קומט אויס אז דער שלאנג האט סתם געהארגעט מענטשן פאר גארנישט. און דער שלאנג וועט ענטפערן "וְאֵין יִתְרוֹן לְבַעַל הַלָּשׁוֹן" איך בין גארנישט אנדערש ווי דער בעל לשון הרע וואס רעדט שלעכטס אויף א צווייטן, ער איז פונקט אזוי שעדליך, ער באַררעדט יענעם בשעת ווען ער זעלבסט פארדינט גארנישט דערפון, סתם שלעכטס לשם שלעכטס...

עס האט דערציילט א יונגערמאן, לאמיר איהם אנרופן ראובן, וואס בדידיה הוי עובדא - מיט איהם האט פאסירט די מעשה. ראובן האט פארלוירן זיין דזשאב אומגעראכטן, און דערנאך זיך געמוטשעט א לאנגע וויילע צו טרעפן א נייע פאסיגע פרנסה צו קענען מפרנס זיין זיין משפחה. ראובן האט געהאט א נאנטע חבר שמעון וואס האט איהם שטארק געפרואווט צו העלפן, און ביי יעדע געלעגנהייט האט ער געזוכט וואו מ'קען טרעפן ארבעט פאר ראובן.

איין טאג קומט ראובן צו שמעון מיט א פארווייטאגטע שטימע און ער האלט איהם פאָר מיט א שטארקע טענה "היתכן דו שטעלסט מיר אונטער פיסלעך און דו מאכסט גאר קאַליע מיין אויסזיכט פאר א דזשאב?!"... שמעון האט געמיינט אז ער חלש'ט "איך???" איך בין דאָך דא דיר צו העלפן ווען איך קען נאר, איך הער נישט אויף צו טראכטן און זארגן פאר דיר, פארוואס עפעס פאלט דיר ביי אינעם ווייטסטן חלום אז איך שטיי דיר אין וועג? חס ושלום!, אבער ראובן דערציילט איהם, איך האב נארוואס צוריק געהערט פון איינעם א שמועה וואס מ'רעדט אונטער מיין רוקן אז "דער ראובן האלט נישט ביים ארבעטן, ער וויל זיך אפילו נישט העלפן אין זיין מצב, ער זאגט קלאר אז ער איז נישט גרייט צוצורירן א דזשאב פאר אונטער צוויי-הונדערט-און-פופציג-טויזענט דאלער א יאר! ער איז נישט קיין נארמאלע מענטש, מיט אזא צוגאנג וויאזוי פלאנט ער בכלל צו טרעפן ארבעט? און ווער מיינט ער אז ער איז?"... בקיצור, האב איך אנגעהויבן נאכצוגיין די שמועה ווער האט ארויסגעלאזט אזא זאך אז איך וואַרף מיך ארום מיט ארבעט און איך וויל נישט נעמען א ארבעט וואס באצאלט נישט די אסטראנאמישע סכום, און ס'איז צוריק געקומען אז נישט קיין אנדערער ווי דו מיין טייערע פריינט שמעון ביסט דער וואס האט דאס געזאגט אויף מיין חשבון...

שמעון שטייט און קראצט זיך זיין שטערן מיט וואונדער, ער? ער זאל האבן אמאל געזאגט אזעלכע שעדליכע ווערטער אויף זיין חבר ווי כאילו ער זוכט נישט צו געפונען א נארמאלע פשוט'ע ארבעט פון וואס ער וועט קענען ברענגן געהעריג פרנסה? רבונא דעלמא כולא, ווען וואלט ער זיך געוואגט אמאל צו טוהן אזא זאך פאר אזא גוטע חבר ווי ראובן וועמען ער וויל גאר העלפן.

