בלאט 1 פון 3

זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:16 am
דורך טמיר
(אפגעטיילט)
סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:21 am
דורך שפילער
טמיר האט געשריבן:סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
אוודאי געוויס . איך וועל דיר געבן איין משל , חסידים דרייען זיך איין אין די גאס מיט א פרישקייט כאילו סאיז זייער רעכט צו דרייווען ווען אין פאקט איז עס די רייט אף וועי דעמאלטס פאר די pedestrians

Re: בארא פארק ברענגט א קרבן פסח אין שרעקליכע עקסידענט

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:29 am
דורך טמיר
איך טו נישט אזוי און איך בין א חסיד. מיין טאטע און שווער אויך נישט.

שוין געזען אסאך גוים וואס גיבן נישט רייט אף וועי (אין פאקט האט מיך לעצטנס א גוי שיעור נישט אראפגעקלאפט ביי א דריי, איך האב עם פארמיטן מיט א האר).

האסט דיך געשטעלט ביי אן אינטערסעקשן און גענימען א סוירוועי?

קען זיין ביזט גערעכט, איך ווייס נישט

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:33 am
דורך צקון לחש
טמיר האט געשריבן:סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
וסימנך (גענומען פון דא)

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:33 am
דורך מר. קלונימוס
שפילער האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
אוודאי געוויס . איך וועל דיר געבן איין משל , חסידים דרייען זיך איין אין די גאס מיט א פרישקייט כאילו סאיז זייער רעכט צו דרייווען ווען אין פאקט איז עס די רייט אף וועי דעמאלטס פאר די pedestrians
שוין אסאך מאל געזען גוים טון דאס. איך האב אפילו אמאל קאנפראנטעד א גוי וואס האט זיך איינגעדרייט אין גאס אזוי, יענער האט זיך גראדע מגייר געווען שפעטער, נעמט נישט אוועק פונעם פאקט אז בשעת ער האט דאס געטון איז ער געווען א פאלנער גוי.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:36 am
דורך קהל'ס נער
שפילער האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
אוודאי געוויס . איך וועל דיר געבן איין משל , חסידים דרייען זיך איין אין די גאס מיט א פרישקייט כאילו סאיז זייער רעכט צו דרייווען ווען אין פאקט איז עס די רייט אף וועי דעמאלטס פאר די pedestrians
פאר די ביסט מקטרג, זעלטן וואס די ספאנישע טעקסי דרייווערס וועלן געבן די רייט אוו וועי, נאר וואס ס'דא ווילדע דרייווערס וואס זענען יודן און ס'דא ווילדע דרייווערס וואס זענען גויים, גארנישט מיט ראסע איינגעלייגט.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:45 am
דורך הקטן
שפילער האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
אוודאי געוויס . איך וועל דיר געבן איין משל , חסידים דרייען זיך איין אין די גאס מיט א פרישקייט כאילו סאיז זייער רעכט צו דרייווען ווען אין פאקט איז עס די רייט אף וועי דעמאלטס פאר די pedestrians
חסידים vs יעקישע, ליטוואקעס ?
חסידים vs גוים at large ?

אין יעדען פאל בין איך נייגעריג וואו אזוי ביסט געקימען צו דיין מסקנה

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 2:43 pm
דורך מונטסורי
עס הערשט א שטארקע צולאזטקייט ביי אסאך חסידישע מאטאריסטען, צו עס איז ערגער ווי ביי אנדערע ניו יארקער איז א פראגע, ניו יארקער זענען באקאנט אלץ אגרעסיווע דרייווערס אבער עס איז זיכער אז מיר דארפען זיין בעסער.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 3:46 pm
דורך בעל אחריות
קהל'ס נער האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
אוודאי געוויס . איך וועל דיר געבן איין משל , חסידים דרייען זיך איין אין די גאס מיט א פרישקייט כאילו סאיז זייער רעכט צו דרייווען ווען אין פאקט איז עס די רייט אף וועי דעמאלטס פאר די pedestrians
פאר די ביסט מקטרג, זעלטן וואס די ספאנישע טעקסי דרייווערס וועלן געבן די רייט אוו וועי, נאר וואס ס'דא ווילדע דרייווערס וואס זענען יודן און ס'דא ווילדע דרייווערס וואס זענען גויים, גארנישט מיט ראסע איינגעלייגט.
טעקסי דרייווערס איז אן אנדערע מעשה, זיי זענען א גאנצען טאג אויפן ראוד און דאס מאכט זיי דרייוון ווילדער, נישט אז עס איז א תירוץ, אבער אויב דו ווילסט וויסן אויב אונז זעמיר מער ווילד דארפסטו אונז קאמפערן צו א פאלנער גוי...

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 4:08 pm
דורך יואליש
https://forward.com/life/395902/why-so- ... ers/?amp=1
Why So Many Hasidic Men Are Such Aggressive Drivers

די זעלבע שמועסן חזר'ן זיך איבער יעדע פאר יאר.

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:46 pm
דורך מחונך
איך מיין אז ניו יארקער מענטשן אין דזשענערעל, לא דווקא אידען, זענען גאר אגרעסיוע דרייווערס. איך דרייו גענוג אן די ברוקלין גאסן איך זע אז אין ברוקלין עכ"פ, דרייווען רוב מענטשן ווי חיות.

