בלאט 1 פון 1

ווער איז געווען דער גענעראל דזשארדזש ס. פעטט(א)ן?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:02 am
דורך berlbalaguleh
דער אמעריקאנער גענעראל דזשארדזש סמיטה פעטט(א)ן איז געבוירן אין יאר 1885 למס'. אין קאליפארניע. ער האט פון זיין יוגנט אן געשטרעבט פאר א מיליטערישע קאריערע. נאכ'ן אדורכמאכן עטליכע מיליטערישע שולעס. אריינגערעכנט וועסט פוינט איז ער געווארן א נידריג ראנגיקער אפיציר אין די יו.עס. ארמיי. זיין ערשטע גרויסע שלאכט וואס ער האט אנגפיהרט איז געווען ביי די ערשטע וועלט מלחמה. אויסער זיך האבן באטייליגט אין עטליכע קלענערע מלחמות וואס אמעריקע האט געפיהרט מיט מעקסיקא. ביי א געוויסן פונקט האט די ארמיי איהם אויסגעקליבן צו זיין א טאנק קאמאנדיר. וואס איז נאך דאן געווען א פארהעלטניסמעסיג נייע פארם פון מיליטערישע שלאכטן. ביז די ערשטע וועלט מלחמה זענען געווען די הויפט כוחות פון אלע ארמייען די פערד רייטערס וועלכע האבן זיך געשלאגן מערסטנס מיט שווערדן און אויך מיט ביקסן. די ארטילעריע איז אויך געווען א טייל, אבער נישט קיין גרויסע פון די ארמיי כוחות.

ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז ער שוין געווען א פולשטענדיגער, מיליטערישער אנפיהרער (ליוטענענט גענעראל). ער האט אנגעפיהרט מיט עטליכע ערנסטע מיליטערישע טאנק קאמפן וואס די אמעריקאנער ארמיי האט געוואונען. צוערשט אין אפריקע. ספעציעל ביי די קריטישע קאמף פון על-אלאמעין וואו די אמעריקאנער צוזאמען מיט די בריטישע כוחות אונטער די קאממענד פון גענעראל מאנטגאמערי האבן באזיגט די נאצי מיליטערישע כוחות פון גענעראל אוירווין ראממעל (ימ"ש). שפעטער איז ער אריבער זיך באטייליגן אין קאמפן פון באפרייען נארמאנדי פון די נאציס.אויך ביים סוף פון די וועלט מלחמה ווען ס'האט אויסגעזעהן פאר א שטיק צייט אז די נאציס האבן זיך געשטארקט און באזיגט די אמעריקאנער ארמיי ביי די ..."בעטטל אף די באלדזש"...אויף די ארדעננעס בערג. נאנט צו די גרעניצן פון דייטשלאנד און פראנקרייך. אויך דארט איז ער ארויס מיט א גרויסן מיליטערישן ניצחון.

נאך די מלחמה האט דער הויפט גענעראל פון די אליאירטע מיליטערישע כוחות, גענעראל דווייט אייזנהאוער איהם באשטימט אלס מיליטערישער גאווערנאר פון די געגנט/פראווינץ באוואריע.

ס'זענען געווען נאך אנדערע מיליטערישע גאווערנארס פון אנדערע געגנטער. נאר דארט, אין זיין שטח זענען געווען דער רוב בנין ורוב מנין פון די אידן אין די די. פי. (דיספלעיס'ד פערסאנס) קעמפס. די אזוי גערופענע לאגערן.

