בלאט 1 פון 1
קאזעליטי און פיזיקס
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 9:37 am
דורך צקון לחש
פאלגנד איז א שאלה פון א בעגינער;
שמעתי שהיו אומרים אז אין
ניוטאניען פיזיקס איז נישט דא קיין
קאזעליטי, וויל איך וויסן וואס דאס מיינט?
ווען מען עפלייט א פארס אויף מעטטער מאכט דאך דאס אז די מעטטער זאל זיך רוקן, איז דאס נישט קיין סיבה ומסובב?
@מי אני,
@פארוואס?, וכל חכמי ורבני ביתנו, לאזט אייך ביטע הערן, א דאנק.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 10:25 am
דורך מי אני
לכאורה וואס מ'מיינט דערמיט איז אז אין
ניוטאניען פיזיקס,
זיינע געזעצן, איז נישטא די געדאנק פון
קאָזעליטי אין דעם קאנטעקסט אלס א "הסבר". מיינענדיג, לדוגמא
זיין צווייטע געזעץ זאגט דיר נאר די רילעישאנשיפּ ויחס פון צוויי זאכן אין טערמינען פון א
פאָרס. זהו. ס'איז נישט אז די
פאָרס איז די "סיבה/קאָז" פונעם עקסעלערעישאן; די געדאנק פון
פאָרס איז נישט נובע פון די געדאנק פון
קאָזעליטי.
(ס'איז אביסל ענליך צו דוד הום'ס באקאנטע פילאזאפישע קשיא אויף קאָזעליטי בכלליות; די גאנצע מושג קען נישט זיין אז אונז ווייסן דאס עי פּריארי, ס'איז נאר דאס וואס אונז זעהן אלס אז די ספּעציפישע ב' קומט נאך די ספּעציפישע א'. ולא יותר.)
נאך מער איז געווען לגבי
זיין געזעץ פון גראוויטי. והיינו, אז "וויאזוי" פונקטליך טוהט איין מאסע שלעפן דאס צווייטע איבער א מרחק? וואס פונקטליך איז די קאָזעליטי פון "action at a distance", אָן זיך פיזיש אָנרירן דורך אריינקראכן וכדומה? און אויף דעם האט ער טאקע געשריבן, "איך מאך נישט [דערויף] קיינע היפאטעזיעס." ער האט געהאלטן אז דאס גייט שוין אריין אין מעטאפיזישע חקירות, און עס האט נישט מיט פארמולירן פיזישע געזעצן וואס זענען דאך געבויט אויף
עמפּיריסיזם ומה שניתן לברר בחוש ועקספּערימענט.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 10:37 am
דורך צקון לחש
יישר כחך.
האט דאס מיט דעם ענין פון רעווערסעביליטי? לא-פלאס'עס דימען? קאנסערוועישאן אוו אינפארמעישאן?
אויב יא, קענסטו אפשר תורם זיין א ווארט צוויי איבער דעם?
איך וויל פשוט וויסן צו דאס [אלעס] איז איין סוגיא אדער נישט, עס איז גענוג ראשי פרקים, אויב מעגליך.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 10:54 am
דורך מי אני
בעצם יא. לדוגמא, די געזעצן פון ניוטאן זענען נובע פון
קאנסערוועישאן (פון מאָמענטום), וואס איז נובע פון
נאָטער׳ס טעארעמס איבער סימעטרי
(וואס פירט שוין, ווי-נישט, אריין אין צו לאַפּלאַס׳ שד און ריווערסיבּיליטי).