שו"ת אין ביקורת המקרא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
שו"ת אין ביקורת המקרא
בעידוד אחד מחברינו החשובים, עפן איך דעם אשכול ווי מען וועט קענען ארויפברענגען שאלות, קשיות, הארות איבער די תורה, און דער עולם ווערט געבעטן צו ענטפערן די בעסטע וואס איז שייך.
ס'איז שוין דא עטליכע אשכולות איבער ביקורת המקרא, אבער די אלע אשכולות זענען זיך צעפארן צו אנדערע זייטיגע טענה'רייען. איך וויל האלטן די אשכול דא בלויז צום נושא פון שאלות ותשובות.
איינע פון די חשובע ניקים האט מיר מגלה געווען אין א טשעט אז ער האט גאר אסאך קשיות אויף די תורה, ער האט געליינט אסאך ביקורת המקרא און זאכן זענען אים שווער. איך האב אים געבעטן צו שיקן א סעמפל, והנה, אט האט ער מיר צוריק געשיקט.
שמות, ז, יד) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה כָּבֵד לֵב פַּרְעֹה מֵאֵן לְשַׁלַּח הָעָם. טו) לֵךְ אֶל-פַּרְעֹה בַּבֹּקֶר הִנֵּה יֹצֵא הַמַּיְמָה וְנִצַּבְתָּ לִקְרָאתוֹ עַל-שְׂפַת הַיְאֹר וְהַמַּטֶּה אֲשֶׁר-נֶהְפַּךְ לְנָחָשׁ תִּקַּח בְּיָדֶךָ. טז) וְאָמַרְתָּ אֵלָיו ה' אֱלֹקי הָעִבְרִים שְׁלָחַנִי אֵלֶיךָ לֵאמֹר שַׁלַּח אֶת-עַמִּי וְיַעַבְדֻנִי בַּמִּדְבָּר וְהִנֵּה לֹא-שָׁמַעְתָּ עַד-כֹּה. יז) כֹּה אָמַר ה' בְּזֹאת תֵּדַע כִּי אֲנִי ה' הִנֵּה אָנֹכִי מַכֶּה בַּמַּטֶּה אֲשֶׁר-בְּיָדִי עַל-הַמַּיִם אֲשֶׁר בַּיְאֹר וְנֶהֶפְכוּ לְדָם. יח) וְהַדָּגָה אֲשֶׁר-בַּיְאֹר תָּמוּת וּבָאַשׁ הַיְאֹר וְנִלְאוּ מִצְרַיִם לִשְׁתּוֹת מַיִם מִן-הַיְאֹר. יט) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה אֱמֹר אֶל-אַהֲרֹן קַח מַטְּךָ וּנְטֵה-יָדְךָ עַל-מֵימֵי מִצְרַיִם עַל-נַהֲרֹתָם עַל-יְאֹרֵיהֶם וְעַל-אַגְמֵיהֶם וְעַל כָּל-מִקְוֵה מֵימֵיהֶם וְיִהְיוּ-דָם וְהָיָה דָם בְּכָל-אֶרֶץ מִצְרַיִם וּבָעֵצִים וּבָאֲבָנִים. כ) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' וַיָּרֶם בַּמַּטֶּה וַיַּךְ אֶת-הַמַּיִם אֲשֶׁר בַּיְאֹר לְעֵינֵי פַרְעֹה וּלְעֵינֵי עֲבָדָיו וַיֵּהָפְכוּ כָּל-הַמַּיִם אֲשֶׁר-בַּיְאֹר לְדָם. כא) וְהַדָּגָה אֲשֶׁר-בַּיְאֹר מֵתָה וַיִּבְאַשׁ הַיְאֹר וְלֹא-יָכְלוּ מִצְרַיִם לִשְׁתּוֹת מַיִם מִן-הַיְאֹר וַיְהִי הַדָּם בְּכָל-אֶרֶץ מִצְרָיִם. כב) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם בְּלָטֵיהֶם וַיֶּחֱזַק לֵב-פַּרְעֹה וְלֹא-שָׁמַע אֲלֵהֶם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה'. כג) וַיִּפֶן פַּרְעֹה וַיָּבֹא אֶל-בֵּיתוֹ וְלֹא-שָׁת לִבּוֹ גַּם-לָזֹאת. כד) וַיַּחְפְּרוּ כָל-מִצְרַיִם סְבִיבֹת הַיְאֹר מַיִם לִשְׁתּוֹת כִּי לֹא יָכְלוּ לִשְׁתֹּת מִמֵּימֵי הַיְאֹר. כה) וַיִּמָּלֵא שִׁבְעַת יָמִים אַחֲרֵי הַכּוֹת- ה' אֶת-הַיְאֹר.
לכאורה איז שווער אפאר קשיות.
א) יד – טו: ויאמר ה' אל משה לך אל פרעה בבוקר - כאן נצטוה משה לבדו לילך, ובפסוק יט כתוב שאהרן ומשה היו שניהם שם להביא המכה?
ב) יז: הנה אנכי מכה – כאן כתוב שמשה יכה במטה אשר בידו להביא הדם וכן כתוב בפרשת בשלח (יז ה) ומטך אשר הכית בו את היאר קח בידך והלכת, ובפסוק יט כתוב שאהרן יטה ידו במטהו ויביא את המכה? מי יכה, ולמי היה שייך המטה?
ג) מכה במטה – כאן כתוב שהביא המכה ע"י הכאה במטה, ובפסוק יט כתוב שנטה ידו במטה.
ד) על המים אשר ביאור ונהפכו לדם - כאן כתוב שרק מימי היאור נהפכו לדם, וכן בפסוק יח ובפסוק כ ובתחילת פסוק כא ובפסוק כד, אבל בפסוק יט כתוב והיה דם בכל ארץ מצרים, וכן בסוף פסוק כא.
ער טענה'ט אז אויב איז עס צוויי באזונדערע נסחאות וואס מען האט צאמגעשמאלצן, דאן שטימט אלעס כפתור ופרח.
כאפ א בליק וויאזוי מען צוטיילט די פסוקים אויף אן אויפן אז עס זעט אויס ווי עס קומט פון צוויי באזינדערע גרסאות וואס מען האט צאמגעפלאכטן. די שווארצע איז איין גירסא און די רויטע איז פון א צווייטע שרייבער.
