בלאט 1 פון 1

וואס מיינט "גיעפנט די אייער"?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:03 am
דורך מתבודד
לעצטנס האב איך באמערקט אז אויף געוויסע פעקלעך פערפל (מן הסתם אויף אנדערע פראדוקטן אויך) שטייט "מיר זיפן די מעהל, גיעפנט די אייער".

איינער פארשטייט וואס דאס מיינט? געוויסע קאמפעניס לייגן אריין גאנצע אייער???
אדער איז עס סתם א ביליגע טאקטיק צו מאכן די קאסטומער מיינען אז זיי באקוקן יא די אייער?...

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:21 am
דורך קורקלענד
כמדומה מיינען זיי קלויזנבורג, אז די אייער זענען נישט קיין גענעכטיגטע.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:23 am
דורך קאצקע ציקער
מען קען קויפן גאנצע קענס מיט אויפגעפענטע אייער, זאגן זיי אז זיי ניצן דאס נישט!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:42 am
דורך מתבודד
קורקלענד האט געשריבן:כמדומה מיינען זיי קלויזנבורג, אז די אייער זענען נישט קיין גענעכטיגטע.
גראדע געזען אויף אנדערע פעקלעך שטיין "נישט גענעכטיגטע אייער", וואס זיי וואלטן מסתם אויך געשריבן אויב וואלט דאס געווען די כוונה. קוקט ענדערש אויס ווי @קאצקע שרייבט
קאצקע ציקער האט געשריבן:מען קען קויפן גאנצע קענס מיט אויפגעפענטע אייער, זאגן זיי אז זיי ניצן דאס נישט!
די שאלה איז, אויב באקוקן זיי אויך נישט וואס פארדינען זיי פון עפענען אליין?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:14 am
דורך הרב שיף
זיי זעהן אז עס קומט פון א טישקען עס האט די סימנים פון א כשרע איי.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:43 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:מען קען קויפן גאנצע קענס מיט אויפגעפענטע אייער, זאגן זיי אז זיי ניצן דאס נישט!
למען הדיוק וואלט גוט געווען ווען זיי שרייבן צו דאס ווארט..."אליין"... להוציא פון אריינלייגן שוין געעפנטע אייער...!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:45 am
דורך מרדכי מרדכי
מזכרוני הטוב געדענק איך די נוסף ווי פאלגענד "מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער"

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:59 pm
דורך מתבודד
מרדכי מרדכי האט געשריבן:מזכרוני הטוב געדענק איך די נוסף ווי פאלגענד "מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער"
*נוסח

יש ויש. און דאס איז געווען מיין שאלה, באקוקן די אייער מילא אבער עפענען די אייער איז א שטיקל חידה.

Re: וואס מיינט "גיעפנט די אייער"?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 3:03 pm
דורך כרם זית
לכאורה איז די פת פג וואס די סריסים האבן סערווירט פאר דניאל וחבריו, געווען געמאכט מיט די אויבדערמאנטע אפנע אייער.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 5:04 pm
דורך וואלווי
מתבודד האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:מזכרוני הטוב געדענק איך די נוסף ווי פאלגענד "מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער"
*נוסח

יש ויש. און דאס איז געווען מיין שאלה, באקוקן די אייער מילא אבער עפענען די אייער איז א שטיקל חידה.
א טעאריטישע ענטפער צו דיין חידה: נישט מער נישט ווייניגער ווי אכשר דרא'דיגע לשון פאר באקוקען די אייער...

לעצטע וואך האט מען געדארפט זיכען מיט לעכט אויף די מודעות און גליונות אז איינער זאל שרייבן "פרשת תזריע מצורע". פר' טהרה. פונקט אזוי ווי הל'טהרה און "די לעצטע מסכתא אין שס".

Re: וואס מיינט "גיעפנט די אייער"?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 8:37 am
דורך טאמבל סאס
די אידן פון די אלטע דור געדענקן נאך ווען ס'פלעג שטיין:
מיר זייפן די מיהלע און באטאפן די ביצים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 8:45 am
דורך בעל אחריות
טאמבל סאס האט געשריבן:די אידן פון די אלטע דור געדענקן נאך ווען ס'פלעג שטיין:
מיר זייפן די מיהלע און באטאפן די ביצים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
וואסי פשט? קוקן איז נישט גענוג? איך האב מורא דאס האט געשריבען א לץ...