בלאט 1 פון 2
נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 7:16 pm
דורך היכי דמי
די בארימטע בעל מנגן שמואלי אונגאר האט געמאלדן אז ער הייבט אן א נייע אידישע פאדקעסט מיט די נאמען ״שמואלי קעסט״
אויף איי וועלט רייסט מען עס שוין אונטער. איך ווייס נישט פארוואס.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5&start=25
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 8:31 pm
דורך פונדאַמענטאַל
טיפישע אייוועלט ויכוחים. א נייע זאך - קיימאל נישט געווען - עס איז א חשש קירבה לTV - רבנים - אונזער השקפה - סכנה פאר די חינוך הטהור וכו'. נישט אינטרעסאנט בכלל וואס אייוועלט קעפ טראכטן.
איין נקודה וועל איך יא זאגן, איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דער מדובר האט צופיל וואס צו פארקויפן אויף א פאדקעסט פארמאט ואכמ''ל.
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 8:58 pm
דורך מרדכי מרדכי
זע איך טאקע אז אויף אייוועלט האבן מאנכע טענות אויף עפעס וואס איז נאך אפילו נישט ארויסגעקומען.
ווען מיר צונעמען די טענות 1 ביי 1
עטליכע גלייכן נישט דעם פערזאן - זיי מוזן נישט צוהערן.
אנדערע האלטן אז א פאדקעסט ברענגט די דור נענטער צי די גוישע וועלט - דאס האט מען געזאגט אויף אסאך זאכן און עס איז נישט געשען, אלעס ווענדט זיך אין וועלכע דיירעקשן שמואלי גייט עס נעמען.
טייל זאגן אז די פראבלעם איז אז שמואלי איז א סעלעבריטי ח"ו - נו וואס איז ער שולדיג אז ער איז א סעלעבריטי? מוז ער יעצט בלייבן שטיל לעולם ועד?
עס געפעלט מיך ווי מענטשן באשמוצן עפעס וואס איז נישט גע'אסר'ט אויף א פלאץ וואס קיין איין רב האט נישט מתיר געווען .
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 8:58 pm
דורך מתבודד
איין נקודה וועל איך יא זאגן, איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דער מדובר האט צופיל וואס צו פארקויפן אויף א פאדקעסט פארמאט ואכמ''ל.
ער האט פונקט אזוי סאך צו פארקויפן ווי יעדע צווייטע פאדקעסטער אין די וועלט האט ואכמ"ל...
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 9:04 pm
דורך שערי יושר
מרדכי. דאס אז וואס די זאגסט אויב זיי האבן א פראבלעם דארפן זיי נישט ציהערן און זיי דארפן נישט בונטעווען. קען מען זאגן די זעלבע ווען די עקסטרעמע טערארעזירן געשעפטס אייגענטומער, צוליב אידישקייט.
אבער סאיז נישט קיין טענה ווייל זיי פארפירן קעגן פריצות אויך פאר יענעם (אדער נאר פאר יענעם)
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 9:10 pm
דורך מרדכי מרדכי
שערי יושר האט געשריבן:מרדכי. דאס אז וואס די זאגסט אויב זיי האבן א פראבלעם דארפן זיי נישט ציהערן און זיי דארפן נישט בונטעווען. קען מען זאגן די זעלבע ווען די עקסטרעמע טערארעזירן געשעפטס אייגענטומער, צוליב אידישקייט.
אבער סאיז נישט קיין טענה ווייל זיי פארפירן קעגן פריצות אויך פאר יענעם (אדער נאר פאר יענעם)
עס איז טאקע די זעלבע זאך
איך האלט אז עס איז יא א טענה
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 9:17 pm
דורך שערי יושר
למעשה אייוועלט איז א פארום ווי מען ליפטערט זיך אויס מיטן זאגן מיינונגען.
קען דער איד זאגן אז ער האלט אז סאיז א פראבלעם. ווי לאנג ער רודפט נישט קיינעם.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 11:29 pm
דורך שפילער
שערי יושר האט געשריבן:למעשה אייוועלט איז א פארום ווי מען ליפטערט זיך אויס מיטן זאגן מיינונגען.