ער (גענעראל פעטטאן) האט ביי עטליכע געלעגנהייטן ארויסגעוויזן, צוליעב אומפארשטענדליכע סיבות. זיין האס און פאראכטונג פאר די אידן. איינס פון די זאכן וואס ער האט געטון איז צו לייגן מיליטערישע וואך ביי די לאגערן אז די אידישע איינוואוינערס זאללן זיך נישט קענען פריי באוועגן אריין און ארויס. דאס האט ער שפעטער געמוזט אראפנעמען ווייל דער הויפט גענעראל אייזנהאוער האט איהם באפוילן דאס צו טון. נאכדעים וואס די אידישע פיהרערס זענען זיך געגאנגען באקלאגן. אן אנדער (קרומע און אומפארשטענדליכע) זאך וואס ער האט געטון. איז באהאנדלען די נאצישע געפאנגעגע סאלדאטן זייער גוט. אויך האט ער נישט געטוישט אלע ציווילע הויפטן פון די רעגירונג וועלכע זענען געווען ביי די נאציס. א זאך וואס אלע מיליטערישע קאמאנדירן האבן יא געטון.

ער האט אויך געלאזט פאללן געפערליכע און העסליכע באמערקונגען אקעגן אידן. ער האט ביי איין פאל זיך אויסגעדרוקט. אז די זענען אזוי ווי הינט. און ער וועט זיי אזוי באהאנדלען. כלשונו הטמא...THE JEWS ARE DOGS. I WILL TREAT THEM LIKE DOGS...!

ביי אן אנדערע געלעגנהייט האבן עטליכע געשליפענע רעפארטערס, וועלכע האבן איינגעזעהן אז דא איז דא "סחורה", איהם געפרעגט וואס זיין מיינונג איז איבער די נאצישע פארטי. האט ער (נישט זייענדיג קיין גרויסער חכם) געענטפערט אז זיי זענען א פאליטישע פארטיי...זיי, די צייטונגס שרייבערס האבן פון דעם געמאכט מטעמים. זיי זענען ארויסגעקומען מיט א באמבאסטישע העדליין. אז דער גענעראל פעטטאן זאגט אז די נאצי פארטיי איז פונקט אזוי ווי די דעמאקראטן און רעפובליקאנער פארטייען...!

דאס האט אויפגעריסן ווי א באמבע.

ווען די אלע ידיעות זענען אנגעקומען צו דעם הויפט קאמאנדיר גענעראל אייזנהאוער. (אויסער זיינע קלענערע חטאים אין לויף פון די מלחמה) האט ער געוויסט אז ער מוז עפעס ערנסט טון מיט איהם. ער האט אבער געהאט א פראבלעם. סתם אזוי ארויסווארפן איהם האט ער נישט געקענט. ווייל פעטטאן איז געווען פאררעכנט פאר א גרויסן העלד אין אמעריקע. האט ער זיך (ברוב חכמתו) דערטראכט צו א פלאן. ער האט געוויסט אז פעטטאן איז להשמיד ולהרוג אקעגן די רוסישע ארמיי און רעגירונג. ער האט מיט אלע כוחות געוואלט אנהייבן א (נייע) מלחמה אקעגן רוסלאנד.

האט ער (אייזנהאוער) איהם געלאזט רופן צו א מיטינג. ער האט איהם געזאגט אז מ'גייט אנהייבן א מלחמה אקעגן רוסלאנד. נאר מ'דארף אויפבויען און טרענירן א נייע ארמיי. ביז די נייע ארמיי וועט זיין גרייט זאלל ער (פעטטאן) נעמען א וועקעישן און זיך אפרוען. ער האט מסכים געווען צו דעם. אייזנהאוער האט אינצווישן אריינגערופן איינעם א אידישן אפיציר פון די מיליטערישע אינטעללידזשענס. דער אפיציר האט גוט געוויסט פון אלע זיינע אנטיסעמיטישע אויפפיהרונג. אייזנהאוער האט איהם געזאגט..."דו ווייסט וואס דו האסט צו טון. און אויב מ'כאפט דיך (ח"ו). דארפסטו אלעס נעמען אויף דיר...!

שוין... דער פלאן איז ארויס אין די ארבעט. דער (אידישער) אפיציר איז געווארן זיין (פעטטאנ'ס) דרייווער. ער האט איהם געזאגט א יעדן אינדערפריה. גענעראל, איך בין גרייט. וואו דו ווילסט פארן וועל איך דיך נעמען...!

