בלאט 1 פון 4

דער מוזיק ארעינדזשער ישראל לאם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:29 pm
דורך חאצקל
ישראל לאם, אן ארעידזשער וואס האט שוין בעארבעט און קאנדאקטעט שווערערע טויזנטע ניגונים אין די פארגאנגענע פערגציג יאר מיט א געוואלי
דיגע הצלחה, ווי איינע פון די גרעסטע פראפעסארן אין מוזיק, און גייט נאך אן מיט א שטארקייט ולא נס ליחו

וואס זאגט איר אויף זיין מוזיק?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:35 pm
דורך טראכט
איך גלייך זייער זיינע שטאטע ארענדזשמענטס, אבער די שנעלע צוהט מיר עפעס נישט,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:44 pm
דורך חאצקל
דאס איז זייער אינטרעסאנט, אז טראץ וואס ער איז א אייזן שטארקע ארעידזשער, פארמאגט אבער זיין מוזיק נישט קיין כח המושך, ס'פעלט עפעס אינערליכע טעם. אויך האט ער לפי ידיעתי נישט קיין סך פארברענטע "פענס" ("חסידים" אין מאמע לשון) פאר זיין מוזיק אויף סידיס, אין פארגלייך צו מונה, רובי, און אפילו לאופר

אבער לאמיר זיך נישט נארן, ער איז א ריז אין מוזיק, ס'איז איבעריג אויסצורעכענען זיינע מעלות, ווייל ער איז אן ספק א ריזן פראפעסער אין מוזיק, מ'קען אים מיט רעכט אנרופן דער שטארקסטער ארעינדזשער, יעדע ניגון איז געבויט לתלפיות, ער מאכט פון יעדער סארט ניגון עפעס א זאך, נישט קיין נפ"ק צו ס'איז א גוטע ניגון צו נישט, עס בלייבט נישט לעכעריג, און אלעס וואס קומט ארויס פון זיינע הענט איז א דבר השלם, ס'איז אפגעשפילט , און אבער געשפילט,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:53 pm
דורך שמעקעדיג
הרישא סותר לסיפא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:54 pm
דורך חאצקל
פארוואס?

he is the best

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:33 am
דורך gehlungen
We all have to admit that Yisroal Lam was always a phenomenal talented band leader. And he was takeh the band leader at most concerts or live performances no difference how big the event.or how small the event. In the 70. 80 90 it was always yisroal lam as the band leader

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:05 am
דורך טראכט
די לעצטע פאר יאר האט ער זיך ציזאמגעשטעלט מיט די אהרן טייטלבוים ארקעסטרע, און ווי ער פירט אן (קאנדאקט) די בענד ווי אויך שפילט ער צימאל טראמפעט, הערליך שיין! (איך רעד בעיקר פין די שטאטע נגינים, הגם שנעלע איז ער אויך נישט אוועקצימאכן, נאר ס'איז נישט מיין טעיסט פאר א חתונה)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:46 am
דורך טעפל
אסאך מאל לייגט ער איין א גאנצען מעלאדיא ביים הקדמה...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:15 pm
דורך גלות יוד
איך האלט אז ישראל לאם האט זיך אויסגלערנט מוזיק, ער שפילט לויט די באאק, ער איז נישט קיין גרויסע מחדש, שפילט זיך אסאך ארום מיט סטרינגס כאילו עס קומט אריין ביי יעדע ניגון, ער אררענזשד ווי א יעקע, ער איז נישט out of the box, בקיצור איך האלט ער איז פון די שוואכערע אררענזשערס פון פאריגען דור, פון די היינטיגע רעד איך אפילו נישט זיי זענען גארנישט ווערד, ביי מיר איז דא נאר איינער מאנא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:43 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין נישט דער גרעסטער חכם און מבין, און יעדער וואס קען בעסער ווי מיר איז א ג'יניעס.