יד) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה כָּבֵד לֵב פַּרְעֹה מֵאֵן לְשַׁלַּח הָעָם. טו) לֵךְ אֶל-פַּרְעֹה בַּבֹּקֶר הִנֵּה יֹצֵא הַמַּיְמָה וְנִצַּבְתָּ לִקְרָאתוֹ עַל-שְׂפַת הַיְאֹר וְהַמַּטֶּה אֲשֶׁר-נֶהְפַּךְ לְנָחָשׁ תִּקַּח בְּיָדֶךָ. טז) וְאָמַרְתָּ אֵלָיו ה' אֱלֹקי הָעִבְרִים שְׁלָחַנִי אֵלֶיךָ לֵאמֹר שַׁלַּח אֶת-עַמִּי וְיַעַבְדֻנִי בַּמִּדְבָּר וְהִנֵּה לֹא-שָׁמַעְתָּ עַד-כֹּה. יז) כֹּה אָמַר ה' בְּזֹאת תֵּדַע כִּי אֲנִי ה' הִנֵּה אָנֹכִי מַכֶּה בַּמַּטֶּה אֲשֶׁר-בְּיָדִי עַל-הַמַּיִם אֲשֶׁר בַּיְאֹר וְנֶהֶפְכוּ לְדָם. יח) וְהַדָּגָה אֲשֶׁר-בַּיְאֹר תָּמוּת וּבָאַשׁ הַיְאֹר וְנִלְאוּ מִצְרַיִם לִשְׁתּוֹת מַיִם מִן-הַיְאֹר. יט) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה אֱמֹר אֶל-אַהֲרֹן קַח מַטְּךָ וּנְטֵה-יָדְךָ עַל-מֵימֵי מִצְרַיִם עַל-נַהֲרֹתָם עַל-יְאֹרֵיהֶם וְעַל-אַגְמֵיהֶם וְעַל כָּל-מִקְוֵה מֵימֵיהֶם וְיִהְיוּ-דָם וְהָיָה דָם בְּכָל-אֶרֶץ מִצְרַיִם וּבָעֵצִים וּבָאֲבָנִים. כ) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' וַיָּרֶם בַּמַּטֶּה וַיַּךְ אֶת-הַמַּיִם אֲשֶׁר בַּיְאֹר לְעֵינֵי פַרְעֹה וּלְעֵינֵי עֲבָדָיו וַיֵּהָפְכוּ כָּל-הַמַּיִם אֲשֶׁר-בַּיְאֹר לְדָם. כא) וְהַדָּגָה אֲשֶׁר-בַּיְאֹר מֵתָה וַיִּבְאַשׁ הַיְאֹר וְלֹא-יָכְלוּ מִצְרַיִם לִשְׁתּוֹת מַיִם מִן-הַיְאֹר וַיְהִי הַדָּם בְּכָל-אֶרֶץ מִצְרָיִם. כב) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם בְּלָטֵיהֶם וַיֶּחֱזַק לֵב-פַּרְעֹה וְלֹא-שָׁמַע אֲלֵהֶם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה'. כג) וַיִּפֶן פַּרְעֹה וַיָּבֹא אֶל-בֵּיתוֹ וְלֹא-שָׁת לִבּוֹ גַּם-לָזֹאת. כד) וַיַּחְפְּרוּ כָל-מִצְרַיִם סְבִיבֹת הַיְאֹר מַיִם לִשְׁתּוֹת כִּי לֹא יָכְלוּ לִשְׁתֹּת מִמֵּימֵי הַיְאֹר. כה) וַיִּמָּלֵא שִׁבְעַת יָמִים אַחֲרֵי הַכּוֹת- ה' אֶת-הַיְאֹר.
מיין אנטווארט איז געווען אזוי:
איך האב אביסל אריינגעקוקט אין די פסוקים, און איך מיין אז מען קען עס גאנץ גרינג פארענטפערן.
ביז פסוק י"ט רעדט די באשעפער צו משה, און זאגט אים וואס צו זאגן פאר פרעה. פון פסוק י"ט, רעדן די פסוקים וועגן די פאקטישע ברענגען די מכה. (די פסוקים פארציילן נישט די פאקטישע ווארענונג פון משה צו פרעה, ווייל דאס איז זעלבסט פארשטענדליך)
ווען די באשעפער האט געזאגט פאר משה צו גיין צו פרעה, האט ער נאר אים געהייסן גיין, נישט אהרן. קען זיין אז מען פארשטייט אליין אז אהרן האט מיטגעגאנגען, ווי עס שטייט אהרן אחיך יהיה נביאך, דהיינו אז ער האט עס איבערגעטייטשט פאר פרעה מיט א בעסערע לשון, היות משה איז געווען א כבד פה, אבער דער עיקר איז געווען אז משה האט אנגעווארנט.
יעצט ווען משה ווארנט, גייט ער נישט אריין אין די טעקניקאליטיס פון פונקטליך ווער עס גייט שלאגן די וואסער. ער סטראשעט און פארטיג. ער זאגט איך גיי שלאגן. (עס איז אויך נישט קיין ליגנט, ווייל שליח של אדם כמותו)
למעשה ביים פאקטיש ברענגען די מכה האט משה נישט געשלאגן אונז צו לערנען הכרת הטוב. האט אהרן געשלאגן אנשטאט אים.
ובזה מיושב שאלה א' ווייל צו ווארענען פרעה האט די באשעפער נאר געזאגט אז משה זאל גיין. ער האט נישט געהייסן אהרן טון גארנישט. אבער שפעטער ביים פאקטיש ברענגען די מכה האט ער געהייסן אהרן שלאגן וועגן סיבה הנ"ל.
ובזה ג"כ מיושב חלק משאלה ב' מי הכה. בעצם האט אהרן געשלאגן. נאר משה האט געווארנט פרעה אז ער גייט שלאגן, וואס האט ער אריינצומישן זיין פריוואטע הכרת הטוב פראבלעמען ווען ער רעדט צו פרעה. למעשה איז אבער די שלאגן נקרא על שם משה, ווייל בעצם וואלט ער עס געדארפט טון, נאר ער האט געהאט א טעכנישע פראבלעם און ס'איז שליח של אדם כמותו. דעריבער, שטייט אין בשלח אז משה האט געשלאגן.
בנוגע די צווייטע חלק פון וועמענס שטעקן מען האט געניצט מיין איך איז אויך גאנץ פשוט אז מען האט געניצט משה'ס שטעקן. נאר היות אהרן ניצט עס, און ער וועט שלאגן דערמיט, ריפט מען עס יעצט אן אהרן'ס שטעקן, אבער דאס מיינט נישט אז עס איז טאקע זיינס.
(הגם איך בין מודה אז די קשיא שטערט מיר נאך..)
שאלה ג' איז מיר נישט שווער, ער האט געטון ביידע, סיי געשלאגן, און סיי גענייגט זיין האנט איבערן וואסער צו אלע זייטן פון מצרים. מיטן שלאגן אויפן וואסער האט ער געמאכט די טייך צו בלוט, און מיטן נייגן זיין האנט, האט ער פארשפרייט די בלוט איבער גאנץ מצרים. וואס עס שטייט נישט אין איין פסוק שטייט אין די אנדערע פסוק, איך זע נישט וואס איז שווער דא בכלל.
די זעלבע איז מיט שאלה ד'. די מבקרים האבן ליב זיך ארויפצוכאפן אויף יעדע צוויי פסוקים וואס רעדן זיך אויף בערך די זעלבע זאך, נאר אין איין פסוק שטייט איין זאך, און די צווייטע פסוק שטייט אן אנדערע זאך, איז דאס ממש א סימן אז דאס איז מעשה ידיו פון צוויי באזינדערע שרייבערס וואס האבן געהאלטן אנדערש. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט זאגן פשוט אז איין פסוק שטייט איין דעטאל, און אין די אנדערע פסוק שטייט אן אנדערע דעטאל.
עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה. אדער קען אפילו זיין אז דאס האט ער נישט אנגעווארנט פרעה, און ער האט עס געלאזט פאר א סערפרייז. דהיינו ער האט אנגעווארנט אויף די עיקר מכה, אבער האט טאקע נישט אויסגעשמועסט ווי ווייט עס וועט גיין.
דאס שרייב איך אלעס פון אביסל קוקן חומש מיט רש"י און אביסל זכרון, אן זיך מעמיק זיין אין די מפרשים. די פוינט איז, אז מען קען זייער אסאך מאל גאנץ גוט פארענטפערן די פסוקים.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
רביה"ק, די אשכול איז געווידמעט פאר די מאמינים בתורת משה וואס גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני און משה האט עס געשריבן ווארט ביי ווארט מפי הגבורה. די אשכול איז געמאכט אויסצושמועסן תירוצים אויף קשיות וואס מען האט אליינס, אדער מען הערט פון אנדערע. קענסט דרייען א קאפ אין אנדערע אשכולות, איך בעט אז מען זאל זיך האלטן דא צום אקטועלן נושא. ביטע נאר קשיות און תירוצים אויף די פסוקים זעלבסט.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס איז שלעכט מיט די תירוץ פון די צוויי גירסאות? אז מ'קען גיין גראד פארוואס גיין קרום?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
רביה"ק, ביטע.. די רש"י אין דברי הימים האט שוין מען שוין צענומען דא אין די אשכול, און בכלל רעדט ער דארטן פון מגילת יוחסין, אדער קליינטשיגע שינוי ניסחאות.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הייסט עס אז די הייליגע רש"י הקדוש האט נישט געגלייבט אין תורת משה און דו יא, כ'הער וואס דו זאגסט, קיבלתי.
