בלאט 1 פון 1

ודע מה שתשיב (Comeback's)

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:58 pm
דורך איך הער..
מאכט זיך אמאל מ'הערט איינעם ענטפערן/ צריקענטפערן א צווייטען ווי מ'זאגט.. צו די זאך (comeback בלע"ז), זאל עס זיין א סעילסמאן, חבר, אדער סיי ווער אין די טראכסט צי דיר אהה דער האט גוט גענטפערט.

שוין האב איך געטראכט ס'איז דאך ממש א שאד ווען מ'הערט אזאנס נישט צי מיטטיילן מיטן ציבור, אין ברענגען א שמייכל אויפן פנים.

וועל איך אנהייבען, אין אדרבה זאל דער עולם צילייגען.



העניך א יונגערמאן ארויס פון כלול זיצט ביי זיין ערשטע דזשאב אינטערוויא..

בעה"ב: מיט וויפעל ווילסט אנהייבען ?

העניך: נישט אינטער $1500 א וואך..

(בעה"ב עפענט אפאר אויגן)

העניך: וואס איז ס'איז צי סאך פאר דיר ?

בעה"ב: פאר מיר? ניין, ס'איז צי סאך פאר דיר..