איך האב זיי אלע ליב. אבער ווען איך הער די אלע מיאמי אלבומ'ס, מנעורי עד היום הזה, קען איך נישט בלייבן גלייכגילטיג און נישט אויסדרוקן מיין באוואונדערונג אויף די מוזיק.
איך פערזענליך ווער משוגע דערויף.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:48 pm
דורך זר זהב
ווער אראנדזשירט ביי מיאמי?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:10 pm
דורך טראכט
גלות יוד האט געשריבן:איך האלט אז ישראל לאם האט זיך אויסגלערנט מוזיק, ער שפילט לויט די באאק, ער איז נישט קיין גרויסע מחדש, שפילט זיך אסאך ארום מיט סטרינגס כאילו עס קומט אריין ביי יעדע ניגון, ער אררענזשד ווי א יעקע, ער איז נישט out of the box, בקיצור איך האלט ער איז פון די שוואכערע אררענזשערס פון פאריגען דור, פון די היינטיגע רעד איך אפילו נישט זיי זענען גארנישט ווערד, ביי מיר איז דא נאר איינער מאנא.

ניטאמאל א פארגלייך צו מונה, מונה איז א דורכגעווייקטע מיוזישאן, ארנעדזשער, קאמפאזער, זינגער, שפילער אויף א שיינע פאר אינסטראמענטס, און וואס נישט?!!.. איך מיין אז פאר אים פארדינט זיך א באזינדערע אשכול דא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:39 pm
דורך חאצקל
זר זהב האט געשריבן:ווער אראנדזשירט ביי מיאמי?


אויף די מיאמי אלבום'ס ארעינדזשן די דריי אלטע קעניגן, לאם, לאופער און מונה.

די ערשטע צוואנציג יאר האט פרחי מיאמי בעיקר געניצט ישראל לאם און צו מאל אויך לאופר, אין די לעצטע פופצן יאר ווען מיאמי פרחי האט אנגעהויבן צו ניצן עטליכע ארעידזשער פאר איין טעיפ איז אריין געקומען אויך מונה אין די פיקטשער, וואו ער בעארבעט אין יעדע סידי עטליכע ניגונים, צווישן זיי דער פאפולערער ניגון "רוח", "אדיר היה" "שנים עשר אלף תלמידי ר' עקיבא" און דער דראמא פון אליהו בהר חורב (בערך 14 יאר צוריק [אן זעלטענע ארעידזשמענט וואס מ'הערט כמעט נישט]) און נאך.

אין די לעצטיגע סידי'ס, ארעידזשט אויך דער פירער פון פרחי מיאמי, "מר ביגאן" זעלבסט און צומאל מר. ריגלער (אן ארעידזשער פאר שטייטע ניגונים, ער האט ארעידזשט "שמע ישראל" פון שוואקי), אין צוגאב צו די דריי דערמאנטע ארעידזשערס, מונה לאופר און לאם.

ווידער ביי די מיאמי קאנצערטן, איז רוב מאל דער קאנדאקטער ישראל לאם, אבער ער לאזט עס ווי די ארגינעלער ארעידזשמענט, צו ס'איז פון אים אדער פון לאופר אדער מונה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:04 pm
דורך חאצקל
טראכט האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:איך האלט אז ישראל לאם האט זיך אויסגלערנט מוזיק, ער שפילט לויט די באאק, ער איז נישט קיין גרויסע מחדש, שפילט זיך אסאך ארום מיט סטרינגס כאילו עס קומט אריין ביי יעדע ניגון, ער אררענזשד ווי א יעקע, ער איז נישט out of the box, בקיצור איך האלט ער איז פון די שוואכערע אררענזשערס פון פאריגען דור, פון די היינטיגע רעד איך אפילו נישט זיי זענען גארנישט ווערד, ביי מיר איז דא נאר איינער מאנא.