ס'איז גאנץ פשוט אז רש"י האט נישט געהאלטן אז די תורה האט געהאט מערערע שרייבערס, ער האט אויך געהאלטן אז ס'איז געשריבן געווארן דורך משה מפי הגבורה. די רמב"ם זאגט עס קלאר, און כ'זע נישט וואו רש"י קריגט זיך דערמיט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
במחילת כבודכם, דאס הייסט זיך געדראפעט אויף גראדע ווענט, מגילות יוחסין איז די חלקים פון ספר דברי הימים (פון תנ"ך )וואס רעכענען אויס יוחסין. ווי אויך בויט ער זיך דארט אויף א ירושלמי וואס באציעהט זיך טאקע צום חומש אליין, די פלגינן דיבוריה וואס דו מאכסט אין רש"י איז א ניטאמאל קיין דוחק. וואס רש"י האט געהאלטן שרייבט ער אליינס, מ'דארף נישט צוקומען צו דיר צו פארטייטשן זיינע רייד.
איך ווייס נישט וואס דו רופסט אן "פשוט", אבער פון רש"י'ס ווערטער איז פשוט אז ער האט געהאלטן אז די צוויי זענען נישט mutually exclusive. יא, ס'איז געשריבן געווארן דורך משה מפי הגבורה נאר מיט די יארן זענען געווארן פארשידענע נוסחאות פון מערערע שרייבער, און אלעס שטימט כפתור ופרח.שמן למאור האט געשריבן:ס'איז גאנץ פשוט אז רש"י האט נישט געהאלטן אז די תורה האט געהאט מערערע שרייבערס, ער האט אויך געהאלטן אז ס'איז געשריבן געווארן דורך משה מפי הגבורה. די רמב"ם זאגט עס קלאר, און כ'זע נישט וואו רש"י קריגט זיך דערמיט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יא יא, נוסחאות, און דאס איז די קאנטעקסט פונעם ירושלמי דארט בתענית (פ"ד ה"ב) לגבי התורה ע"ש (ולגבי די קאנטעקסט פון פירוש המיוחס לרש"י לגבי ספר דברי הימים בפרט, וואס איז שוין יא לכאורה ברייטער פון נאר שינוי נוסחאות, הא'מיר דאך שוין פריער אראפגעברענגט). ווי געזאגט, גייט דאס אריין בגדר "נידעריגע" ביקורת, וואס זענען פארשידענע נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט, לעומת "העכערע" ביקורת, וואס נעמט אָן אז גאנצעטע אנדערע פסוקים און שטיקער זענען פון אנדערע שרייבערס. די "העכערע" ביקורת, מיט'ן צוטיילן גאנצעטע פסוקים און פרשיות און אנדערע הבנות אינעם סיפור, איז די משל פון @שמן למאור דא.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
יא, די שאלה ווערט נאר ווי אנדערש דארפן צוויי נוסחאות זיין איינס פונעם צווייטן אז ס'זאל באקומען א שטעמפל אלס "צוויי באזונדערע טעקסטס"? צוויי אנדערע מגילות יוחסין פאר'ן זעלבן מענטש דאס איז נאר "צוויי נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט", אבער צו משה האט געהאלטן דעם שטעקן צו אהרן האט עס געהאלטן דאס איז שוין ממש אינגאנצן "צוויי באזונדערע טעקסטס", ווי קען מען עס בכלל אנדערש אנקוקן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
@שמן למאור זייער אן אינטערעסאנטע פוינט, די פסוקים האבן זיך מיר טאקע אלס געהערט קראצעדיג
איך וויל דא אויסשמועסן א נקודה, איך האב אמאל פארגעלייגט פאר איינעם געוויסע שוועריגקייטן אין פסוקים וואס געבן לכאורה א האנט פאר די מבקרי המקרא, האט ער מיר גע'טענה'ט אז עס האבן נישט געפעלט קיין גדולי ישראל גרויסע מוחות וואס האבן געקענט אפלערנען א פסוק גראד, און האבן נאכאלס נישט געזעהן קיין סתירות וכדו' אלא מאי איז דאס סתם אן אויגפארבלענדעניש, אזוי שרייבט די תורה וכו'. האב איך אים גענטפערט אז ווען איך זעה ווען ווי משה רבינו שרייבט די גאנצע תורה, וואלטן די אלע זאכן נישט געווען קיין קשיות, ווייל די גרעסטע סתירה קען מען פארענטפערן, עס איז נישטא אזא זאך א סתירה וואס מ'קען נישט דרייען האקן און זעצן עס זאל שטימען. אפילו אזא אפענע סתירה ווי צוויי סתירה'דיגע מגילת יוחסין פאר די אותו האיש האט תירוצים! און אפילו אזא אפענע סתירה ווי … אה ניין, דאס קען איך נישט שרייבן דא, באט יא געט די פוינט, אלעס קען מען "פארענטפערן", יעצט ווילאנג עס איז קלאר פאר איינעם אז אלעס האט משה רבינו געשריבן וועט ער אננעמען סיי וואספארא תירוץ ענדערש ווי ביקורת המקרא, ווייל יעדער וואלט דאס געטוהן ווען מ'וואלט דאס געזעהן מיט די אייגענע אויגן. אבער אויב איז מען נישט זיכער מיט די מציאות און מ'הייבט אן שוקל זיין, דעמאלטס זענען די קשיות שטארק נוטה אויף להיפך. מיינט דאס אז ביקורת המקרא איז אמת? דאס דארף מען פרעגן דעם חכם הרזים @מי אני וואס אמת מיינט, אבער די קשיות איז עפעס וואס מ'דארף דערמיט דיעלן
גראדע פרעגט שוין די גמרא אין סנהדרין (צט:) די קשיא אמר רבי אבהו כל המעשה את חבירו לדבר מצוה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה שנאמר (שמות יז, ה) ומטך אשר הכית בו את היאר וכי משה הכהו והלא אהרן הכהו אלא לומר לך כל המעשה את חבירו לדבר מצוה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה
אבער נאכאלעם איז נאכאלס אויפפאלענד אז אין די פסוקים יד-יח איז אהרן פארשוואונדען געווארן, און ווען איינער לערנט נאר דאס באקומט ער די הבנה אז משה האט אלעס געטוהן, כאטש "מ'קען" לערנען אנדערש
די אייבערשטער הייסט משה זאגן פאר פרעה: שלאגן צו ברענגען די וואסער אויפן יאור
משה הייסט אהרן: אויפהייבן די שטעקן צו ברענגען בלוט איבער אלע וואסערן
אהרן האט: אויפגעהויבן די שטעקן, געשלאגן די וואסער און געברענגט בלוט אויפן יאור
דו זעסט נישט די שוועריגקייט? די פסוקים קענען זיך אפלו נישט משלים זיין איינס דעם צווייטן ווייל יעדע איינס רעדט פון אן אנדערע חלק פון די מעשה, די וועג וויאזוי די מאכסט דא צוויי בריסקע דינים (שלאגן פאר די יאור און אויפהייבן פאר די אנדערע וואסער) ביסטו שוין מודה אז דאס זענען צוויי אנדערע דעסקריפציעס פון די צורת המכה
דיין סורפרייז פשט'ל שטימט אפשר אויף די זאגן פאר פרעה (הגם עס איז א היפשע סטרעטש) אבער פארוואס ווען מ'רעדט פון די מכה רעדט מען פונעם יאור? און וואס איז מיטן שלאגן ווס. אויפהייבן?
רד"צ הופמן זאגט אז אלע וואסערן פון מצרים זענען געקומען פונעם יאור, ממילא איז דאס היינו הך, ולפי דבריו דארף מען נאכאלס פארשטיין די שינוי לשון וואס טאנצט אהער און אהין. און ער פרובירט אויך צו פארענטפערן אז באמת האט מען טאקע נאר אויפגעהויבן און נישט געשלאגן, נאר ברענגען די מכה הייסט "שלאגן", אבער די לשון הפסוק "הנה אנכי מכה במטה אשר בידי" איז עס נישט סובל

דאס איז נישט קיין געפערליכע קשיא, אבער אסאך מאל שטייט יא ארויסגעשריבן אז אהרן איז מיטגעגאנגען, פארוואס דא נישט? פיין נישט געפערליך.שמן למאור האט געשריבן: איך האב אביסל אריינגעקוקט אין די פסוקים, און איך מיין אז מען קען עס גאנץ גרינג פארענטפערן.