קען דער איד זאגן אז ער האלט אז סאיז א פראבלעם. ווי לאנג ער רודפט נישט קיינעם.
אבער סאיז טו מאטש , יעדע זאך מיזן זיי מוחה זיין , און די פראבלעם איז אז זיי זענען משפיע ווען זיי זענען מוחה דערשרעקן זיך מענטשן למשל פאריגע וואך האט וועלוועל שמעלצער געהאלטן שיינע אינטערוויוס איינס נאכן אנדערן וועגן מיכאל פליצלינג האט זיך עס געסטאפט און ביי זיין ליל שישי שמיעס האט ער גערעדט פון עים אפשר דריי מיניט און נארמאל וואלט ער זיכער מאריך געווען אבער וויבאלט די אייוועלט מוחים האבן געמיזט מוחה זיין האט ער גענימען א שווייגעניש
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 11:44 pm
דורך [NAMELESS]
שפילער האט געשריבן:שערי יושר האט געשריבן:למעשה אייוועלט איז א פארום ווי מען ליפטערט זיך אויס מיטן זאגן מיינונגען.
קען דער איד זאגן אז ער האלט אז סאיז א פראבלעם. ווי לאנג ער רודפט נישט קיינעם.
אבער סאיז טו מאטש , יעדע זאך מיזן זיי מוחה זיין , און די פראבלעם איז אז זיי זענען משפיע ווען זיי זענען מוחה דערשרעקן זיך מענטשן למשל פאריגע וואך האט וועלוועל שמעלצער געהאלטן שיינע אינטערוויוס איינס נאכן אנדערן וועגן מיכאל פליצלינג האט זיך עס געסטאפט און ביי זיין ליל שישי שמיעס האט ער גערעדט פון עים אפשר דריי מיניט און נארמאל וואלט ער זיכער מאריך געווען אבער וויבאלט די אייוועלט מוחים האבן געמיזט מוחה זיין האט ער גענימען א שווייגעניש
זייער גוט אז וועלוועל האט אויפגעהערט מיט די אינטעוויאס עס איז געווען וועי טו מאטש
גראדע דארט אין אייוועלט ברענגן זיי ארויף עטליכע גוטע נקודות פארוואס ער איז נישט גוט פאר א פאדקעסט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:16 am
דורך שפילער
עמעזאן האט געשריבן:שפילער האט געשריבן:שערי יושר האט געשריבן:למעשה אייוועלט איז א פארום ווי מען ליפטערט זיך אויס מיטן זאגן מיינונגען.
קען דער איד זאגן אז ער האלט אז סאיז א פראבלעם. ווי לאנג ער רודפט נישט קיינעם.
אבער סאיז טו מאטש , יעדע זאך מיזן זיי מוחה זיין , און די פראבלעם איז אז זיי זענען משפיע ווען זיי זענען מוחה דערשרעקן זיך מענטשן למשל פאריגע וואך האט וועלוועל שמעלצער געהאלטן שיינע אינטערוויוס איינס נאכן אנדערן וועגן מיכאל פליצלינג האט זיך עס געסטאפט און ביי זיין ליל שישי שמיעס האט ער גערעדט פון עים אפשר דריי מיניט און נארמאל וואלט ער זיכער מאריך געווען אבער וויבאלט די אייוועלט מוחים האבן געמיזט מוחה זיין האט ער גענימען א שווייגעניש
זייער גוט אז וועלוועל האט אויפגעהערט מיט די אינטעוויאס עס איז געווען וועי טו מאטש
גראדע דארט אין אייוועלט ברענגן זיי ארויף עטליכע גוטע נקודות פארוואס ער איז נישט גוט פאר א פאדקעסט
וועם גייט עס אן פונקטליך? וועסט האבן נאך א גשמאקע אינטערוויו אויסצוהערן אויפן הייוועי
און דיין צווייטע נקודה , מענטשן כאפן נישט אז למשל שמואלי אונגר קען אויך ליינען אייוועלט און ער ליינט לכאורה, וויזוי דארף ער פילן ווען ער ליינט דעי אלע קריטיק אויף עים?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:23 am
דורך [NAMELESS]
שפילער האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:שפילער האט געשריבן:שערי יושר האט געשריבן:למעשה אייוועלט איז א פארום ווי מען ליפטערט זיך אויס מיטן זאגן מיינונגען.