ניטאמאל א פארגלייך צו מונה, מונה איז א דורכגעווייקטע מיוזישאן, ארנעדזשער, קאמפאזער, זינגער, שפילער אויף א שיינע פאר אינסטראמענטס, און וואס נישט?!!.. איך מיין אז פאר אים פארדינט זיך א באזינדערע אשכול דא


פארגעסט נישט אז ישראל לאם איז אחראי אויף א סך גאר פאפולערע אלבומען אדער איינצעלע ניגונים, צ.ב.ש. דאבל אלבום פון מבד (16 ניגונים) וואס איז א לעגנדארער טעיפ, איז כמעט אלעס זיין מוזיק (אויסער שמחם וואס איז דורך לאופר) הגם די קווייער איז פון מונה, "אמן ואמן" איז זיין מוזיק. דער ניגון פון שוואקיס טעיפ אם אשכחך איז זיין ארענידזשמענט.

ער איז זייער פאפולער ביי די פרחי טעיפס (מיאמי עטליכע טעיפס, ישיבה בויס 1 אדער 2 טעיפס, פרחי לונדון 2 אדער 3 טעיפס, פרחי קעמפ שלוה פון מ. גאלדמאן 5 טעיפס ועוד), און ביי קינדער טעיפט אויף ענגליש און אפילו אידיש (איך בין שוין גרויס 2 חלקים, די אלף בית וועלט, לכל זמן 1 טעיפ ועוד) און ביי טעיפס פון זינגערס (מבד 4 טעיפס פלאס נאך ניגונים צושפרייט אין צוויי דריי אנדערע טעיפס, אברהם פריד 1 טעיפ, שוואקי היפש אפאר ניגונים צעשפרייט אין זיינע טעיפס, און נאך א גרויסער צאל זינגערס צווישן זיי יוצאי מיאמי).

זעה ווי ער שפילט א מארש אדער קלאסישער ניגון (צ.ב.ש. מאדזשיץ שבת), אן אריינפיר צו א קאנצערט וכדו' מיט א מורא'דיגער שלימות רייכקייט אין קעניגליכקייט ווי אין א חלום, אזש צום פארבלענדעט און באגייסטעט ווערן וויאזוי ער קאנטראלירט זיינע סטרינגס און הארן'ס, געבויט מיט א מהלך אריח על גבי אריח אז אלעס קלאפט מורא'דיג שטארק.
ער איז הונדערט פראצענט מוזיקאליש אן קיין קינדער חכמות, יעדער תניעה האט א קארד, יעדער ניגון באקומט זיין ריטעם, אן אריינפיר א דורכנפיר וואס דינט די אינטערעסן פונעם ניגון מיט א נאמנות,

ס'איז נישט קיין ספק אז ער איז אן ענק שבענקים. ער איז דער איינציגסטער וואס וואלט געווען פאסיג אנצופירן דעם קעניגליכן סימפאניע פאר קווינס עליזאבעט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:59 pm
דורך חאצקל
טראכט האט געשריבן:די לעצטע פאר יאר האט ער זיך ציזאמגעשטעלט מיט די אהרן טייטלבוים ארקעסטרע, און ווי ער פירט אן (קאנדאקט) די בענד ווי אויך שפילט ער צימאל טראמפעט, הערליך שיין! (איך רעד בעיקר פין די שטאטע נגינים, הגם שנעלע איז ער אויך נישט אוועקצימאכן, נאר ס'איז נישט מיין טעיסט פאר א חתונה)


ביי די שטייטע מוזיק ביי די חופות מאכט ער א מלאכת מחשבת, ווידער ביי די שנעלע מוזיק מאכט ער קוים ארעינדזשמענטס. איך בין מודה אז ביי די לעבעדיגע איז ער נישט עפעס עקסטער (ספעציעל אס די גיטאריסט, דראמער, און פידלער מאכן צופיל אומבאזאלצענע משוגע'תן), ער לעקטערזירט דארט ווייט נישט ווי ביי די קאנצערטן, און אפשר איז ער טאקע נישט קיין ספעציאליסט ביי איינפאכע טאנץ ניגונים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:29 pm
דורך שמייכל
איך וועל אריינווארפן מיינע 2 צענט
לאם און לאופער׳ס אררעינדז׳מענטס האבן ביי מיר א געוויסע סימפליסעטי און די צייט וואס מונה׳ס איז אייביג פיל מיט גאונות און עקסייטמענט.