ביז פסוק י"ט רעדט די באשעפער צו משה, און זאגט אים וואס צו זאגן פאר פרעה. פון פסוק י"ט, רעדן די פסוקים וועגן די פאקטישע ברענגען די מכה. (די פסוקים פארציילן נישט די פאקטישע ווארענונג פון משה צו פרעה, ווייל דאס איז זעלבסט פארשטענדליך)
ווען די באשעפער האט געזאגט פאר משה צו גיין צו פרעה, האט ער נאר אים געהייסן גיין, נישט אהרן. קען זיין אז מען פארשטייט אליין אז אהרן האט מיטגעגאנגען, ווי עס שטייט אהרן אחיך יהיה נביאך, דהיינו אז ער האט עס איבערגעטייטשט פאר פרעה מיט א בעסערע לשון, היות משה איז געווען א כבד פה, אבער דער עיקר איז געווען אז משה האט אנגעווארנט.
נישט אזא שלעכטע תירוץ, עס קען נאך מיטגיין. מ'קען אפילו אויסלאזן די גאנצע הכרת הטוב חלק (וואס איז בכלל נישט מוכח אין פסוק) און מ'קען עס נאכאלס נוצן, גראדע איז דא נאך א שטיקל מהלך אין פירוש הטור הארוך, אז איינמאל מ'זאגט אז אין די ערשטע פסוקים פעלט אהרן ווייל עס איז פשוט און דארף נישט שטיין, קען מען זאגן אז דאס איז די לשון וואס אהרן וועט זאגן פאר פרעה און מטה אשר בידי מיינט וואס אהרן האט און ער גייט שלאגןשמן למאור האט געשריבן:יעצט ווען משה ווארנט, גייט ער נישט אריין אין די טעקניקאליטיס פון פונקטליך ווער עס גייט שלאגן די וואסער. ער סטראשעט און פארטיג. ער זאגט איך גיי שלאגן. (עס איז אויך נישט קיין ליגנט, ווייל שליח של אדם כמותו)
למעשה ביים פאקטיש ברענגען די מכה האט משה נישט געשלאגן אונז צו לערנען הכרת הטוב. האט אהרן געשלאגן אנשטאט אים.
ובזה מיושב שאלה א' ווייל צו ווארענען פרעה האט די באשעפער נאר געזאגט אז משה זאל גיין. ער האט נישט געהייסן אהרן טון גארנישט. אבער שפעטער ביים פאקטיש ברענגען די מכה האט ער געהייסן אהרן שלאגן וועגן סיבה הנ"ל.
ובזה ג"כ מיושב חלק משאלה ב' מי הכה. בעצם האט אהרן געשלאגן. נאר משה האט געווארנט פרעה אז ער גייט שלאגן, וואס האט ער אריינצומישן זיין פריוואטע הכרת הטוב פראבלעמען ווען ער רעדט צו פרעה. למעשה איז אבער די שלאגן נקרא על שם משה, ווייל בעצם וואלט ער עס געדארפט טון, נאר ער האט געהאט א טעכנישע פראבלעם און ס'איז שליח של אדם כמותו. דעריבער, שטייט אין בשלח אז משה האט געשלאגן.
גראדע פרעגט שוין די גמרא אין סנהדרין (צט:) די קשיא אמר רבי אבהו כל המעשה את חבירו לדבר מצוה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה שנאמר (שמות יז, ה) ומטך אשר הכית בו את היאר וכי משה הכהו והלא אהרן הכהו אלא לומר לך כל המעשה את חבירו לדבר מצוה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה
אבער נאכאלעם איז נאכאלס אויפפאלענד אז אין די פסוקים יד-יח איז אהרן פארשוואונדען געווארן, און ווען איינער לערנט נאר דאס באקומט ער די הבנה אז משה האט אלעס געטוהן, כאטש "מ'קען" לערנען אנדערש
הודאת בעל דין…שמן למאור האט געשריבן:בנוגע די צווייטע חלק פון וועמענס שטעקן מען האט געניצט מיין איך איז אויך גאנץ פשוט אז מען האט געניצט משה'ס שטעקן. נאר היות אהרן ניצט עס, און ער וועט שלאגן דערמיט, ריפט מען עס יעצט אן אהרן'ס שטעקן, אבער דאס מיינט נישט אז עס איז טאקע זיינס.
(הגם איך בין מודה אז די קשיא שטערט מיר נאך..)
איך פארשטיי נישטשמן למאור האט געשריבן:שאלה ג' איז מיר נישט שווער, ער האט געטון ביידע, סיי געשלאגן, און סיי גענייגט זיין האנט איבערן וואסער צו אלע זייטן פון מצרים. מיטן שלאגן אויפן וואסער האט ער געמאכט די טייך צו בלוט, און מיטן נייגן זיין האנט, האט ער פארשפרייט די בלוט איבער גאנץ מצרים. וואס עס שטייט נישט אין איין פסוק שטייט אין די אנדערע פסוק, איך זע נישט וואס איז שווער דא בכלל.
די זעלבע איז מיט שאלה ד'. די מבקרים האבן ליב זיך ארויפצוכאפן אויף יעדע צוויי פסוקים וואס רעדן זיך אויף בערך די זעלבע זאך, נאר אין איין פסוק שטייט איין זאך, און די צווייטע פסוק שטייט אן אנדערע זאך, איז דאס ממש א סימן אז דאס איז מעשה ידיו פון צוויי באזינדערע שרייבערס וואס האבן געהאלטן אנדערש. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט זאגן פשוט אז איין פסוק שטייט איין דעטאל, און אין די אנדערע פסוק שטייט אן אנדערע דעטאל.
עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה. אדער קען אפילו זיין אז דאס האט ער נישט אנגעווארנט פרעה, און ער האט עס געלאזט פאר א סערפרייז. דהיינו ער האט אנגעווארנט אויף די עיקר מכה, אבער האט טאקע נישט אויסגעשמועסט ווי ווייט עס וועט גיין.
די אייבערשטער הייסט משה זאגן פאר פרעה: שלאגן צו ברענגען די וואסער אויפן יאור
משה הייסט אהרן: אויפהייבן די שטעקן צו ברענגען בלוט איבער אלע וואסערן
אהרן האט: אויפגעהויבן די שטעקן, געשלאגן די וואסער און געברענגט בלוט אויפן יאור
דו זעסט נישט די שוועריגקייט? די פסוקים קענען זיך אפלו נישט משלים זיין איינס דעם צווייטן ווייל יעדע איינס רעדט פון אן אנדערע חלק פון די מעשה, די וועג וויאזוי די מאכסט דא צוויי בריסקע דינים (שלאגן פאר די יאור און אויפהייבן פאר די אנדערע וואסער) ביסטו שוין מודה אז דאס זענען צוויי אנדערע דעסקריפציעס פון די צורת המכה
דיין סורפרייז פשט'ל שטימט אפשר אויף די זאגן פאר פרעה (הגם עס איז א היפשע סטרעטש) אבער פארוואס ווען מ'רעדט פון די מכה רעדט מען פונעם יאור? און וואס איז מיטן שלאגן ווס. אויפהייבן?
