בלאט 1 פון 1
ר' דניאל כץ
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 3:02 pm
דורך ישר בעיניו
לעצטענס האב איך געטראפן א וועבסייט פון ר דניאל כץ elevationproject.com
ער זאגט אז יעדער קען צוקומען צו דביקות דאס הייסט א out of body עקספיריענס אזוי ווי ווען מען נעמט אייאוואסקא א.ד.ג
און נישט נאר צדיקים קענען אנקומען צו דעם אזוי ווי מען האט אונז אויסגעלערנט אין חדר
איז דא איינער אין שטיבל וואס איז שוין אדורך די Journey?
Re: ר' דניאל כץ
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 7:58 pm
דורך שערי יושר
וואס איז דאס אייעוואסקע?
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 8:45 pm
דורך ספינקא
וזהו ואתם הדבקים כו' כולכם, ר"ל שזה דבר השוה לכל ישראל שאפשר לו לדבק עצמו בהבורא יתעלה כמו דאיתא אפילו עבד אפילו שפחה.
- נועם אלימלך ליקוטי שושנה ד''ה ואתם
ולהמליך הקב"ה בכל אתר כמו שאמר הבעש"ט נבג"מ ובקשתם משם את ה' וגו' ומצאת, משם דייקא, במקום שהוא באיזה מדריגה שיהיה, משם תמצא את ה' אלקיך ויוכל להתדבק בה',
- מאור עינים השמטות ד''ה ועשית
רבינו הק' מספינקא זיעועכ''א אמר מה דידוע דכל כלל ישראל מקיים מצות שמו"ת והמנהג לומר לפניו הפסוק ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום כדי להראות דבחלק התורה הזה (של שמו"ת) כולנו שווים וכ"א מבנ"י שייך אליו, כך דביקות בה' הוא גם כן שייך לכל ישראל.
- מפי השמועה
ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום, שח האדמוה''ז הרה''ק רבי יצחק מבוהוש זצוק''ל, ג' טעותים טועים העולם בענין הדביקות וע''כ נשארים מבחוץ. א', בחושבם שענין הדביקות שייך לעולם העליון בגן עדן אחר המיתה, ב', בחושבם דשייך רק לצדיקים וקדושים ולא לאנשים פשוטים כמותו, ג', בחושבם אפשר לעת זקנה ושיבה יהי' שייך ענין הדביקות.
וע''ז אמר הכתוב ואתם הדבקים בה' אלקיכם 'חיים' 'כולכם' היום', דענין הדביקות מיישך שייחה 'בחיים' 'ולכל אחד' 'והיום' תיכף.
- ספר הכיסופין
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 8:48 pm
דורך ספינקא
ישר בעיניו האט געשריבן:לעצטענס האב איך געטראפן א וועבסייט פון ר דניאל כץ elevationproject.com
ער זאגט אז יעדער קען צוקומען צו דביקות דאס הייסט א out of body עקספיריענס אזוי ווי ווען מען נעמט אייאוואסקא א.ד.ג
און נישט נאר צדיקים קענען אנקומען צו דעם אזוי ווי מען האט אונז אויסגעלערנט אין חדר
איז דא איינער אין שטיבל וואס איז שוין אדורך די Journey?
לויט ווי איך פארשטיי רעד איר פון הפשטה
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 10:05 pm
דורך Hashemschild
תכלית, וואס זאגט ער? וויאזוי טוט מען עס?
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:48 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
Hashemschild האט געשריבן:תכלית, וואס זאגט ער? וויאזוי טוט מען עס?
זיין מהלך איז ׳מעדיטאציע׳ בעצם איזעס בכלל נישט קיין גרינגע זאך זיך צו דערלערנען, מאידך גיסא זעט מיר אויס ווי ער איז גאר א פיינע פרעזענטער...
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 9:40 am
דורך שרייבען
ישר בעיניו האט געשריבן:לעצטענס האב איך געטראפן א וועבסייט פון ר דניאל כץ elevationproject.com
ער זאגט אז יעדער קען צוקומען צו דביקות דאס הייסט א out of body עקספיריענס אזוי ווי ווען מען נעמט אייאוואסקא א.ד.ג
און נישט נאר צדיקים קענען אנקומען צו דעם אזוי ווי מען האט אונז אויסגעלערנט אין חדר
איז דא איינער אין שטיבל וואס איז שוין אדורך די Journey?
איז עס דער וואס מאכט workshops פאר 4 טעג ווי מען טיט meditation?
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 9:58 pm
דורך ערנסטגערעדט
ישר בעיניו האט געשריבן:לעצטענס האב איך געטראפן א וועבסייט פון ר דניאל כץ elevationproject.com
ער זאגט אז יעדער קען צוקומען צו דביקות דאס הייסט א out of body עקספיריענס אזוי ווי ווען מען נעמט אייאוואסקא א.ד.ג
און נישט נאר צדיקים קענען אנקומען צו דעם אזוי ווי מען האט אונז אויסגעלערנט אין חדר
איז דא איינער אין שטיבל וואס איז שוין אדורך די Journey?
איך בין עס נישט דורך אבער איך האב אויסגעהערט און געקוקט זיינע ווידיאוס פאר א וויילע
זיין פערזענליכע היסטאריע איז אויך נישט פשוט
ער מאכט עס בעיקר דורך מעדיטעישען
די עולם ביי די ווארקשאפס וואס מזעהט אין די ווידיאוס איז משוגע diverse
די מעין פראבלעם מיט ווארקשאפס אין דזשענערעל איז אז סאיז צומאל אזויווי א דרשה. מווערט מוראדיג פארגאפט אויפן מינוט אבער סוכ״ס בלייבט מען נישט מיט קיין סאך
נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 5:37 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 2:20 pm
דורך שרייבען
Coming soon