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:02 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:https://forward.com/life/395902/why-so- ... ers/?amp=1
Why So Many Hasidic Men Are Such Aggressive Drivers

די זעלבע שמועסן חזר'ן זיך איבער יעדע פאר יאר.
יואליש: ייש"כ. שטארקע ווערטער פון פרידא וויזעל. וועם מ'קען נישט חושד זיין אין אנטי אידישע אדער אנטי חסידישע פיעלינגס. טראץ איהר פארלאזן דעם חסיד'ישן אדער רעליגיעזן לעבנסשטייגער..

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 2:18 am
דורך תרמב
איך בארעכטיג נישט קיינעם, אבער מ'דארף נעמען אין באטראכט ווי שווער סקען זיין צו דרייוון אין די סיטי, די אנלייגעניש אויף די גאסן איז געפערליך, דאבל פארקד קארס, טראקס אינמיטן די גאסן, די רויטע לעקטער צינדט זיך אן צו שנעל, פארדעם ווען מ'יאגט זיך פליעט מען דורך די גאס ווען מ'זעהט אז די געלע האט זיך אנגעצינדן, אדער מ'איז נישט אזוי מקפיד פאר די פעדעסטריען'ס רייט אוו וועי ווען מ'יאגט זיך.

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 3:10 am
דורך שערי יושר
ניו יארק סיטי דרייווערס זענען זייער ווילד און אונזערע אינגעלייט זענען די ווילדסטע פון זיי

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 7:20 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: דו האסט (מסתמא) נאכנישט געזעהן מאנסי'ער דרייווערס. היימישע אידן. און מסתמא א סאך גויים אויך...!

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 7:42 pm
דורך שערי יושר
וואס הייסט מסתמא? איר זענט דאך אויף די ראודס א גאנצן טאג.
דרייווען די מאנסיער גוים אויך אזוי ווילד ווי דער עם הנבחר?

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 8:32 pm
דורך berlbalaguleh
איך קען דיר נישט געבן קיין סטאטיסטישן ענטפער. נאר אנעקדאטאל. ס'זעהט אויס אז די איבערוויגנדע מערהייט פון ווילדע דרייווערס זענען אחינו בני ישראל.

די קאר סארוויס טעקסיס דרייוון, כמבן עפ"י רוב ווילד. סיי אין ניו יארק און סיי אין מאנסי.

נאר אויף זיי האביך א (שטיקל) לימוד זכות. דאס איז א געיאגטע פרנסה. אויב זיי וואלטן זיך נישט געיאגט און אריינגעשניטן וואו מ'קען. און אפילו וואו מ'קען נישט וואלטן זיי אהיימגעגאנגען מיט ח"י צ"ל.

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 8:41 pm
דורך שערי יושר
אין יעדע געמיינדע פון מענטשן זענען דא א געוויסע פראצענט ווילדע דריווערס געווענטליך איז צענערלינגען און יונגווארג. אבער וואס עס גייט פאר ביי אונז איז נישטא אין גאנץ אמעריקע.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
לויט ווי איך ליין אין די נייעס באריכטן דרייווט "מען" אין לעיקוואוד אויך זייער ווילד. די נייעס באריכטן ווייסן צו פארציילן אז דארט זענען דא א סאך אינטערסעקשאן צוזאמענשטויסן...!

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 9:08 pm
דורך שערי יושר
די לטאים אויך?

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 11:19 pm
דורך ערנסטגערעדט
טמיר האט געשריבן:(אפגעטיילט)
סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
עס איז סאך א ברייטערע נושא
חסידים ווארפן ארויס מער גארבעדזש פון קארן?
חסידים פארקן מער אויפן סיידוואק / נאו סטענדינגס און פאמפס?
חסידים שניידן (cut) די ליינס ווי מקען?
חסידים סאקן ארויס מער פון די גאווערמענט?

איך בין זיכער אז מהאט שוין גענוג מאל גערעדט פון געהעריגע מענער״ס וואס פעלט פשוט
יש אומרים אז אויך זענען מיר אפשטאמיגע פון אלע סארטן רדיפות קעגן אונז, און אונזערע זיידעס האבן אונז צוגעוואוינט אז מטאר נישט גיין גראד מיט די רול״ס וואס די געזעץ פארלאנגט
ממילא איז מען גאר שוואך ווען עס קומט נאכצוגיין סתם די גראדע וועג, אבער אינטרעסאנט אז אין אונזערע אייגענע סאסייעטי גיימיר יא נאך אלעס אן פרעגן… מקען נישט אלץ זיין קלוגער פון אלע סיסטעמס
קענסט אויסוועלן א סיסטעם און זיין קלוגער פון יענע סיסטעם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:16 am
דורך מחונך
איך ווייס נישט אויב די אלע זאכן זענען דא מער ביי חסידים ווי ביי אלגעמיינע ניו יארקער. נאר וויבאלד איר זענט א חלק פון די געמיינדע קענט איר עס פון די נאנט. זאגט נאר, אין נארט דעקאטע זענען טאקע נישט דא די אלע אויבן דערמאנטע? בראנקס?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:07 am
דורך Salford
טמיר האט געשריבן:(אפגעטיילט)
סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
מה זה חסיד