הכלל, שמעון האט אנגעהויבן נאכצוגיין די שמועות ווער ס'האט געזאגט וואס פאר וועם, ביז דאס בילד האט זיך ארויסגעשטעלט! איין טאג האט שמעון געשמועסט מיט א צווייטע חבר לוי, און גערעדט בנוגע העלפן ראובן מיט א דזשאב, אויף וואס לוי האט האט איהם געפרעגט, "און וואס איז געווארן מיט יענע און יענע ארבעט וואס מיר האבן איהם אנגעטראגן?" געווען איז דאס גאר א שווערע ארבעט צו וואס מ'האט געדארפט אוועקפארן אין די מרחקים און נישט זיין אינדערהיים פאר לענגערע שטרעקעס, און טיילמאל האט מען געדארפט ארבעטן אין די נאכט שעות, בקיצור, ס'איז געווען א ארבעט וואס איז בכלל נישט געווען געאייגענט פאר א נארמאלע מענטש וואס האט א שטוב מיט קינדער זיך אונטערצונעמען, אבער ראובן אין זיין גרויס ענגשאפט האט געהאט געזאגט אז פאר צוויי-הונדערט-און-פופציג-טויזענט דאלער וואלט זיך עס איהם אפשר געלוינט פשוט כדי צו קענען ברענגן פרנסה, הגם ס'איז גאר שווער פיזיש און גייסטיש, דאָך וואלט עס ווערד געווען פאר אזא סכום, אבער אונטער די פרייז איז ער בשום אופן נישט גרייט אנצונעמען די ארבעט... פונקט דאן ווען שמעון האט געזאגט די ווערטער צו לוי, איז יהודה צוגעקומען צו זייער שמועס, און זיינע אויערן האבן בלויז אויפגעכאפט די ווערטער אז ראובן איז נישט גרייט צוצורירן א דזשאב פאר אונטער צוויי-הונדערט-און-פופציג-טויזענט דאלער א יאר... יהודה האט בכלל נישט געוואוסט פון וואס מ'רעדט און האט נישט גענומען די מיה מברר צו זיין וואס עס איז געווען די ערשטע חלק פונעם שמועס, ער האט נישט געכאפט אז ער איז אריינגעקומען 'אינמיטן א מעשה' און מען האט דארט גערעדט דווקא פון איין געוויסע אויסערגעווענליך שווערע ארבעט וואס דאס וויל ראובן נישט טוהן פאר אונטער צוויי-הונדערט-און-פופציג-טויזענט דאלער, און מיט רעכט...

ראובן זאגט, איך בין שפעטער צוגעגאנגען צו יהודה און כ'האב איהם געזאגט, "מיין טענה צו דיר איז נישט אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס זיי האבן דארט גערעדט, א טעות קען זיך אלעמאל מאכן, דו האסט באמת געמיינט אז דו האסט גוט געהערט אז איך קלויב מיך און ווארף זיך ארום מיט ארבעט וואס וויל מיר נישט באצאלן ווי א פריץ; אלעס פיין און וואויל. מיין טענה צו דיר איז אבער פארוואס ביסטו דאס געגאנגען פארשפרייטן ווייטער? איך בין זיכער אז ס'איז נישט געקומען מתוך א גוטע רצון מיך צו העלפן, דו האסט עס נישט איבערגעזאגט לשם תועלת ווייל ס'וועט ארויסקומען גוטס דערפון, דו ביסט בלויז געלאפן ארומטראגן א פעט-שטיקל רכילות אז דער ראובן איז נישט נערמאל, ער האט נישט קיין פרנסה און ער וויל זיך נישט העלפן... דו ביסט געווען פארנומען מיך צו באַררעדן מיט דיין טעות פאר גארנישט און פאר נישט! אָן קיין שום גוטע מטרה! וואס האסטו געוואלט דערמיט און פארוואס האסטו מיר דאס געטוהן?"...

און באמת די מעשה איז נישט קיין יוצא מן הכלל, אז מיר וועלן אריינקלערן וועלן מיר זעהן אז דאס איז ליידער די פאַקט ביי רוב לשון הרע'ס וואס מענטשן טראגן ארום פון איינעם אויפן אנדערן, דאס זענען פוסטע רייד וואס ווערן געזאגט אָן קיין שום תכלית און פאר קיין שום סיבה! דער מענטש רעדט בלויז ווייל ס'איז איהם געשמאק און ווייל ער האט א לויזע צונג, און דערמיט זייעט ער אָן חרבנות.