רד"צ הופמן זאגט אז אלע וואסערן פון מצרים זענען געקומען פונעם יאור, ממילא איז דאס היינו הך, ולפי דבריו דארף מען נאכאלס פארשטיין די שינוי לשון וואס טאנצט אהער און אהין. און ער פרובירט אויך צו פארענטפערן אז באמת האט מען טאקע נאר אויפגעהויבן און נישט געשלאגן, נאר ברענגען די מכה הייסט "שלאגן", אבער די לשון הפסוק "הנה אנכי מכה במטה אשר בידי" איז עס נישט סובל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
רביה"ק, במחילה. דא רעדן מיר פון די תורה, חמשה חומשי תורה, וואס מיר נעמען אן אז עס קומט פון משה מפי הגבורה. גרויסע חילוקים אין נ"ך רעדן מיר נישט דא, דאס איז דאך קלאר אז נ"ך איז געשריבן געווארן דורך מערערע שרייבערס. אזוי אויך רעדן מיר נישט פון קיין קליינטשיגע שינוי ניסחאות אין די תורה ווי די משל פון די ירושלמי, (נערי/זאטוטי, מעון/מעונה וכדומה) וואס האט זיך געמאכט איבער די יארן. מיר רעדן פון גרויסע שינוים וואס וואלט נאר געקענט צושטאנד קומען אויב קומט עס ארגינעל פון באזונדערע שרייבערס.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, די שאלה ווערט נאר ווי אנדערש דארפן צוויי נוסחאות זיין איינס פונעם צווייטן אז ס'זאל באקומען א שטעמפל אלס "צוויי באזונדערע טעקסטס"? צוויי אנדערע מגילות יוחסין פאר'ן זעלבן מענטש דאס איז נאר "צוויי נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט", אבער צו משה האט געהאלטן דעם שטעקן צו אהרן האט עס געהאלטן דאס איז שוין ממש אינגאנצן "צוויי באזונדערע טעקסטס", ווי קען מען עס בכלל אנדערש אנקוקן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ביסט 100 פראצענט גערעכט, און דאס איז טאקע די סיבה וואס איך האב אוועקגעשטעלט דעם אשכול דא. א ראציאנאלן מענטש דארף נעמען די קשיות מיט די תירוצים/דחוקים, און זען וואס עס לייגט זיך מער אויפן שכל. גאר אסאך מאל הערט מען א באמבע קשיא און עס זעט אויס ווי עס האט ממש נישט קיין תירוץ, אמאל לערנט מען א שטיקל גמרא און מען פארשטייט ממש נישט וויאזוי די שטיקל קען שטימען, דאן נעמט מען ארויס א ארטסקרול, און מען זעט א מורא'דיגע שיינע פשט, נישט קיין דוחק, און אלעס ווערט שיין הערליך מסודר. אמאל קומט די חברותא אויף מיט א גוטע פשט וואס קלארט ממש אלעס אויס. דא אויך איז דא אמאל וואס עס פאלט איין א קשיא, אדער מען הערט/ליינט פון א צווייטן, און עס ווערט ממש שווער אויפן הארצן, אבער מען קוקט אריין אין די מפרשים און מען זעט אז קשיא מעיקרא ליתא, עס האט זייער א גוטן פשט פארוואס עס שטייט אזוי, נישט קיין באבע תירוצים; אמאל אבער איז עס אבער יא געקוועטשט. די ציל דא איז צו געבן די בעסטע ענטפערס וואס נאר שייך צו פארענטפערן אויף די קשיות, און שפעטער קען שוין יעדער בוחר זיין וואס עס לייגט זיך מער אויפן שכל. אבער קודם זאלן מיר האבן קלאר אלע מעגליכע אפציעס אויפן טיש, און נישט פאסן קיין באשלוסן מיט מעגליכע בליינד ספאטס. נאכן אלעס הערן האב איך נישט קיין פראבלעם אז יעדער זאל זיך מאכן זיינע אייגענע באשלוסן, והבוחר יבחר.סקעפטיקער האט געשריבן:זייער אן אינטערעסאנטע פוינט, די פסוקים האבן זיך מיר טאקע אלס געהערט קראצעדיג
איך וויל דא אויסשמועסן א נקודה, איך האב אמאל פארגעלייגט פאר איינעם געוויסע שוועריגקייטן אין פסוקים וואס געבן לכאורה א האנט פאר די מבקרי המקרא, האט ער מיר גע'טענה'ט אז עס האבן נישט געפעלט קיין גדולי ישראל גרויסע מוחות וואס האבן געקענט אפלערנען א פסוק גראד, און האבן נאכאלס נישט געזעהן קיין סתירות וכדו' אלא מאי איז דאס סתם אן אויגפארבלענדעניש, אזוי שרייבט די תורה וכו'. האב איך אים גענטפערט אז ווען איך זעה ווען ווי משה רבינו שרייבט די גאנצע תורה, וואלטן די אלע זאכן נישט געווען קיין קשיות, ווייל די גרעסטע סתירה קען מען פארענטפערן, עס איז נישטא אזא זאך א סתירה וואס מ'קען נישט דרייען האקן און זעצן עס זאל שטימען. אפילו אזא אפענע סתירה ווי צוויי סתירה'דיגע מגילת יוחסין פאר די אותו האיש האט תירוצים! און אפילו אזא אפענע סתירה ווי … אה ניין, דאס קען איך נישט שרייבן דא, באט יא געט די פוינט, אלעס קען מען "פארענטפערן", יעצט ווילאנג עס איז קלאר פאר איינעם אז אלעס האט משה רבינו געשריבן וועט ער אננעמען סיי וואספארא תירוץ ענדערש ווי ביקורת המקרא, ווייל יעדער וואלט דאס געטוהן ווען מ'וואלט דאס געזעהן מיט די אייגענע אויגן. אבער אויב איז מען נישט זיכער מיט די מציאות און מ'הייבט אן שוקל זיין, דעמאלטס זענען די קשיות שטארק נוטה אויף להיפך. מיינט דאס אז ביקורת המקרא איז אמת? דאס דארף מען פרעגן דעם חכם הרזים @מי אני וואס אמת מיינט, אבער די קשיות איז עפעס וואס מ'דארף דערמיט דיעלן
גאר אסאך מאל זענען די מבקרים אויך מעיילי פילי בחוטי, און זיי דראפן זיך סתם אויף גראדע ווענט צו קוועטשן אז עס שטימט נישט אז עס קומט פון איין שרייבער, ווען אין פאקט קען מען אלעס זייער שיין מסביר זיין. דא איז די פלאץ אויסצושמועסן אלעס פון אלע צדדים, און דערנאך ערשט פאסן באשלוסן.
איך בין מסכים אז די קשיות זענען גאנץ שטארקע דא, ס'איז אנגעכאפט גאר א גוטע ביקורת. ווי געשמועסט פראביר איך צו געבן מיין בעסטע ענטפערס, און אנדערע קענען משלים זיין.סקעפטיקער האט געשריבן: איך פארשטיי נישט
די אייבערשטער הייסט משה זאגן פאר פרעה: שלאגן צו ברענגען די וואסער אויפן יאור
משה הייסט אהרן: אויפהייבן די שטעקן צו ברענגען בלוט איבער אלע וואסערן
אהרן האט: אויפגעהויבן די שטעקן, געשלאגן די וואסער און געברענגט בלוט אויפן יאור
דו זעסט נישט די שוועריגקייט? די פסוקים קענען זיך אפילו נישט משלים זיין איינס דעם צווייטן ווייל יעדע איינס רעדט פון אן אנדערע חלק פון די מעשה, די וועג וויאזוי די מאכסט דא צוויי בריסקע דינים (שלאגן פאר די יאור און אויפהייבן פאר די אנדערע וואסער) ביסטו שוין מודה אז דאס זענען צוויי אנדערע דעסקריפציעס פון די צורת המכה
דיין סורפרייז פשט'ל שטימט אפשר אויף די זאגן פאר פרעה (הגם עס איז א היפשע סטרעטש) אבער פארוואס ווען מ'רעדט פון די מכה רעדט מען פונעם יאור? און וואס איז מיטן שלאגן ווס. אויפהייבן?
