בלאט 1 פון 1

שכנים שטערן א כינעזער דעוועלאפמענט אין בארא פארק

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:09 pm
דורך היכי דמי
אין בארא פארק האט א כינעזער געקויפט פראפערטי אויף זיבן און פופציגסטע גאס ווי ער פלאנט אויפצובויען א ריזיגע דעוועלעפמענט פון 10 שטאק, אזאנס וואס איז נאכנישט דא אין בארא פארק.

די שכנים האבן זיך צוזאמגענומען אין געמאכט א העפטיגע קאמפיין צו דאס בלאקירן. די וואך איז פארגעקומען א הירינג אין די קאמיוניטי באורד 12 און ווי די עסקנים זאגן איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא ציבור אידן ביי א הירינג.

ליינט מער דא: https://www.boropark24.com/news/residen ... at-hearing

זיי האבן טאקע גערעכטע טענות ווי געוווענליך זענען אזעלכע בנינים אויף א עוועניו און נישט אויף א בלאק, און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז.

איך פרוביר נאר טראכטן וויאזוי דאס קוקט אויס פארקערט, ווען גוי'שע שכינים פרובירן צו בלאקירן די אידישע בליענדע געגענטער ווי אונז זענען פארנומען שרייען אז זיי זענען אנטיסעמיטן.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:33 pm
דורך איך הער..
גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:34 pm
דורך מר. קלונימוס
היכי דמי האט געשריבן:,און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז. .
איז וויאזוי וויל יענער בויען?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:59 pm
דורך שמן למאור
איך הער.. האט געשריבן:גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 7:15 pm
דורך איך הער..
מר. קלונימוס האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:,און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז..
איז וויאזוי וויל יענער בויען?
ער פלאנט צי טוישן די zoning

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 7:18 pm
דורך היכי דמי
מר. קלונימוס האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:,און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז. .
איז וויאזוי וויל יענער בויען?
זיי ווילן עס ריזאונען.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 7:28 pm
דורך אלע צוזאמען
שמן למאור האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אין קיין איינס נישט!
אבי צו בארעדן אידן ווען מען קען.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 7:30 pm
דורך איך הער..
שמן למאור האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אז דו ווילסט דיך שטעלן אויפן ווארט "וואלקענקראצער" דאן האסט מיך אפגעפרעגט, וואס איך מיין איז א high-rise building וואס איז געווענליך 6 שטאק און העכער. מסודר?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:59 am
דורך שמן למאור
איך הער.. האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אז דו ווילסט דיך שטעלן אויפן ווארט "וואלקענקראצער" דאן האסט מיך אפגעפרעגט, וואס איך מיין איז א high-rise building וואס איז געווענליך 6 שטאק און העכער. מסודר?
וואו אין ניו דזשערסי האבן מיר זיך אריינגעריקט און ארויפגעצויגן 6 שטאקיגע בנינים?

וואלקןקראצער

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 3:44 am
דורך Salford
וואס איז וואלקןקראצר

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:09 am
דורך הערשער
Salford האט געשריבן:וואס איז וואלקןקראצר
cloud rubber

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:11 am
דורך דערהויבענע איד
שמן למאור האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אויב איז ניו יארק גוט פאר דיר, האסטו א קלאסישע דוגמה ווי מאנסי און מאנרא. 5-6 שטאקעדיגע ביניינים אין א פלאץ ווי אלעס איז געווען 1 פעמעלי הייזער אפגערוקט אפאר פיס איינס פון צווייטן.

Re: שכנים שטערן א כינעזער דעוועלאפמענט אין בארא פארק

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 3:43 pm
דורך שטרומפ
איך הער.. האט געשריבן:גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון איינער וואס בויט אומלעגאל אין א נישט היימישער געגנט. ס'איז כמעט אומעגליך!

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 8:13 pm
דורך וואלווי
דערהויבענע איד האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אויב איז ניו יארק גוט פאר דיר, האסטו א קלאסישע דוגמה ווי מאנסי און מאנרא. 5-6 שטאקעדיגע ביניינים אין א פלאץ ווי אלעס איז געווען 1 פעמעלי הייזער אפגערוקט אפאר פיס איינס פון צווייטן.
בארא פארק עצמו יוכיח. מיט יארן צוריק איז בארא פארק געווען א געגנט פון 1-2 פעמילי הייזער, ליידיג פלאץ פון אלע פיר זייטן פון די לאט, גרין און לעכטיג, שיין און פריש. צוביסלעך האבן אחינו בני ברית (נישט כינעזע...) צופליקט א נארמאלע באטעמטע געגנט מיט בויען ריזיגע באמבעס איבערן גאנצע שטאט, פארדעקט די זוהן אויף אייביג, געווארן אן אווערפאפיולעיטעד געגנט, גארבעדזש ליגט ביי די סיידוואלק כסדר, דרייווערס פייפן איינער אויפן צווייטען.

דעמאלטס האט מען אויך פרובירט צו קאמפלעינען, שכנים האבן פרובירט צו ראטעווען זייער וואוין ארט, פון עשירים וואס האבן זיך געוואלט אויפרייסן, פון מוסדות וואס זענען פטור פון הלכות נזקי שכנים, נישט געווען צו וועם צו רעדן, די גאווערמענט איז אונטערגעקויפט פון די עסקנים, און די רבנים לאכן סתם אזוי אין פנים. פאר זעכציג יאר האבן אונזער אייגענע ברידער געבויט א ווארשא געטא סטייל געגנט, מ'טוט עס אין מאנסי מאנרא אויך. נישטא קיין שו"ע נישטא קיין געזעץ.

גוט מארגן כינעזע שכנים. קומט אריין און מאכט אייך באקוועם.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 8:20 pm
דורך מתבודד
וואלווי האט געשריבן:
גוט מארגן כינעזע שכנים. קומט אריין און מאכט אייך באקוועם.
by now דארף מען שוין זאגן, כינעזע שכנים לאזט מיר איבער פלאץ. (און פארקינג ביטע, אויב מעגליך)

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:45 am
דורך שמעון וואלף
היכי דמי האט געשריבן:אין בארא פארק האט א כינעזער געקויפט פראפערטי אויף זיבן און פופציגסטע גאס ווי ער פלאנט אויפצובויען א ריזיגע דעוועלעפמענט פון 10 שטאק, אזאנס וואס איז נאכנישט דא אין בארא פארק.
פינעקל איז נישט 10 שטאק? איך פארשטיי אז מ'קען פראבירן מחלק זיין, אבער דיין סטעיטמענט איז אומריכטיג

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:54 am
דורך תנחום
פינעקל האט גראדע אויך געהאט א מערכה פאר ווער ס'געדענקט. געוועהן אפילו א טאון האל מיטינג מיט'ן דעמאלסטיגען קאונסילמאן שמחה פעלדער וואס מ'זאגט איז געווארן באצאלט דורכ'ן דעוועלאפער.