בלאט 1 פון 1

א יסודות'דיגע חילוק פון א מאן און פרוי [ניצלעך פאר שלום בית]

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 7:36 pm
דורך שעפטאל
מענער זענען גרויסע קינדער. אנשטאט פון שפילען מיט א קליינע קאר, און מאנאפעלי געלט, שפילט מען מיט גרויסע טויס. פרויען זענען מער ערוואקסען און קענען קאנצעטרירען אויף בויען די שטיב, די עתיד. [אויב איינער ווייסט די מקור זאל ער ביטע צוצייכענען]
אבער ווען עס קומט צו געפיהל איז פארקערט, א מאן לאכט זיך אויס פון א טשעפע שנעלער און איז נישט אזוי מאָדי, אבער די פרוי איז א קינד אין געפיהל.
ווען א קינד ווארפט א טענדרום נעם עס נישט צום הארצען...
[פארשטייט זיך, ארויסווייזען מיטלייד שאד נישט, אבער מ'דארף זיך נישט צעקראצען פון א קינדערישע געפיהל]