רד"צ הופמן זאגט אז אלע וואסערן פון מצרים זענען געקומען פונעם יאור, ממילא איז דאס היינו הך, ולפי דבריו דארף מען נאכאלס פארשטיין די שינוי לשון וואס טאנצט אהער און אהין. און ער פרובירט אויך צו פארענטפערן אז באמת האט מען טאקע נאר אויפגעהויבן און נישט געשלאגן, נאר ברענגען די מכה הייסט "שלאגן", אבער די לשון הפסוק "הנה אנכי מכה במטה אשר בידי" איז עס נישט סובל
די קשיא אז זיי רעדן פון אנדערע חלקים איז נישט אזוי שווער אויב נעמט מען אן אז ס'איז טאקע איין שרייבער וואס פארלאזט זיך אז די שטיקלעך וועלן זיך שוין אליין משלים זיין. די באשעפער הייסט 'שלאגן' די 'יאור', וואס דאס איז די עיקר מכה, און דאס ווארנט מען אויך אן פאר פרעה, אבער ווען עס קומט צו די חלק ווי גאט הייסט אויסצופירן די מכה (פסוק י"ט) ברענגט מען שוין אויך די אנדערע פרטים, פון 'אויפהייבן' אויף 'אלע וואסערן'. אויב נעמט מען אן אז ס'איז איין שרייבער דאן רעדט ער יא פון 'אלע וואסערן' ביים ברענגען די מכה אין פסוק כ"א (וואס ווערט צוטיילט לויט די מבקרים). אויב אזוי רעדט מען שוין ביים ברענגען די מכה פון אלע פרטים, 'אויפהייבן', 'שלאגן', 'יאור' און 'אלע וואסערן'.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
החכם @מי אני האט שוין צוגעצייכנט דעם אשכול פון @יעקב מעקסוועל, און דער גאנצער שמועס וואס איז דארט געווארן איז נוגע אויך דא.
די אלע תירוצים וואס דו שרייבסט זענען טאקע דאס - תירוצים. דהיינו, ווען איינער איז סטאק מיט צוויי הנחות וואס קומען זיך נישט צוזאם דארף ער אביסל שניידן פון די אדער יענע צו מאכן שלום. לענינינו, דער ארטאדאקסישער מאמין וועט אננעמען די אלע תירוצים, און מיט רעכט, ווייל ביי אים איז ברור די הנחות אויף וואס די "קשיות" זענען געבויט. אבער ווער ס'פארמאגט ליידער נישט די הנחות האט נישט קיין סיבה צו זוכן "תירוצים" און ער זאגט וואס איז אים מסתבר, און ווידער מיט רעכט.
כ'וועל אראפברענגען וואס כ'האב געשריבן אין יענעם אשכול:
בנוגע דיינע תירוצימ'לעך, טייל זענען לייטישע טיפישע מפרשי-המקרא תירוצים און טייל זענען גרויסע דוחקים.
דו שרייבסט אז ס'איז געווען א מעמד התראה וואס אויף דעם האט גאט מצווה געווען משה, און 'שפעטער' א מעמד הבאת המכה וואס אויף דעם האט ער מצווה געווען משה צו הייסן אהרן. אין פסוק איז קלאר משמע אז די התראה און הבאת המכה איז געווען גלייך דארט לעיני פראה על היאור; דאס איז דער פשוט'ער טייטש פון "הנה אנוכי מכה במטה" - אט שלאג איך דעם יאור, וכך עשה. דעריבער, ווען איז געווען דער צווייטער ציווי? בפשטות איז עס געווען אויפאיינמאל און גאט איז זיך היפש סותר אין זיינע ציוויים.
איך וואלט מציע געווען אן אנדערן טראדיציאנאלן מפרשי-המקרא תירוץ וואס וועט בעסער שטימען לדעתי: גאט האט באפוילן משה צו שלאגן דעם יאור מיט זיין אלטן באקאנטן שטעקן און איר פארוואנדלען אין בלוט, און אין דער זעלבער צייט זאל אהרן בייגן זיין שטעקן אויף אלע וואסערן פון מצרים און זיי פארוואנדלען אין בלוט.
לויט דעם שטימט אלעס כמין חומר, אלע דיוקים זענען פארענטפערט: קודם שטייט דער ציווי השם צו משה, דערנאך דער ציווי השם וואס אהרן זאל טון. און ס'שטימט נאך בעסער דעם פסוק: "ויעשו כן משה ואהרן וגו'", וואס איז לכאורה שווער, ספעציעל לויט די מבקרי המקרא - וואס האט משה געטון? ער האט איבערגעזאגט דעם ציווי השם פאר אהרן, דאס מיינט אז ער האט געטון כאשר צוה השם? א שטיקל דוחק. לויט דעם פשט איז דאס פארענטפערט.
ולפי זה וועט "וירם במטה ויך את המים" אין פסוק כ' זיך באציען צו משה און נישט אהרן ודו"ק, און אהרנ'ס בייגן זיין שטעקן ווערט נישט דערמאנט אין פסוק נאר דורך אירע קאנסעקווענצן - "ויהי הדם בכל ארץ מצרים".

-------תוהו ובוהו האט געשריבן:בייבל קריטיק ווערט נישט ניזון אויף ''קשיות וואס דארפן א תירוץ'', אין יעדעס בייבל קריטיקירער ווייסט אויך אז מ'קען אלעס פארענטפערן אויב זאל נתברר ווערן אז ס'איז באמת געשריבן דורך איין מענטש וכו' וכו', און נישט נאר דאס נאר די אלע תירוצים מוז מען באמת נוצן אפילו לשיטתם אויפן 'עורך' - וואס מ'זעהט קלאר אז ער האט געוואלט מאכן סענס און סדר און פראבירט צוזאמשמעלצן די פארשידענע ווערסיעס - איז מסתבר אז ער האט געהאלטן אז מדינים מיט ישמעאלים איז נישט קיין גרויסע סתירה אז ער זאל עס דארפן רעדאגירן, דעריבער דארף מען זאגן ווי דער אבן עזרא.
און אלמלי זאל עס זיין געבויעט אויף קשיות איז אוודאי נאריש צו זאגן אז מיין תירוץ (אז ס'איז צוויי ווערסיעס), איז מער מוכרח ווי דיינס (מפרשי המקרא).
בייבל קריטיק אזי אבער געבויעט אויפן באטראכטן מקרא אן קיין הנחות קדומות, און דן זיין טעקסט פון טעקסט, וואס גאר אסאך מאל ווערן די קשיות נאר נולד נאכן אננעמען די הנחה קדומה. צ.ב. די סיפור בריאת האדם שטייט קלאר אין די תורה צוויי ווערסיעס דערפון איינס נאכן צווייטן, יעצט מ'קען נאר פרעגן 'קשיות' דערויף נאכן האבן כאטש טייל פון די אויבנדערמאנטע הנחות, איז אויף דעם זאגט דער בייבל קריטיק ''מאך נישט קיין הנחות און פרעג נישט קיין קשיות'', (און אויף דעם דרך, איז דאס עצם אננעמען אז איינער האט אלעס געשריבן אן הנחה קדומה).
בנוגע דיינע תירוצימ'לעך, טייל זענען לייטישע טיפישע מפרשי-המקרא תירוצים און טייל זענען גרויסע דוחקים.
דו שרייבסט אז ס'איז געווען א מעמד התראה וואס אויף דעם האט גאט מצווה געווען משה, און 'שפעטער' א מעמד הבאת המכה וואס אויף דעם האט ער מצווה געווען משה צו הייסן אהרן. אין פסוק איז קלאר משמע אז די התראה און הבאת המכה איז געווען גלייך דארט לעיני פראה על היאור; דאס איז דער פשוט'ער טייטש פון "הנה אנוכי מכה במטה" - אט שלאג איך דעם יאור, וכך עשה. דעריבער, ווען איז געווען דער צווייטער ציווי? בפשטות איז עס געווען אויפאיינמאל און גאט איז זיך היפש סותר אין זיינע ציוויים.
איך וואלט מציע געווען אן אנדערן טראדיציאנאלן מפרשי-המקרא תירוץ וואס וועט בעסער שטימען לדעתי: גאט האט באפוילן משה צו שלאגן דעם יאור מיט זיין אלטן באקאנטן שטעקן און איר פארוואנדלען אין בלוט, און אין דער זעלבער צייט זאל אהרן בייגן זיין שטעקן אויף אלע וואסערן פון מצרים און זיי פארוואנדלען אין בלוט.
לויט דעם שטימט אלעס כמין חומר, אלע דיוקים זענען פארענטפערט: קודם שטייט דער ציווי השם צו משה, דערנאך דער ציווי השם וואס אהרן זאל טון. און ס'שטימט נאך בעסער דעם פסוק: "ויעשו כן משה ואהרן וגו'", וואס איז לכאורה שווער, ספעציעל לויט די מבקרי המקרא - וואס האט משה געטון? ער האט איבערגעזאגט דעם ציווי השם פאר אהרן, דאס מיינט אז ער האט געטון כאשר צוה השם? א שטיקל דוחק. לויט דעם פשט איז דאס פארענטפערט.