קען דער איד זאגן אז ער האלט אז סאיז א פראבלעם. ווי לאנג ער רודפט נישט קיינעם.
אבער סאיז טו מאטש , יעדע זאך מיזן זיי מוחה זיין , און די פראבלעם איז אז זיי זענען משפיע ווען זיי זענען מוחה דערשרעקן זיך מענטשן למשל פאריגע וואך האט וועלוועל שמעלצער געהאלטן שיינע אינטערוויוס איינס נאכן אנדערן וועגן מיכאל פליצלינג האט זיך עס געסטאפט און ביי זיין ליל שישי שמיעס האט ער גערעדט פון עים אפשר דריי מיניט און נארמאל וואלט ער זיכער מאריך געווען אבער וויבאלט די אייוועלט מוחים האבן געמיזט מוחה זיין האט ער גענימען א שווייגעניש
זייער גוט אז וועלוועל האט אויפגעהערט מיט די אינטעוויאס עס איז געווען וועי טו מאטש
גראדע דארט אין אייוועלט ברענגן זיי ארויף עטליכע גוטע נקודות פארוואס ער איז נישט גוט פאר א פאדקעסט
וועם גייט עס אן פונקטליך? וועסט האבן נאך א גשמאקע אינטערוויו אויסצוהערן אויפן הייוועי
און דיין צווייטע נקודה , מענטשן כאפן נישט אז למשל שמואלי אונגר קען אויך ליינען אייוועלט און ער ליינט לכאורה, וויזוי דארף ער פילן ווען ער ליינט דעי אלע קריטיק אויף עים?
איינער שטעלט זיך ארויס אין פובליק איז אוטומאטיש א פאבליק פיגור און איז לכתחילה אויסגעשטעלט פאר קריטיק
קיינער אטאקירט עם נישט פערזענליך שמואלי איז באמת א גאלדענע יונגערמאן און א טאפ זינגער אבער דירעקט נישט געמאכט געווארן צו רעדן פאר א ציבור מחמת כמה טעמים וואס ווערט דארט אויסגעשמועסט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:16 am
דורך מתבודד
גראדע האב איך לעצטנס געטראפן אויף אייוועלט א ריזיגע הערליכע אינטערוויו וואס זיי האבן אפגעהאלטן מיט שמואלי אונגאר, כ'מוז זאגן, אפילו כ'האב נישט געהאט קיין נערוון צו ליינען די גאנצע איז עס געווען א הערליכן שטיקל און גאר זאפטיג אראפגעלייגט.
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:19 am
דורך הרבי האמיתי
ס'געפעלט מיר ווי די מענטשן וואס האבן א פראבלעם ווען שמואלי טיילט דיעות אין אידישקייט זענען די זעלבע וואס האבן א מיינונג אויף יעדע נייע זאך וואס קומט ארויס
היוצא לנו מזה מען מעג נאר זאגן א מיינונג אויב די מיינונג איז להחמיר און אויב די טאטע האט א שול
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:26 am
דורך הרבי האמיתי
נאך א נקודה ווען זיי זאגן אז די עצם געדאנק פון א פאדקעסט איז א פראבלעם וואס זיי מיינען באמת איז אז entertainment איז א פראבלעם וואס מען קען אויך ליינען אז מיר טארן נישט זיין entertained אין אנדערע ווערטער די פראבלעם איז אז מענטשן ענדשזויען אבער דאס הערט זיך זייער פארביטערט לייגט מען עס אריין אין שיין קלינגענדיגע ווערטער ווי גויישע זאכן און דאס גלייכן
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:05 am
דורך שערי יושר
פאדקעסטס זענען זעלבסשטענדיקע voices
אן קיי ןאיינפלוס פון מידיע קאמפאניס, ממילא האבן די פרומע א פראבלעם
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:54 am
דורך צקון לחש
עצה טובה פאר א פאדקעסטער וואס וויל דורך מאכן די היימישע עפראוועל אלגאריטאם, צו זיכער מאכן צו דערמאנען אין יעדע עפיזאד די פאלגנדע קאוד ווערטער ווי מער;
- "אונז פשוט'ע מענטשן"
- "אזא שווערע וועלט"
- "אונז האבן אוודאי נישט קיין השגה.. אבער.."