עס איז אבער דא לדעתי דריי זאכן מיט וואס אלע דריי זענען אויסערגעווענטליך גוט

1. קלאסיקל ארקעסטרעישאן - אלע פון זיי האבן שוין באוויזן נאכצומאכן הערליכע שטיקלעך פון סימפאני ארקעסטרא׳ס, עספעשאלי לאם וואס האט ארויסגעגעבן די חתונה אלבומס The Philharmonic Experience וואס פארמאגט זייער שיינע קלאסישע שטיקלעך, און קוקט אפט מאל אויס ווי א געהעריגע Chopin תנועה אדער א Mozart שטיקל, (מאנכע זאגן אז ער גנב׳עט אסאך, ואכמ"ל).

2. ראק מוזיק - זייערע ראק רידעמס האבן זייער א smooth טעקסטשור, עס הערט זיך זייער געשמאק, און עס האט נישט די פארגרעבקייט פון סתם א ראק-בענד רידעם מיט די דיקע אווער-דרייוו גיטאר געקראצעכץ, נאר פארקערט, עס האט די ׳סינגולדה׳ חן, מיט זיינע זיסע אריינגעזאגעכצער וואס איז נישטא זיינס גלייכן, און בכלל איז סינגולדה׳ס אווער-דרייוו גיטאר סאונד זייער א רואיגע און געשמאקע.

3. אויפקומען מיט אינטראוס - אלע דריי האבן דעם חוש פון אויפקומען מיט געלונגענע אינטרעדאקשענס פאר ניגונים וועלכע ווערט אויטאמאטיש א חלק פונעם ניגון, דא וואלט איך געגעבן דעם 5 סטאר פאר לאופער, יעדער וועט וויסן צו זאגן פון אסאך ניגונים ווי לאופער אררעינדזשט אז דער הקדמה צום ניגון איז ממש א שטיק פונעם ניגון, פרובירט צו נעמען עני משה גאלדמאן ניגון וועט איר זיך זעהן וואס איך מיין.

אבער נאך אלעם שטיי איך צו מונה׳ס זייט, וועמענס אלבומס איך האב שוין איבערגעהערט אנע שיעור מאל, חוץ מזה וואס איך בין א גרויסע חסיד פון זיינע וואקעל ווערק, זיינע אפערא קווייער ארבעט, וואס דארטן שטארט ארויס א גרויס חלק פון זיינע טאלאנטפולע קענטעניסן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:38 pm
דורך גלות יוד
איך האב שוין לאנג געוואלט צאמשטעלן א סידי פון מונה'ס אינטרא קיין איינס איז נישט דומה צים צווייטן משא"כ משה לאופר אלעס איז סימילער נאך א זאך, ווען איך הער מונה פיל איך, אה אזוי מוז זיין די מוזיק עס קען נישט זיין אנדערש, משא"כ די אנדערע פיל איך נישט ווי זיי נעמען ארום די ניגון בשלימות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:38 pm
דורך זר זהב
שלום עליכם "שמייכל"....

וואס גייט פאר מיט דיר? איך זעה אז ס'איז דיין ערשטע תגובה דא מיט 4 'לייקס'... אבער איך זעה נאר 2 לייקס?!?!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:46 pm
דורך שמייכל
גלות יוד האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט צאמשטעלן א סידי פון מונה'ס אינטרא קיין איינס איז נישט דומה צים צווייטן משא"כ משה לאופר אלעס איז סימילער נאך א זאך, ווען איך הער מונה פיל איך, אה אזוי מוז זיין די מוזיק עס קען נישט זיין אנדערש, משא"כ די אנדערע פיל איך נישט ווי זיי נעמען ארום די ניגון בשלימות.