ויהי היום. איין טאג איז געשעהן אן.."עקסידענט". דער דזשיפ האט זיך איבערגעדרייט. די דזשיפ אויטא'ס פון יענע צייטן זענען געווען זייער נוצליך. אבער האבן זיך זייער גרינג געקענט איבערדרייען...! דער דזשיפ איז ארויפגעפאללן אויף גענעראל פעטטאן. זיין דרייווער האט געמאכט זיכער אז ער איז געפגר'ט. דאמאלס איז ער געגאנגען רופן נאך הילף. ס'זענען דא אנדערע גירסות אז ער פעטטאן האט נאך געלעבט נאכ'ן עקסידענט. אבער די גירסא איז די מערסטע פארלעסליך.

ווען די מיליטערישע אינוועסטיגעטארס האבן איהם דעם (דרייווער) אויסגעפארשט איבער די סיבה פון עקסידענט. האט ער זיי געזאגט אז גענעראל פעטטאן האט געהאט א מנהג צו ווערן זייער שטארק נתפעל פון די שיינקייט פון די נאטור וואו זיי זענען געפארן. און ער האט אייביג געצויגן זיין אויפמערקזאמקייט צו דעם. דעם טאג פון עקסידענט האט פעטטאן אויך אזוי געטון. ער, דער דרייווער האט געקוקט דארט ווי גענעראל פעטטאן האט איהם געזאגט. פלוצלינג האט ער באמערקט אז א טרעין קומט זייער נאנט צו זיי האט ער געגעבן א שנעללן דריי אוועק דעם דזשיפ. און ער האט זיך איבערגעדרייט. נעבעך ארויף אויף גענעראל פעטטאן...פארשטייצעך אז מ'האט איהם באפרייט...כן יאבדו כל אויביך, ה'...!

נ.ב.: דער הויפט קאמאנדיר גענעראל אייזנהאוער. זייענדיג א חכם הרואה את הנולד האט אויך, צוזאמען מיט עטליכע אידישע פיהרערס אויסגעדרוקט זארג אז ווען ער (פעטטאן) וועט זיך צוריקקערן קיין אמעריקע וועט ער זיך אנשליסן צוזאמען מיט אנדערע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. אזוי ווי טשארלס לינדבערג, ימ"ש. און זיי וועללן גרינדן אן אנטיסעמיטישע פאליטישע פארטיי...!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:19 am
דורך a new member here
Very interesting!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:35 am
דורך berlbalaguleh
The biography of Gen. George Patton is really a lot longer. But I skipped many unimportant details. So as not to make it too complicated.

The main point I wanted to stand out is his ill-treatment of the Jewish victims of the nazi Holocaust. And his final, regrettable and unpleasant end...!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:22 pm
דורך אלע צוזאמען
תודה רבה זיידי פאר די באשרייבונג keep it up.
'גענעראַל פעטטאן ימ''ש' איז געווארן אויסגעקליבן צו פירן טאנק דיוויזיעס ווייל ער האט זייער גוט פארשטאנען צו די נייע וואפן, ער איז אליינס אויפגעקומען מיט עטליכע דעזיינס פאר טאנקן.

נאכן מלחמה איז ער געווען אין לאגער מיט 'גענעראל אייזענהאוער' און להבדיל די קלויזענבערגער רב, די רבי האט געגעבן א ברכה פארן הויפט קאמאנדיר און אים אנגעווינטשען אז ער גייט ווערן פרעזידענט איין טאג, ס'איז געווען אן איבערזעצער וואס האט עס איבערגעטייטשט, 'פעטטאן' האט אויך געבעטן א ברכה, האט די רבי געזאגט אין אידיש, די גייסט שטארבן מיט א מיתה משונה, דער דאלמעטשער האט מורא געהאט עס צו איבערזאגן, נאך וואס די רב האט אים געהייסן, האט ער געזאגט פאר'ן גענעראל, 'די רבי זאגט אז די גייסט ווערן זייער באקאנט'.

לויט ווי איך האב געהערט, איז ער נישט געשטארבן ביים עקסידענט, נאר שפעטער אין שפיטאל איז ער אומגעברענגט געווארן דורך די אפיציר.