און ווי מיר זעען אז חז"ל גלייכן צו דער מספר לשון הרע ממש צו א שלאנג וואס בייסט און הרג'עט א מענטש, ווייל לשון הרע איז ווי רציחה, און צומאל קען עס צוברענגן צו רציחה ממש ח"ו. און אזוי זאגט טאקע די גמרא דארט ווייטער בפירוש אז לשון הרע קען אמאל אוועק הרג'ענען דריי מענטשן, עס וועט גורם זיין מיתה פאר דער וואס דערציילט עס, פארן מקבל וואס האט עס אנגענומען, און פאר דער וואס טראגט עס ווייטער און דערציילט עס איבער (זעה רש"י דארט) און ווי די גמרא ברענגט דער פסוק אין משלי "מָוֶת וְחַיִּים בְּיַד לָשׁוֹן" די צונג פון א מענטש קען באשליסן לעבן אדער טויט...

און נישט אלעמאל רעדט מען פון פיזישע רציחה וואס לאזט איינעם איבער אינגאנצן טויט, אבער וויפיל מאל קען מען אינגאנצן 'אָפּהַארְגֶענען' א זאך דורך רעדן לשון הרע און קאַליע מאכן דורכדעם פרנסה, שידוכים, שלום בית, און אוועקנעמען די עתיד און די האפענונג פון א זאך וואלט געקענט צושטאנד קומען, און אנשטאט דעם ברענגט מען אָן ממש א חורבן און א ייאוש, וואס ווי געזאגט איז דאס אליינס א ענין פון מיתה און טומאה... און אין א געוויסע זין איז עס נאך ערגער פון סתם מיתה, ווייל עס ווערט געטוהן אָן קיין שום הנאה און אָן קיין שום תכלית, וְאֵין יִתְרוֹן לְבַעַל הַלָּשׁוֹן און עס איז בלויז רציחה לשם רציחה, וואס איז נאך ערגער ווי א געווענליכע מיתה!

און אז מיר פארשטייען אז די עבירה פון לשון הרע איז א גורם פון מיתה בגוף ובנפש, איז דאָך פשוט אז די נגעים וואס קומען אלס אן עונש אויף דעם זינד, טראגן אויף זיך פילע הארבע דינים פון 'טומאה' וואס מיר געפונען טאקע ביי מיתה, ביים אבי אבות הטומאה, ווייל זיי ביידע קומען פונעם זעלבן שורש און זיי זענען גלייך איינעם צום אנדערן.

עס קיין זיין אז דאס איז דער ענין פארוואס די תורה הקדושה הייבט אָן די פרשה פון נגעים מיט א הקדמה פון אִשָּׁה כִּי תַזְרִיעַ וְיָלְדָה, די פרשה פון 'לֵידה' וואס איז ממש דאס פארקערטע פון מיתה, און דאס איז די נאמען וואס באגלייט די גאנצע סדרה, כדי צו ווייזן פאר א איד אז אונזער עבודה דארף זיין א שארפע קאנטראסט צום בעל לשון הרע, דער בעל לשון הרע פארשפרייט מיתה אויף די וועלט, ער איז דא צו הארגענען און צו שעדיגן, אוועקצונעמען האפענונג, חִיות, און עתיד, פון מענטשן און פון זאכן אויף די וועלט, אבער אונזער הנהגה דארף זיין אויף א אופן פון 'לידה' מיר דארפן אריינברענגן די חיות און די התחדשות וואס מער, מיר דארפן זוכן אלעמאל מיט וואס מיר קענען פארשפרייטן גוטס, גוטע דיבורים, גוטע מעשים, עין טובה, לב טוב, וואס די אלע הנהגות 'לעבן אויף' זאכן אויף די וועלט, דורכ'ן פארגינען א צווייטן, ליב האבן א צווייטן, מחזק זיין א צווייטן, און זאגן א גוט ווארט, דאס גיבט דאָך צו לעבן און פרישקייט און שלעפט ארויס פון ייאוש און פאַרפאַלנקייט, עס דערווייטערט דעם קֹוצֶר רוּחַ און עֲבֹדָה קָשָׁה וואס הויערן אויפן מענטש.