נישט דוקא
לאופער איז נישט אוועקצומאכן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:26 am
דורך קווארטין
אונז גלייך מיר לאם, נאך פון אלץ קינד, זיין חכמה, אז ער בלענדט אריין זיין ארט, גארנישט איז נישט סטרייקונג. משא"כ מונה, טאקע זייער שיין אבער צו סטרייקונג יעדע אינסטרומענט סטרייקט שטארק ארויס. אין מיין מוזיק וועלט, פונקט ווי ביי חזנות הייסט יאסעלע די בעסטע כאטש ס'איז דא אנדערע וואס אין סערטן פיעלדס האבן זיי געקאנט בעסער ווי אים, און זיי שטעלן זיך ארויס שטערקער, אבער ער האט אלעס אריינגעבלענדט, ווען דו הערסט זיינס א שטיקל וועסטו כמעט נישט הערן ווי מ'זאגט "דא ציהט ער שטארק ארויף", וכדו.ווייל ער זינגט נאטורליך אריינגעבלענדט, הערשט ווען דו וועסטאך שטעלן נעבן קיבארד און אים באגלייטן וועסטו זיין אז ער גייט גאנץ הויעך. בעק טו ישראל לאם, ער בלענדט זייער גוט אריין אלעס אין זיין מוזיק, נישט אגרעסיוו, און דאסיז לענ"ד פון די גרעסטע חכמת ביי ארט (לאו דוקא מוזיק). כ 'מיין אז רוב ארעינדזשערס זענען נישט אזוי, מונה, שוין פריער ערוועינט, רובי באנעט, הערליך, אבער זיין ברעסס סעקשאן דאסיז זיין ינוקנעס, סך מאל שטעלט ער ארויס א סעקסיפאון היבש לאוד. משה לויפער איז יא היבש קלאסיקל און זיין מיוזיק טייטשט זייער שטארק אויס דעם ניגון, אבער כ'מיין אז לאם איז מער "פיל".
אה, זיך דערמאנט פון גינזבערג, הי איז דאונג אי פענטעסטיג דזשאב אויף מיכאל'ס טעיפס. רעדענדיג פון מוזיק אררענדזשער, אויף אברהם פריעד'ס יו"ט ערליך טעיפס איז דא עפעס אן אויסטערליש שיינע אררעינדזשמענט, נאר כ'קאן זיך היצט נישט דערמאנען זיין נאמען.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:29 am
דורך גלות יוד
איך וואלט עס אזוי אוועקגעשטעלט

#1 מונה
#2 ירון גערשאווסקי
#3 סוקי ברי
#4 ישראל לאם
#5 רובי בנט
#6 משה לאופר

ווייטער מיין איך איז נישט אינטרעסאנט זיי אלע מאכן נאך די פריערדיגע, הערשי גינזבורג ווייסט גיט ווי צי גיט גנבנ"ן סטיילס מיט דעם איז ער גיט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:44 am
דורך גלות יוד
איינער קען דא קארדס? איך וואלט געוואלט צוצייגן די ניגון אני מאמין פון די גרויסע חתונה פון מונה, ווי ער מאכט דארט א job אזעלכע פשוטע קארדס, אזוי וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן יעדער מאכט אויף דעם ניגון הימל און ערד, א שטייגער ווי רובי בנט אויף ליפא לטובה, אבער מונה קומט צי צום point דאס הייסט גאונות.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:07 pm
דורך חאצקל
קווארטין האט געשריבן: אויף אברהם פריעד'ס יו"ט ערליך טעיפס איז דא עפעס אן אויסטערליש שיינע אררעינדזשמענט, נאר כ'קאן זיך היצט נישט דערמאנען זיין נאמען.

ירון גערשובסקי דער פיאניסט