בלאט 1 פון 1

מאנסי קנאי פארלוירן געגאנגען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 6:58 pm
דורך היכי דמי
איך וויל מקדים זיין אז איך בין נישט באקאנט פונדערנאנט מיט די געשיכטע, איז אויב איינער האט מער דעטאלן, אדער זעהט אז איך האב עס נישט גוט באריכטעט זאל פאררעכטן.

דא א אינגערמאן אין מאנסי וואס טערארזירט געשעפטן אין שטאט ווי ער צוברעכט די עלעקטיראנישע סקרינס ביי לאקאלע ביזנעסער וכדומה.
דער אינגערמאן האט איצט א קאורט קעיס נאכדעם וואס געוויסע מענטשן האבן אים באריכטעט צו די פאליציי, און ווען פאליציי האט אים פרובירט אויפצופיקן פונדערהיים, איז ער נישט צום געפונען. זעהט אויס אז ער איז אנטלאפן און קיינער ווייסט נישט ווי.

חברים אין מאנסי האט היינט ארויסגעגיבןן א "מיסינג אלערט" און בעט די הילף פונעם ציבור. ווייס איך נישט צו זיי זענען דא צו הילף פאר די פאליציי און אים צו ברענגן צו ארעסט, אדער זיי האבן אנדערע כוונות.

שפעטער האבן זיי ארויסגעגיבן א נייע מודעה אז מען האט אים געטראפן. לכאורה נישט ריכטיג, אבער מסתם האבן זיי געזעהן אין וואס זיי לאזן זיך אריין, האבן זיי צוריקגעצויגן
WhatsApp Image 2023-04-20 at 18.46.54.jpg

Re: מאנסי קנאי פארלוירן געגאנגען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 7:22 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ס'זעהט אויס ווי דער באלאנגט צום פאשטון שבט.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:13 am
דורך berlbalaguleh
כ'מיין ענדערש צום לב טהור שבט...!

די פאשטונ'ער גייען (נאך) נישט קיין שטריימלעך.

אוי ווען די שטריימל מאכערס וועללן אנקומען אהין.

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 9:38 pm
דורך קא משמע לן
ער וועט זיכער אנקומען צו עווערגרין אדער קעיר 365 פאר זיינע כמעט טעגליכע מחאת

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:29 pm
דורך berlbalaguleh
מיר ווארטן מיט שפאנונג. איך וועלל (בלי"נ) איהם אפווארטן מיט א "ווארימען" קבלת פנים...!

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:00 pm
דורך שעפטאל
מען דארף זיי אויך מעלדן די איבריגע פאר משוגעים פון מאנסי און דעמאלטס וועט זיין א תיקון השלם

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:55 am
דורך NORTHEAST
איך קען דעם אינגערמאן פון די יוגנט ער איז נעבעך א תינוק שנשבה אויפגעוואקסן ביי עלטערן וואס פרעדיגן דזשיהאד

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:57 am
דורך מתבודד
פארוואס האסטו אים קיינמאל נישט אויפגעקלערט?? :roll:

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:08 am
דורך yn.NY
סאיז דא עני נייעס אדער אפדעיט וועגן דעי יונגערמאן?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:10 am
דורך NORTHEAST
מתבודד האט געשריבן:פארוואס האסטו אים קיינמאל נישט אויפגעקלערט?? :roll:
איך האב פראבירט אבער סאיז נישט געלונגען , גראדע האט ער געהאט א תקופה אלץ בחור וואס ער האט זיך געהאלטן אויפגעקלערט און אפגענייגט מדרך האבות אבער זיין משפחה האט שווער געארבעט און אים צוריק געברענגט

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:48 am
דורך berlbalaguleh
NORTHEAST האט געשריבן:איך קען דעם אינגערמאן פון די יוגנט ער איז נעבעך א תינוק שנשבה אויפגעוואקסן ביי עלטערן וואס פרעדיגן דזשיהאד
איך האב אויף מיין באס אויך א יונגל וואס וועט (אי"ה) זיין א פיוטשור דזשיהאדיסט. ער איז א כיתה ד' יונגל. ער באשייגעצט מיך אייביג וועגן מיין (געפילטערטן) סמארט פאון. און נאך אנדערע זאכן...!

געב עס א צען יאר. ער וועט זיין א צוקונפטיגער צימערמאן אין מאנסי...!

זיין טאטע איז "גאר א חשוב'ער איד"...מסתמא געט ער פאר זיינע קינדער אזא חינוך...!