Re: ווער איז געווען דער גענעראל דזשארדזש ס. פעטט(א)ן?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:26 pm
דורך שערי יושר
זייער אינטערעסאנט. איך האב געליינט די בוך killing Patton פון bill oreilliy. ער האט גארנישט געשריבן פון א אידישע אפיציר. פון ווי איז די מקור פון דעי ווערסיע?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:34 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: ב"ה אז ער האט נישט געשריבן די אידישע ווערסיע. נאך דאס פעהלט אונז אויס אז דער האלבער אנטיסעמיט בילל א'ריילי זאלל עס אנשמירן אויף אידן. די אפיציעלע ווערסיע איז (בחסדי ה') אז רוסישע אדער אמעריקאנער אגענטן האבן איהם געהרג'עט אין שפיטאל. ווייל ער האט זיך געריסן מיט אלע כוחות צו פיהרן מלחמה אקעגן רוסלאנד.

די אידישע ווערסיע (וועלכע איז מער מסתבר) האביך געליינט אין אן ארטיקל אין א אידישע צייטונג. און דעם חלק פון..."עקסידענט"...האביך געליינט אין אן ענגלישן בוך איבער די צווייטע וועלט מלחמה. פון א קאמפעני וואס עקזיסטירט שוין היינט נישט. מיט'ן נאמען "גראליער ענטערפרייזעס"...פון טאראנטא, קענעדע...!

Re: ווער איז געווען דער גענעראל דזשארדזש ס. פעטט(א)ן?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:38 pm
דורך שערי יושר
אלע צוזאמען האט געשריבן:
נאכן מלחמה איז ער געווען אין לאגער מיט 'גענעראל אייזענהאוער' און להבדיל די קלויזענבערגער רב, די רבי האט געגעבן א ברכה פארן הויפט קאמאנדיר און אים אנגעווינטשען אז ער גייט ווערן פרעזידענט איין טאג, ס'איז געווען אן איבערזעצער וואס האט עס איבערגעטייטשט, 'פעטטאן' האט אויך געבעטן א ברכה, האט די רבי געזאגט אין אידיש, די גייסט שטארבן מיט א מיתה משונה
איר זאלט מיך מוזן מוחל זיין די מעשה מאכט נישט קיין ברעקל סענס. א מופת וואל איך מער געגלייבט

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:51 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: די מעשה מיט קלויזנבורגער רב זצ"ל אזוי ווי אלע צוזאמען פארציילט איז בעצם אמת. נאר א ביסל אנדערש.

דער רשע ושונא ישראל איז געקומען צוזאמען מיט (להבדיל) אייזנהאוער. ווען ער איז געקומען נעמען א ברכה פונ'ם צדיק. נאר פעטטאן (ימ"ש) איז געקומען אפשפעטן פון רבי'ן. אזוי ווי ס'האט זיך ארויסגעוויזן. אין זיינע בזיונ'דיגע קאמענטס איבער דעם רבי'ן. וואס איך וויל אפילו נישט נאכזאגן זיינע דברי בלע. דער קלויזנבורגער רבי האט געגעבן אן אמת'ע ברכה פאר אייזנהאוער אז ער וועט נאך איינמאל זיין פרעזידענט אין אמעריקע. דער רשע האט אנגעשטעלט א תמימות'דיגן, אבער שפאטישן פנים. ער האט אויך געבעטן א (בלעססינג פראם דהע ראביי). די רבי האט עס מרגיש געווען. ער האט איהם געזאגט..."דו וועסט אויך אמאל זיין זייער בארימט...מיינענדיג מיט זיין מיתה משונה...!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:06 pm
דורך סקעפטיקער
בערל, יישר כח

איך ווייס נישט פונקטליך פון ווי דו נעמסט די גירסא איבער זיין טויט און ווי קראנט דאס איז, אבער וויקיפידיע האט אן אנדערע גירסא

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:29 pm
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער: ס'איז עקסטער חסדי ה' אז די אלגעמיינע וועלט לייגט עס נישט אן אויף אידן. אז צוליעב די אידן איז ער אומגעקומען. אבער די הויפט סיבה פארוואס אייזנהאוער האט איהם אראפגעזעצט פון זיין פאזיציע איז דאך געווען איבער זיינע העסליכע און אנטיסעמיטישע קאמענטס.

ער האט אויך קאמענטירט ביי א געלעגנהייט אז ס'איז א שאד אז מ'האט אויסגעהרג'עט אזא שיינע ראסע (די דייטשן). און אויף די אידן האט ער געזאגט פונקט דאס פארקערטע.

אזוי ווי איך האב געשריבן אז אייזנהאוער וועלכער איז געווען זייער א קלוגער מענטש האט געוויסט וואספארא סכנה ער שטעלט פאר פאר די אידן. נאך דערצו. זייענדיג א גרויסער מיליטערישער העלד. און דא אין אמעריקע אליינס האט דאס אנטיסעמיטיזם שטארק געבושעוועט. איינער פון מערערע שונאי ישראל איז געווען טשארלס לינדבערג. אויך א גרויסער העלד אין אמעריקע. ס'זענען געווען ערנסטע ספעקולאציעס אז ווען פעטטאן און לינדבערג וועלן זיך אנשליסן צוזאמען און אקטיוו ארבעטן פאר שנאת ישראל.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 3:14 pm
דורך קורקלענד
דאכט זיך אז איך האב געהערט פונעם פריערדיגן דור אז ער איז געווען די מענטש ביהיינד אייזענהאוער, און אז אייזנהאוער האט מורא געהאט אז ער וועט איהם איבערשטייגן, דערפאר האט ער איהם באשמירט און באזייטיגט. איך בין נישט קיין היסטאריקער, און איך האב קיינמאל נישט געטוהן אין די נושא. אבער מאנכע זאגן אז אייזנהאוער איז געווען מער א פאליטישאן ווי א גרויסע קאפ.

Re: ווער איז געווען דער גענעראל דזשארדזש ס. פעטט(א)ן?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 5:54 pm
דורך שערי יושר
וויאזוי האט דער אפיציר געהייסן?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:דאכט זיך אז איך האב געהערט פונעם פריערדיגן דור אז ער איז געווען די מענטש ביהיינד אייזענהאוער, און אז אייזנהאוער האט מורא געהאט אז ער וועט איהם איבערשטייגן, דערפאר האט ער איהם באשמירט און באזייטיגט. איך בין נישט קיין היסטאריקער, און איך האב קיינמאל נישט געטוהן אין די נושא. אבער מאנכע זאגן אז אייזנהאוער איז געווען מער א פאליטישאן ווי א גרויסע קאפ.
קורקלענד: ייש"כ. ס'זענען טאקע דא וואס האלטן אז ס'זענען געווען גרעסערע גענעראללן פון אייזנהאוער. אזוי ווי אמאר ברעדלי. און דזשארדזש מארשאלל. נאר אייזנהאוער איז געווען דער מענטש וואס איז זיך אדורכגעקומען מיט א יעדן. ער איז אפט איינגעגאנגען אויף קאמפראמיסן כדי אנצוהאלטן דעם שלום. וואס איז געווע א שווערע זאך. ווייל, למשל דער גענעראל בערנארד מאנטגאמערי פון די בריטישע ארמיי איז אויך געווען זייער סענסיטיוו און האט געפאדערט זיין פארדינטן כבוד און אנערקענונג.

נאר זיין אראפזעצן דזשארדזש פעטטאן פון זיין פאזיציע איז געווען בעיקר צוליעב זיינע באמבאסטישע אנטיסעמיטישע דערקלערונגען. ספעציעל די העדליין (וואס ער האט נישט געזאגט דירעקט) אז די נאציס ענען אזוי ווי די אמעריקאנער פאליטישע פארטייען.

זיכער האט ער (אייזנהאוער) אויך געהאט פאליטישע חשבונות.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר האט געשריבן:וויאזוי האט דער אפיציר געהייסן?
ס'איז נישט געשטאנען אין יענעם ארטיקל. די מענטשן. ספעציעל אין מיליטערישע אינטעללידזשענס גייען קיינמאל נישט מיט זייערע עכטע נעמען. זיי מאכן אייביג אויף נייע נעמען לפי הענין והצורך...!

Re: ווער איז געווען דער גענעראל דזשארדזש ס. פעטט(א)ן?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 8:13 pm
דורך שערי יושר
berlbalaguleh האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:וויאזוי האט דער אפיציר געהייסן?
ס'איז נישט געשטאנען אין יענעם ארטיקל. די מענטשן. ספעציעל אין מיליטערישע אינטעללידזשענס גייען קיינמאל נישט מיט זייערע עכטע נעמען. זיי מאכן אייביג אויף נייע נעמען לפי הענין והצורך...!
ווייסעך נישט. איר דארפט ברענגען עפעס א שטיקל link וואס רעדט פון דעי טעאריע

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:10 pm
דורך petergrifin
Sorry for writing in english.
There's a movie/documentary of General Patton. It is an amazing story of a person who worked thru his own hardships to get to his rank and accomplishments. There is no doubt that due his planning and actions the war ended earlier which of course saved many lives of the allied troops and of Yidden. Its true he was a anti-Semite and that he argued that now - after the war the allies should go along with Germany the Nazis and fight a weakened Soviet Russia as we have the men and equipment to fight vs coming back in decades to fight the communists.
In the movie they have one of the greatest opening of a collection of Patton's lines.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PSPGd991xCY&t=6483s[/youtube]

Re: ווער איז געווען דער גענעראל דזשארדזש ס. פעטט(א)ן?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:54 pm
דורך שערי יושר
berlbalaguleh האט געשריבן:שערי יושר: די מעשה מיט קלויזנבורגער רב זצ"ל אזוי ווי אלע צוזאמען פארציילט איז בעצם אמת. נאר א ביסל אנדערש.

דער רשע ושונא ישראל איז געקומען צוזאמען מיט (להבדיל) אייזנהאוער. ווען ער איז געקומען נעמען א ברכה פונ'ם צדיק. נאר פעטטאן (ימ"ש) איז געקומען אפשפעטן פון רבי'ן. אזוי ווי ס'האט זיך ארויסגעוויזן. אין זיינע בזיונ'דיגע קאמענטס איבער דעם רבי'ן. וואס איך וויל אפילו נישט נאכזאגן זיינע דברי בלע. דער קלויזנבורגער רבי האט געגעבן אן אמת'ע ברכה פאר אייזנהאוער אז ער וועט נאך איינמאל זיין פרעזידענט אין אמעריקע. דער רשע האט אנגעשטעלט א תמימות'דיגן, אבער שפאטישן פנים. ער האט אויך געבעטן א (בלעססינג פראם דהע ראביי). די רבי האט עס מרגיש געווען. ער האט איהם געזאגט..."דו וועסט אויך אמאל זיין זייער בארימט...מיינענדיג מיט זיין מיתה משונה...!
און קורצן: דער קלויזענבורגער האט עם געגעבן א ברכה אז ער וועט זיין בארימט.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:00 am
דורך berlbalaguleh
נאר אין א נישט גוטן וועג...!

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:07 am
דורך berlbalaguleh
petergrifin האט געשריבן:Sorry for writing in english.
There's a movie/documentary of General Patton. It is an amazing story of a person who worked thru his own hardships to get to his rank and accomplishments. There is no doubt that due his planning and actions the war ended earlier which of course saved many lives of the allied troops and of Yidden. Its true he was a anti-Semite and that he argued that now - after the war the allies should go along with Germany the Nazis and fight a weakened Soviet Russia as we have the men and equipment to fight vs coming back in decades to fight the communists.
In the movie they have one of the greatest opening of a collection of Patton's lines.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PSPGd991xCY&t=6483s[/youtube]
petergriffin: No matter what his (Patton's) accomplishments were on the battlefield, he was a virulent and dangerous anti- Semite. And pro Nazi. He deserved to be removed and eliminated. Because he was a clear and present danger to the much- suffering Holocaust survivors. And to all Jews...!

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 3:03 pm
דורך כספי
זייער שיין און אינפארמאטיוו הרב בערל, קיינמאל געוויסט דאס אלעס, אייביג געהערט פון זיין העלדישקייט און בראווקייט

ער איז וועם מ'האט גערופן בלאאד ענד גאטס? ער האט אויך געצווינגען די לאקאלע ארום בוכנוואלד, וואס האבן געטנה'ט אז זיי האבן נישט געוואוסט פון דעם לאגער, צו גיין אין לאגער און באגראבן די טויטע יודן, ניין? דעמאלטס איז ער נישט געווען אזא אנטיסעמיט, און וועגן דאס וואס ער האט איינגעשפארט די יודן אין לאגער, ס'איז ידוע אז די לאגערן וואס זענען אריינגעפאלן אין די הענט פון די ענגלישע כוחות זענען געווען די בעסטע, די אמעריקאנער האבן באגאסן די יודן מיט עסן וואס האט כידוע ליידער געהרג'עט אסאך יודן, און די רוסישע איז פשוט זענען דאך אריינגעפאלן אונטער די קאמוניסטישע נעגל, אבער די וואס זענען אריינגעפאלן ביי די ענגלענדער וואס האבן גלייך געגעבן עסן מיט א חשבון, האבן געהאט די בעסטע אויסזיכטן פון אלע איבערלעבערס, סוי ס'מאכט סענס אז גענעראל פעטטאן וואס איז געווען א שטרענגער מענטש (פון דעם קומט דאך זיין צונאמען בלאד ענד גאטס, ווי ער פלעגט ווארענען זיינע סאלדאטן 'עטס וועטס גיין ביז די קניען אין בלוט' פארן ארויסגיין אין קריג) האט אנדערש ווי די אנדערע אמעריקאנער וואס זענען פארלוירן געווארן פון זייער רחמנות און הרגשים און האבן געגעבן די יודן צו עסן אן קיין חשבון, האט ער זיך געשטארקט איבער זיינע הרגשים און פארשטאנען אז ער דארף אויפאסן אויף זיי

נאכאמאל איך ווייס נישט אויב אונז רעדן אויפן זעלבן מענטש, און דאס איז אויך זיכער אז ער האט געזאגט אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס, נאר קען זיין די מעשה פון די לאגערן, קען זיין ער האט געהאט א גוטע סיבה

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
כספי: ייש"כ. נאר עטליכע פרטים זענען א ביסל אנדערש ווי דו האסט עס ארויסגעברענגט.


ס'איז אמת אז גענעראל דזשארדזש פעטטן איז געווארן אינגאנצן אויפגעשוידערט און שאקירט ווען ער האט געזעהן וואס די נאציס, ימ"ש האבן געטון צו די אידן. אזוי ווייט אז ער האט געבראכן. נאר דעם באפעל צו ארויסברענגען די שכינות'דיגע איינוואוינערס פון ארום דעם לאגער אז זיי זאללן זעהן אן אויך העלפן באגראבן די פיהל טויטע קערפערס האט געגעבן גענעראל אייזנהאוער. נישט פעטטאן. אויך. פעטטאן האט געמאכט עטליכע העסליכע אנטי-אידישע און פרא-נאצישע סטעיטמענטס. ער האט געזאגט אז...די אידן זענען הינט. און איך וועלל זיי באהאנדלען (טריעטן) ווי הינט. אויך האט ער אלס מיליטערישער גאווערנאר נישט ארויסגעווארפן אלע (געוועזענע) נאצישע באאמטע פון די (לאקאלע) רעגירונג. א זאך וואס א יעדער מיליטערישער גאווערנאר (פון אלע אליאירטע ארמייען) האט געטון. ער האט אויך געזאגט א משוגע'נע סטעיטמענט אז...די דייטשע זענען א שיין פאלק. און ס'איז א שאד וואס מ'האט זיי געהרג'ט.