- "יעדער זאל אוודאי פרעגן זיין דעת תורה"
- "דאס אלס קומט פון לערנען גמרא אלץ בחור"
- "נישט אז מ'מוז פארשטיין, אבער ס'קען זיין.."
- "נו, חכמה בגויים תאמין שטייט דאך"
- "ס'איז דאך א צורך הדור פאר די אלע קראנקע און גרושים נעבעך"
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:04 am
דורך גדעון
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:24 am
דורך טאמבל סאס
הרבי האמיתי האט געשריבן:ס'געפעלט מיר ווי די מענטשן וואס האבן א פראבלעם ווען שמואלי טיילט דיעות אין אידישקייט זענען די זעלבע וואס האבן א מיינונג אויף יעדע נייע זאך וואס קומט ארויס
היוצא לנו מזה מען מעג נאר זאגן א מיינונג אויב די מיינונג איז להחמיר און אויב די טאטע האט א שול
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
ניין, איך האב א פראבלעם מיט שמואלי פאר א פארקערטע ריזען: ביי מיר איז ער אין די זעלבע קאטעגאריע פון מאטי אילאוויטש - ווייל ער גיבט נישט אובאכט וואסערע ווערטער ער זאגט אין זיינע ניגונים. אגב, האט נאך איינער געזעהן דער איוואנדזשעליקעל און פעדאפיליק (סאררי פאר די סלייטלי מיסרעפרעזענטירנדע לעיבל..) יוטיוב קליפ וואס ער האט געמאכט? די אייזקירעים, די קאלערינג פאודערס און דאס שאו-קעיסינג פון די אלע עבודה זרהל'עך און פסלים וואס אכשר דרא'דיגע אידישקייט האט צו פארקויפן?
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:28 am
דורך שערי יושר
איך האב עם נישט ליב פשוט אלס זיין פויערישקייט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:40 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
צקון לחש האט געשריבן:עצה טובה פאר א פאדקעסטער וואס וויל דורך מאכן די היימישע עפראוועל אלגאריטאם, צו זיכער מאכן צו דערמאנען אין יעדע עפיזאד די פאלגנדע קאוד ווערטער ווי מער;
- "אונז פשוט'ע מענטשן"
- "אזא שווערע וועלט"
- "אונז האבן אוודאי נישט קיין השגה.. אבער.."
- "יעדער זאל אוודאי פרעגן זיין דעת תורה"
- "דאס אלס קומט פון לערנען גמרא אלץ בחור"
- "נישט אז מ'מוז פארשטיין, אבער ס'קען זיין.."
- "נו, חכמה בגויים תאמין שטייט דאך"
- "ס'איז דאך א צורך הדור פאר די אלע קראנקע און גרושים נעבעך"
Copyright by Y S Dresdner
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:27 pm
דורך [NAMELESS]
מען קען מיינען אז שמואלי איז די ערשטער דורכצוברעכן פאר א חסיד צו האבן א פאדקעסט לנוח ידוע ער איז נישט די ערשטער אויך נישט די צווייטער עס איז נאר די עולם לויט ווי אזוי מען קען עם איז ער נישט געאייגנט פאר דעם
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:51 pm
דורך צקון לחש
מ'קען מיינען אז איינער צווינגט איינעם צו צוהערן די אדער יענע פאדקעסט..
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:35 pm
דורך כוואליעס
די אייוועלט אידן זענען די חברה וואס שעפן זייער חיות דורוך אראפרייסן אנדערע אויף אידישקייט, דאס מאכט זיי זיך פילן פאר א שטערקערע איד, עס איז אזא בחינה פון א סאטמערע ווי מער ער האקט אויף די ציונים אלס א שטערקערע איד איז ער,
מיר באדערט עפעס אנדערש פון אייוועלט, די אדווערטייזינג דאס גייט אויף די נערוון