ולפי זה וועט "וירם במטה ויך את המים" אין פסוק כ' זיך באציען צו משה און נישט אהרן ודו"ק, און אהרנ'ס בייגן זיין שטעקן ווערט נישט דערמאנט אין פסוק נאר דורך אירע קאנסעקווענצן - "ויהי הדם בכל ארץ מצרים".
פון פסוק כד איז קלאר משמע אז נאר דער יאור איז אפעקטירט געווארן.שמן למאור האט געשריבן:עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך זע נישט פון וואו דו נעמסט אז די התראה איז געווען צוזאמען מיטן הבאת המכה. דער דיוק פון 'הנה אנכי' איז גאנץ שוואך, עס מיינט סתם אז אט אט גיי איך דאס טון.תוהו ובוהו האט געשריבן: דו שרייבסט אז ס'איז געווען א מעמד התראה וואס אויף דעם האט גאט מצווה געווען משה, און 'שפעטער' א מעמד הבאת המכה וואס אויף דעם האט ער מצווה געווען משה צו הייסן אהרן. אין פסוק איז קלאר משמע אז די התראה און הבאת המכה איז געווען גלייך דארט לעיני פראה על היאור; דאס איז דער פשוט'ער טייטש פון "הנה אנוכי מכה במטה" - אט שלאג איך דעם יאור, וכך עשה. דעריבער, ווען איז געווען דער צווייטער ציווי? בפשטות איז עס געווען אויפאיינמאל און גאט איז זיך היפש סותר אין זיינע ציוויים.
אין די פסוקים שטייט לכאורה דריי חלקים.
1) די באשעפער הייסט משה ווארענען פרעה (פסוקים יד-י"ט)
2) די באשעפער זאגט פאר משה צו זאגן פאר אהרן צו ברענגען די מכה (פסוק י"ט)
3) משה און אהרן ברענגען פאקטיש די מכה (פסוקים כ-כו)
יעצט בעצם פעלט א חלק פון די מעשה, און דאס איז די חלק ווי משה גייט פאקטיש ווארענען פרעה, דאס ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט. לכאורה איז עס מובן מעליו און עס פעלט נישט אויס צו שטיין, אזוי אז עס גיבט די עלוזיע אז עס איז נישטא קיין הפסק צווישן פסוק י"ח און י"ט, אבער בעצם קומט א הפסק דארטן און עס פעלט די פרטים פון די מעשה, אזוי אז עס מוז נישט זיין אז עס איז געווען לפני פרעה.
נישט אזא שווערע קשיא, ווייל אין די פסוק איז דא א קלארע ציווי השם אז ער זאל דאס איבערזאגן צו אהרן. דער באשעפער האט א ספעציעלן שליחות פאר משה, און א ספעציעלע שליחות פאר אהרן. משה דארף איבערזאגן פאר אהרן וואס צו טון, און אהרן דארף טון. יט) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה 'אֱמֹר אֶל-אַהֲרֹן' 'קַח מַטְּךָ' וּנְטֵה יָדְךָ וגו' און אויף דעם גייט ארויף דעם כ) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן 'מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן' כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה'.. יעדער אויף זיין חלק.תוהו ובוהו האט געשריבן: און ס'שטימט נאך בעסער דעם פסוק: "ויעשו כן משה ואהרן וגו'", וואס איז לכאורה שווער, ספעציעל לויט די מבקרי המקרא - וואס האט משה געטון? ער האט איבערגעזאגט דעם ציווי השם פאר אהרן, דאס מיינט אז ער האט געטון כאשר צוה השם? א שטיקל דוחק. לויט דעם פשט איז דאס פארענטפערט.
פון פסוק כ"א זעט מען שוין אז סיי די יאור און סיי 'כל ארץ מצרים' איז געווארן אפעקטירט פון די דם. אין פסוק כ"ד פארציילט נאר די תורה אז די מצריים האבן פראבירט א טאקטיק פון גראבן וואסער ארום די יאור (וואס איז געווען די עיקר פלאץ פון וואו מען האט גענומען וואסער) נאכן זען אז די יאור (און כמובן אויך די קלענערע נהרים ואגמים וואס ציען זיך פונעם עיקר יאור) איז געווארן בלוט.תוהו ובוהו האט געשריבן:פון פסוק כד איז קלאר משמע אז נאר דער יאור איז אפעקטירט געווארן.שמן למאור האט געשריבן:עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה.
אבער תוהו.. דיין פשט איז גאנץ גוט.. נישט אוועקצומאכן..
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך בין דיר מוחל בלב שלום, רש"י איז אבער דער וואס מאכט די טשולענט פונעם ירושלמי און די 'גרויסע חילוקים אין נ"ך', דארפסטו בעטן מחילה פון איהם...שמן למאור האט געשריבן:רביה"ק, במחילה. דא רעדן מיר פון די תורה, חמשה חומשי תורה, וואס מיר נעמען אן אז עס קומט פון משה מפי הגבורה. גרויסע חילוקים אין נ"ך רעדן מיר נישט דא, דאס איז דאך קלאר אז נ"ך איז געשריבן געווארן דורך מערערע שרייבערס. אזוי אויך רעדן מיר נישט פון קיין קליינטשיגע שינוי ניסחאות אין די תורה ווי די משל פון די ירושלמי, (נערי/זאטוטי, מעון/מעונה וכדומה) וואס האט זיך געמאכט איבער די יארן. מיר רעדן פון גרויסע שינוים וואס וואלט נאר געקענט צושטאנד קומען אויב קומט עס ארגינעל פון באזונדערע שרייבערס.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, די שאלה ווערט נאר ווי אנדערש דארפן צוויי נוסחאות זיין איינס פונעם צווייטן אז ס'זאל באקומען א שטעמפל אלס "צוויי באזונדערע טעקסטס"? צוויי אנדערע מגילות יוחסין פאר'ן זעלבן מענטש דאס איז נאר "צוויי נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט", אבער צו משה האט געהאלטן דעם שטעקן צו אהרן האט עס געהאלטן דאס איז שוין ממש אינגאנצן "צוויי באזונדערע טעקסטס", ווי קען מען עס בכלל אנדערש אנקוקן?
וואס שטערט דיך אזוי שטארק אז די אידישקייט בלייבט גערעכט אפילו מיט ביקורת המקרא? איז דא עפעס א בייעס דא פאר פריקות עול?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: שו"ת אין ביקורת המקרא
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%97% ... 7%91%D7%99
חוקי חמורבי איז פון בערך דריי פיר הונדערט יאר קודם מתן תורה, ס'האט געהייסן צו זיין גאר פאפולערע חוקים.
איז יתכן אז גאט האט אים געגעבן א sneak peak אינעם תורה קודם שניתנה?

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
דאס איז דאך דער רמב''ם'ס מהלך אז די תורה איז נישט געקומען מחדש זיין נייע געזעצן, נאר אויסמענטשלען די אלטע אריינגעבאקנע פרימיטיווע געזעצן.קל וחומר האט געשריבן: חוקי חמורבי איז פון בערך דריי פיר הונדערט יאר קודם מתן תורה, ס'האט געהייסן צו זיין גאר פאפולערע חוקים.