און בפרט יעצט אין די ימי הספירה ווען מיר דארפן ארבעטן אויף די מידות און אויף די ענינים פון בין אדם לחבירו, אנדערש ווי די תלמידים פון רבי עקיבא וואס האבן נישט נוהג כבוד איינער מיט'ן אנדערן און טאקע גורם געווען מיתה אויף די וועלט רח"ל, דארפן מיר עוסק זיין אין אט דעם "עַשֵׂה טוֹב" וואס איז די פארקערטע פון לשון הרע און רכילות, פארשפרייטן לעבן און התחזקות. און ווי דוד המלך זאגט אין תהלים "מִי הָאִישׁ הֶחָפֵץ חַיִּים... נְצֹר לְשׁוֹנְךָ מֵרָע... בַּקֵּשׁ שָׁלוֹם וְרָדְפֵהוּ" דאס אפהיטן די מויל פון שלעכטע רייד און זוכן צו פארשפרייטן וואס מער שלום און פרידן צווישן מענטשן, דאס אלעס ברענגט לעבן! אויב מיר ווילן זיך דערווייטערן פון מיתה און פון די שעדליכע טומאה וואס נעמט איר ארום, דארפן מיר זיך באהעפטן אין די אלע זאכן וואס ברענגן חיים און טהרה, און מקיים זיין "לֹא אָמוּת כִּי אֶחְיֶה!" איך וויל נישט פארשפרייטן מיתה, איך וויל אויפטוהן חִיות אויף די וועלט, איך וויל אריינבלאזן האפענונג און שמחה דארט וואו ס'איז פארלאשן, איך וויל באנייען א גוטע עתיד און א תכלית דארט וואו ס'איז פארהאן ייאוש און צובראכנקייט.

און בדרך רמז קענען מיר מסיים זיין מיט א דבר טוב: אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין די ענין פון 'טהרה' וויאזוי מ'רייניגט זיך פון טומאה און אפלערנען די זאכן וואס די תורה לערנט פאר א איד וויאזוי ארויסקריכן פון טומאה, וועלן מיר באמערקן אז ס'האט אלעמאל אין זיך צוויי נקודות, איינס איז 'זמן' - א געוויסע צייט ביז ווען מ'דארף ווארטן כדי צו ווערן ריין, למשל ביז די זון גייט אונטער, אדער זיבן טעג, שבעה נקיים, וכדומה, און די צווייטע נקודה איז 'מים' – די טהרה קומט שטענדיג דורך זיך טובל'ן אין וואסער. וואס דאס לערנט אונז אז דאס איז אונזער עצה און ציל, אלעמאל צו ווארטן אביסל און געבן צייט זיך מתבונן צו זיין איידער מ'רעדט, אייל זיך נישט צו רעדן וואס מ'דארף נישט, פון טראכטן פארדעם מיט יישוב הדעת וועט נאר ארויסקומען גוטס. און וואסער איז א זאך וואס רייניגט אפ און פרישט אויף דעם מענטש, עס ברענגט התחזקות און פרישקייט כְּמַיִם קַרִים עַל נֶפֶשׁ עֲיֵפָה, און איז מרמז אויף אונזער עשה טוב, משפיע צו זיין גוטס אויף אונזערע ארומיגע, פארשפרייטן חִיות און שמחה בין אדם לחבירו, וואס דאס איז די שענסטע און בעסטע טהרה וואס איז פארהאן...

לסיכום געדענק:
• חִיוּת און האפענונג, איז טהרה, - טויט, צובראכן און ייאוש, דאס אלעס איז אבי אבות הטומאה רח"ל.
• לשון הרע איז א ענין פון מיתה וואס שעדיגט און הרג'עט בלויז פאר שלעכטס, דער מספר האט נישט קיין שום הנאה דערפון.
• אונזער תפקיד איז צו פארשפרייטן דאס פארקערטע פון מיתה און קאַליע מאכן, אדרבה, זיך מתבונן זיין איידער מ'זאגט א שלעכט ווארט, און זוכן מחזק זיין און מחיה זיין אנדערע וואס מער.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט