בלאט 1 פון 2

מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער ז"ל

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:07 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'בין בכלל נישט קיין ליינער פונעם מאמענט, איך האב אפשר געקויפט דעם מאמענט מאגאזין א קיימא לן פון פינף מאל, אדער אפשר דאס אויך נישט. נאר די וואך ווען כ'בין געווען אין גראסערי איינקויפענדיג מיין שבת ארדער און געקויפט דעם עמי און משפחה מאגאזינען איז מיר אקעגן געקומען א שיינעם גרויסן בילד פון איינע פון מיינע פעוואריט אידישע חסידישע זינגערס ר' מיכאל שניצלער ז"ל וואס איז נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז אזוי יונג און פלוצלינג אויפ'ן דעקל פון דעם מאמענט. האב איך עס טאקע געקויפט און דורכגעליינט.

וואס זאל איך אייך זאגן מיינע טייערע חברים, יעדע ווארט האב איך געטרינקען מיט דארשט, הערליך באשריבן. אבער.... אבער ס'האט מיך גאר שטארק געבאדערט ווי ער באשרייבט אלעס מיט פרטים און פרטי פרטים, און מיט אלע אנדערע זינגערס מיט וועם ער האט זיך אזוי נאענט געהאלטן, און נייע יונגערע זינגערס וועם ער האט ארויפגעקוקט, ווי צום ביישפיל שמואלי אונגאר מיט מאטי אילאוויטש.

אינטערעסאנט אבער פון וועם דער שרייבער מאכט זיך בכלל נישט וויסנדיג - פון דעם אלעמען באקאנטן טאלאנפולן זינגער ליפא שמעלצער!! כאילו ער עקזיסטירט נישט אינעם עולם הנגינה!! און כאילו די צוויי, ר' מיכאל מיט להבחל"ח ליפא האבן זיך בכלל נישט געקענט, זיי האבן גארנישט געהאט איינער מיטן צווייטן! נאר איינמאל אינמיטן די ארטיקל טוט דער שרייבער ערווענען ליפא שמעלצער, אבער אויך נישט אין א פאזיטיווע ליכט נאר ענדערש נעגאטיוו, אט איז די לשון פון דעם שרייבער וואס ברענגט אויסצוגן פון א אינטעריוויוו וואס ער האט געהאט מיט ר' מיכאל א צייט פריער:

"שאלה: האט איר שוין אמאל אפגעזאגט א ניגון פון אריינגעשטעלט ווערן אין דער סעריע?
ענטפער: געוויס אזוי. איך קלויב מיך שטארק. נישט אלע ניגונים נעם איך. א ביישפיל פון א ניגון וואס איך האב נישט גענומען איז דער "זה חליפתי" ניגון פון ליפא.

ליפא האט זייער שווער געארבייט דערויף, און כאטש ס'איז זייער א שיינער ניגון האב איך עס אפגעזאגט. ליפא האט עס למעשה גענומען פאר זיין אייגענער אלבום און דעמאלטס האט ער מיר געשריבן דעם מאן יימר ניגון אנשטאט." ע"כ.

יעצט זאל מיר קיינער נישט קומען פארקויפן אז ר' מיכאל האט נישט גערעדט קיין אנדערע פיפס וועגן ליפא שמעלצער אין יענע אינטערוויו און ער האט א קנאפער שייכות געהאט מיט ליפא'ן ווייל דער אמת איז פארקערט, ליפא האט געשריבן היפש ניגונים וואס ר' מיכאל האט אנגעוויזן דערויף, און נאכדעם זענען פארהאן עטליכע וואס ליפא האט פארגשריבן און ר' מיכאל האט עס געזינגען און געלייגט אין זיינע אידישע אלבומ'ס בעילום שם המחבר משום סיבות הלא ידוע.

‏נאך מער האט מיר וויי געטוהן ווי דער שרייבער פון ארטיקל ברענגט ארויס די נאענטשאפט וואס ר' מיכאל האט געהאט מיט מאטי אילאוויטש אז ר' מיכאל האט עם געלאדענט צו איינע פון זיינע קינדער'ס חתונה, אז מאטי זאל אויפרופן ר' מיכאל צום טאנצן מצוה טאנץ. אבער וואס דער שרייבער דערציילט נישט און וויל נישט דערציילן אז ר' מיכאל האט אויך גערופן ליפא שמעלצער ווען ער האט חתונה געמאכט זיין יונגסטע קינד ליפא זאל אים אויפרופן צום מצוה טאנץ!

וואס מיינסטו שרייבער, דו מיינסט טאקע אז די ליינער זעען נישט און שפירן נישט דיין איינזייטיגקייט? דיין פרעדזשידוס וואס דו האסט קעגן ליפא שמעלצער?? צו וואס ברויכן אריינגעלייגט ווערן פאליטיק און ווייטאג אין אן ארטיקל ווי ס'ווערט באשריבן אונזער טייערער בעל מנגן און ווארעמער פאזיטווער (כלשונך) ר' מיכאל שניצלער ז"ל? צו וואס פעהלט עס אויס? סתם צו וויי טאן א איד??

כ'געדענק נאך ווען כ'בין א קינד און אלץ בחור אין די זיבעציגער און אכציגער יארן ווען דער דאמאלטסדיגער יונגער און פרישער בעל מנגן מרדכי בן דוד האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ זינגער, האבן די גאר פרומע סאטמערע געפירט א מלחמה קעגן זיינע ניגונים און חוזק געמאכט דערפון, ווי זיי זענען צעווילדעוועטע גוי'אישע ניגונים. און ווי אויך פון שלמה קארלבאך. למעשה היינטצוטאגס זענען מרדכי'ס ניגונים שטארק אנגענומען אומעטום און פון ר' שלמה קארלבאך סטייל אידאך אפגערעדט, וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט זענען דא קארלבאך סטייל מנינים.

‏וואו אהין זענען די אלע פרומע קנאים אנגעקומען מיט זייערע ציללאזע און ענדלאזע מלחמות קעגן מרדכי? שלמה'לע? אברהם פריד?

שרייבער זיסער, געדענק אז דער זעלבער גאט וואס האט געשאנקען ר' מיכאל, און להבחל"ח שמואלי אונגאר, מאטי אילאוויטש, און נאך אנדערע וועם דו רעכנסט אויס אינעם ארטיקל מיט זייערע אויסטערלישע טאלאנטן, דער זעלבער גאט האט אויך געבענטשט ליפא מיט זיינע טאלאנטן צו וואס פעלט אויס צו מונע זיין טוב מבעליו??

ס'איז ווייטאגליך!!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:22 am
דורך קאצקע ציקער
Number 2

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:24 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. דו ביסט 100% גערעכט. ווי ס'זעהט אויס האט דער שרייבער עפעס א פריוואטן חשבון מיט ליפא. וועלכער איז אייביג, בחייו, און אפילו נאך זיין פטירה געווען זייער אנזעהבאר מיט ר' מיכאל ע"ה.

נאר אלס א זייטיגע באמערקונג. ווי איך האב שוין דערמאנט אין אן אנדער'ן אשכול. אז די שטילשווייגעניש פון הרב הצדיק ר' ר' מרדכי בן דויד ווערדיגער שרייט עד לב השמיים. ער האט נישט געזאגט קיין איין ווארט אדער געגעבן אן אינטערוויו בקשר מיט די פטירה און דאס לעבן פון ר' מיכאל, ע"ה.

איך האב איהם (דעם נייעם צדיק הדור) נאך געקענט אין זיינע יונגע יארן. איך ווייס יא וואס פארא הימלישער איד ער איז געווען...!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:24 am
דורך קאצקע ציקער
ליפא איז דעמאלטס געווען אביסל פראבלאמאטיש און וואס האסטו געוואלט די שרייבער זאל טון עים שיין באשרייבן וואלט ארויסגעקימען איסורים אויפן מאמענט אפילו דעי צוויי מאל איז אויך שיין פון זיי

סא איך קען פארשטיין די שרייבער

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:28 am
דורך מתבודד
אינטרעסאנטע אבזערוואציע.

למעשה, די עיקר אינטערוויו איז א אויסצוג פון א ארטיקל פאר אכט יאר צוריק, דעמאלט איז נאך ליפא געווען אין א אנדערע 'סטעיזש' ווי היינט און למעשה האט די מאמענט געדארפט וואטשן נישט צו טרעטן אויף די נערוון פון א.ג. רבנים. כ'בין זיכער אז אויב וואלט די אינטערוויו היינט פארגעקומען וואלט ער מער אריינגעלייגט פון ליפא.
גראדע אין מאמענט + ברענגט יצחק עקשטיין נאך א שטיקל פון ליפא'ס הספד.

אין מיין אפיניען האט די מאמענט געמאכט א פיינע ארבעט.

--
@קאצקע ציקער האקט ענליך

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:50 am
דורך יין שרף
ווער איז די שרייבער פון די ארטיקל?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:53 am
דורך קאצקע ציקער
יין שרף האט געשריבן:ווער איז די שרייבער פון די ארטיקל?
אליעזר ראזען

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 3:05 am
דורך די אנדערע זייט
קאצקע ציקער האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:ווער איז די שרייבער פון די ארטיקל?
אליעזר ראזען
אז ס'איז ליעזר איז זיכער אז ס'איז בכוונה
די שאלה איז נאר פארוואס?
ווי ווייט איך ווייס האט ער גארנישט פערזענדליך קעגען איהם

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 10:47 am
דורך צקון לחש
אין די וואך מאגאזין איז געווען בילדער פון עטליכע הספדים אבער פארשטייט זיך אז נישט פון ליפא'ס.
וואס איך פארשטיי נישט איז, וואספארא טענות קען מען האבן אויף א שרייבער ווען ס'איז קלאר אז די אויסגאבעס האבן פרעשור פון די הנהגה.
דא כאטש קענען מיר אלע אויסרופן: Lipa we love you dearly.

Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 10:54 am
דורך צוזאמגעדרייט
ליפא שמעלצער איז שוין געהעריג אין די סיסטעם, מען האט אים שוין ארויפגעברענגט אויף קול מבשר (וואס וואטשט זיך נאך דאס מערסטע), עס וואלט גארנישט פאסירט אויב מען וואלט אים נישט אויסקורסירט.

Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:12 pm
דורך שערי יושר
די וואך האט ארויסגעגעבן א עקסטערע גליון מיט די מילים פון ר' מכאל'ס אידישע ניגונים. דער בחור'ס צוואה איז ארויסגעפאלן פון דרוק

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:21 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שערי יושר האט געשריבן:די וואך האט ארויסגעגעבן א עקסטערע גליון מיט די מילים פון ר' מכאל'ס אידישע ניגונים. דער בחור'ס צוואה איז ארויסגעפאלן פון דרוק
מן הסתם איז נישט געווען גענוג טינט אדער פאפיר.

Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:32 pm
דורך שערי יושר
צוליב א טעכנישע סיבה

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:34 pm
דורך חדשים
צקון לחש האט געשריבן:אין די וואך מאגאזין איז געווען בילדער פון עטליכע הספדים אבער פארשטייט זיך אז נישט פון ליפא'ס.
וואס איך פארשטיי נישט איז, וואספארא טענות קען מען האבן אויף א שרייבער ווען ס'איז קלאר אז די אויסגאבעס האבן פרעשור פון די הנהגה.
דא כאטש קענען מיר אלע אויסרופן: Lipa we love you dearly.
די וואך מילא, ער האט זיך שוין לאנג געבראכן צו טעראר און גענומען א משגיח צו איבערקוקן זיין מאגאזין, אזוי ארום לאזט מען אים פארקויפן אין קר”י. זיינע הענט זענען סייווי געבונדען. משא”כ פון מאמענט וואס ברעכט זיך נישט פון טעראר אפיציעל, ערווארט מען א העכערע ניווא.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:36 pm
דורך מר. קלונימוס
חדשים האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:אין די וואך מאגאזין איז געווען בילדער פון עטליכע הספדים אבער פארשטייט זיך אז נישט פון ליפא'ס.
וואס איך פארשטיי נישט איז, וואספארא טענות קען מען האבן אויף א שרייבער ווען ס'איז קלאר אז די אויסגאבעס האבן פרעשור פון די הנהגה.
דא כאטש קענען מיר אלע אויסרופן: Lipa we love you dearly.
די וואך מילא, ער האט זיך שוין לאנג געבראכן צו טעראר און גענומען א משגיח צו איבערקוקן זיין מאגאזין, אזוי ארום לאזט מען אים פארקויפן אין קר”י. זיינע הענט זענען סייווי געבונדען. משא”כ פון מאמענט וואס ברעכט זיך נישט פון טעראר אפיציעל, ערווארט מען א העכערע ניווא.
א העכערע ניווא ווי למשל רעדן פון אינסטגרם פאלאוערס ביי א לויה?...

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:54 pm
דורך צקון לחש
מר. קלונימוס האט געשריבן:א העכערע ניווא ווי למשל רעדן פון אינסטגרם פאלאוערס ביי א לויה?...
א העכערע ניווא פון נישט דולדן די פאקט פון אינסטעגרעם פאלאוערס

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:04 pm
דורך מתבודד
איך ווייס נישט וואס די עולם וויל דא. איך ליין די מאמענט וועכנטליך און ווער יעדע וואך עקסטער איבערראשט פון זייער קוראזש צו שרייבן - אין די שורות ווי צווישן די שורות - כל מיני זאכן און איבער כל מיני נושאים וואס איז אריבער די גרעניץ פון די היימישע אומאפציעלע אבער פעסט אוועקגעשטעלטע צענזור.

איך מיין ס'קומט זיך זיי גאר אסאך קרעדיט דערפאר.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:26 pm
דורך יאסל ראקאווער
שערי יושר האט געשריבן:די וואך האט ארויסגעגעבן א עקסטערע גליון מיט די מילים פון ר' מכאל'ס אידישע ניגונים. דער בחור'ס צוואה איז ארויסגעפאלן פון דרוק
איך האב גערעדט צן די מגיה, די בחור'ס צוואה באלאנגט נישט אויף די שבת טיש. מיכאל אליין איז איבער געגאנגן די רשימה פון ניגונים מיט די רעדאקטער פון סעודניו זמירות (די מוציא לאור פון די קונטרעס הניגונים אין "די וואך") און ער האט געשפירט אז ס'באליינגט נישט אין א זמירות. ומצווה לקיים "צוואה" המת.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:37 pm
דורך מר. קלונימוס
ווער און וואס איז סעודניו

Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 5:48 pm
דורך שערי יושר
מר. קלונימוס האט געשריבן:ווער און וואס איז סעודניו
א שבת זמירות

Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 6:15 pm
דורך כניאק
מר. קלונימוס האט געשריבן:ווער און וואס איז סעודניו
מיילך גראס געט ארויס א זמירות וואס האט די ווערטער פון רוב אידישע ניגונים.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 9:28 pm
דורך היכי דמי
עס איז מיר געווען א חידוש אז איינס ביי איינס אלע אויסגאבעס האבן ארויסגעשניטן ליפא די וואך. איך גלייב עס איז דא א דירעקטע סיבה, קען זיין טאקע צוליב די אינסטעגרעם דערמאנונג אזויווי איינער האט דא אויבן דערמאנט. סיי מאמענט און סיי די וואך האבן געהאט בילדער פון אלע מספידים אויסער אים.

עס איז מיר אינטערסאנט, ווייל ער איז געווען די הספד וואס יעדער האט גערעדט פון. עס איז געווען די הויפט נייעס פון די וואך.

שאלה איז צו זיי זענען גערעכט אדער נישט, למעשה האט ליפא פיין ארויסגעקאלירט פון זיין הספד כפי לשון קדשו.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:23 am
דורך berlbalaguleh
היכי דמי: דו קענסט עס אנרופן קאנספיראציע. אבער ס'איז דא. ס'עקזיסטירט. וואס די סיבה דערצו איז ווייס איך (און דו) נישט.

ליפא איז נישט דער זעלבער מענטש וואס ער איז געווען ביז מיט 2-3 יאר צוריק. ער איז א סאך ערנסטער געווארן. מפני מעשה שהיה. ער האט געהאט א נס. ווען ער איז געראטעוועט געווארן פון א פייער. פארוואס די אידשע מידיא צענזורירט איהם נאכאלץ, פארשטיי איך נישט.