איז יתכן אז גאט האט אים געגעבן א sneak peak אינעם תורה קודם שניתנה?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך וועל טרייען נאך איין מאל, די נעקסטע הקפה טאנץ אליין ביטע. רש"י ברענגט נאך פון די ירושלמי די געדאנק אז מען האט אויסגעוועלט געוויסע ספרים פון אנדערע און מען האט בוחר געווען די ריכטיגע גירסא. דאס האט מען געטון אויף די 'קליינטשיגע חילוקים' אין גירסאות וואס האט זיך געמאכט אויף די תורה מיט די יארן. רש"י שטעלט דאס צו צו די 'גרויסע' חילוקים אין דברי הימים, און איז מסביר אז דא בשעתן שרייבן האט מען עס אויך געטון דורכן אויסוועלן גוטע ספרי יוחסין פון די נישט גוטע, אזוי אז עס האט זיך געקענט מאכן גרעסערע טעותים, ווייל עס קומט טאקע פון אפאר אנדערע ספרים אין שרייבערס!רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין דיר מוחל בלב שלום, רש"י איז אבער דער וואס מאכט די טשולענט פונעם ירושלמי און די 'גרויסע חילוקים אין נ"ך', דארפסטו בעטן מחילה פון איהם...שמן למאור האט געשריבן:רביה"ק, במחילה. דא רעדן מיר פון די תורה, חמשה חומשי תורה, וואס מיר נעמען אן אז עס קומט פון משה מפי הגבורה. גרויסע חילוקים אין נ"ך רעדן מיר נישט דא, דאס איז דאך קלאר אז נ"ך איז געשריבן געווארן דורך מערערע שרייבערס. אזוי אויך רעדן מיר נישט פון קיין קליינטשיגע שינוי ניסחאות אין די תורה ווי די משל פון די ירושלמי, (נערי/זאטוטי, מעון/מעונה וכדומה) וואס האט זיך געמאכט איבער די יארן. מיר רעדן פון גרויסע שינוים וואס וואלט נאר געקענט צושטאנד קומען אויב קומט עס ארגינעל פון באזונדערע שרייבערס.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, די שאלה ווערט נאר ווי אנדערש דארפן צוויי נוסחאות זיין איינס פונעם צווייטן אז ס'זאל באקומען א שטעמפל אלס "צוויי באזונדערע טעקסטס"? צוויי אנדערע מגילות יוחסין פאר'ן זעלבן מענטש דאס איז נאר "צוויי נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט", אבער צו משה האט געהאלטן דעם שטעקן צו אהרן האט עס געהאלטן דאס איז שוין ממש אינגאנצן "צוויי באזונדערע טעקסטס", ווי קען מען עס בכלל אנדערש אנקוקן?
וואס שטערט דיך אזוי שטארק אז די אידישקייט בלייבט גערעכט אפילו מיט ביקורת המקרא? איז דא עפעס א בייעס דא פאר פריקות עול?
די גרויסע הבדל איז אבער, צו מען גייט פון אויבן אראפ אדער פון אינטן ארויף.
דהיינו, ביי דברי הימים, איז דא א שינוי ניסחאות, (טאקע גרויסע חילוקים) ווייל מען האט עס געשריבן בעיסט אויף סתירה'דיגע מקורות און מגילת יוחסין, און מען האט געדארפט בוחר זיין די ריכטיגע, אטאמאטיש איז אריין גרויסע טעותים און סתירות, משא"כ די תורה קומט דאך פון אויבן אראפ. משה האט געשריבן די גאנצע תורה וויאזוי עס איז, יעצט פון דא אין ווייטער מאכט זיך קליינע שינוים מיט די יארן, אבער עד כדי טוישן די גאנצע מעשה צו א סתירה בתוך המעשה קען ממש נישט געשען. (סיידן עס איז טאקע געמאכט געווארן אזוי ווי די דברי הימים מיטן צאמנעמען מתחילה פון עטליכע שרייבערס און ווערסיעס, אבער נישט דאס זאגט רש"י)
רש"י שטעלט נאר צו די חלק פון אויסוועלן ספרים אין בוחר זיין די גוטע ווערסיעס, אבער די חילוק איז הימל אין ערד וכנ"ל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
יתכן, אבער אויב איז די אלטע עין תחת עין א פראבלעם און די תורה קומט דאס מתקן זיין דאן פארוואס שטייט נישט קלאר די תיקון 'דמי' עין תחת עין טאקע לתקן העיוות שע"י חמורבי, פארוואס שטייט דאס ממש אקוראט ווי ביי חוקי חמורבי און חז"ל דארפן ארויפלייגן דערויף א דרשה?כרם זית האט געשריבן:דאס איז דאך דער רמב''ם'ס מהלך אז די תורה איז נישט געקומען מחדש זיין נייע געזעצן, נאר אויסמענטשלען די אלטע אריינגעבאקנע פרימיטיווע געזעצן.קל וחומר האט געשריבן: חוקי חמורבי איז פון בערך דריי פיר הונדערט יאר קודם מתן תורה, ס'האט געהייסן צו זיין גאר פאפולערע חוקים.
איז יתכן אז גאט האט אים געגעבן א sneak peak אינעם תורה קודם שניתנה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
פשטות הפסוק מיינט אז פון דארט האבן זיי גענומען וואסער, איז דאס נישט קיין סתירה צו "ויהי הדם בכל ארץ מצרים"? (הגם אין מדרש איז דא א דעה אז זיי האבן געזוכט און נישט געטראפן, איז דאס נישט פשטות הפסוק)שמן למאור האט געשריבן:פון פסוק כ"א זעט מען שוין אז סיי די יאור און סיי 'כל ארץ מצרים' איז געווארן אפעקטירט פון די דם. אין פסוק כ"ד פארציילט נאר די תורה אז די מצריים האבן פראבירט א טאקטיק פון גראבן וואסער ארום די יאור (וואס איז געווען די עיקר פלאץ פון וואו מען האט גענומען וואסער) נאכן זען אז די יאור (און כמובן אויך די קלענערע נהרים ואגמים וואס ציען זיך פונעם עיקר יאור) איז געווארן בלוט.תוהו ובוהו האט געשריבן:פון פסוק כד איז קלאר משמע אז נאר דער יאור איז אפעקטירט געווארן.שמן למאור האט געשריבן:עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה.
פון דא ביז צוויי מקורות צוזאמגעשמאלצן איז א קאצן שפרינג (קיין איין טראדיציאנאלע מפרש לערנט נישט אזוי, נאר ענליכע מהלכים זענען דא אין מדרש שכל טוב און אין רבינו בחיי)שמן למאור האט געשריבן: אבער תוהו.. דיין פשט איז גאנץ גוט.. נישט אוועקצומאכן..
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי עין תחת עין, דערמאנט דאס פון וואס הרב דר. יהושע בּערמאן שרייבט איבער דעם אז סיי חוקי חמורבי און סיי חוקי התורה זענען געגעבן געווארן אדעתא דהכי פון זיין נישט מער ווי א טעמפּלעט, וואס ארום דעם איז מען מפרש. דאס איז געווען די היסטארישע קאנטעקסט ווי אזוי געזעצן זענען געגעבן/געשריבן געווארן אין יענע תקופה. וכן היא לגבי די לעקס טעליאניס געזעץ פון ״עין תחת עין״. והיינו, דאס איז געשריבן עדי צו לערנען דעם כלל פון מדה כנגד מדה און נישט שטראפן מער פון דעם, ועפי״ז קען מען עס דערנאך פארטייטשן און לערנען בפרטיה ביי די פאל וואו עס מאכט זיך ל״ע טאקע, אויף וואס און וואו דאס פונקטליך באדייט.
ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט פונעם מו״נ בזה (ח״ג פמ״א) אז די געדאנק איז געווען אויסצולערנען מדה כנגד מדה, וחז״ל האבן טאקע געטוישט די אריגינעלע פשט בכתוב.
עס איז מערקווידיג צו באמערקן וואס די צוגעצייכענטע וויקיפידיע בלאט שרייבט בנוגע די השוואה פון ״עין תחת עין״ בין חוקי חמורבי וחוקי התורה והחילוק ביניהם בזה:

על אף העיקרון המשותף של ענישה מידה כנגד מידה, מצוי כאן גם פער בולט: בעוד בתורה ישנו שוויון בפני החוק, בחוקי חמורבי החוק תלוי במעמדות חברתיים - נזק גופני גורר עונש מידה כנגד מידה, אך אם הנפגע הוא בן המעמד הנמוך (משכנם) המזיק מתחייב בקנס כספי בלבד. גם גובה הפיצוי בדיני ממונות מבוסס על מעמד חברתי.