מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:13 am
דאס שידוכים קריזיס איז יעדן באקאנט, ס'איז ליידער דא אסאך היימישע בחורים און מיידלעך, און שידוכים גייט שווערער ווי ס'פלעגט אמאל גיין.
נו, איז דאך א פראבלעם, ווי דער קרית יואל'ער רב זאגט מיטן באוויסטע תנועה, ס'איז א גרויסער פראבלעם'...האבן זיך די עסקנים אפגעלאזט פון זיך באשעפטיגן מיטן ביליגער מאכן חתונות, און זיך אריינגעטוהן אין דער גרעסערער פראבלעם, אז דער עולם קען נישט טוהן קיין שידוך, מען האט געמאכט מערערע אסיפות פון רבנים שליט"א און גרויסע ערנסטע עסקנים, צי זעהן וואס האט גורם געווען די פראבלעם, וויאזוי עס האט זיך אנגעפאנגען און אנטוויקעלט אדער דערקייקעלט (איך וועל גיין מיט די לעצטע ווייל סאיז א געשמאקערע ווארט און מ'ניצט עס ווען עפעס גייט פון גוט צי שלעכט) צו דער מצב מיט וואס אונז האמיר זיך דערזעהן די לעצטע פאר יאר, און וויאזוי קען מען לינדערן און האפענטליך אפשטעלן דעם פראבלעם, איז מען געקימען צי דעם מסכנה, אז דער הויפט גורם זענען די עלטערן, ווייל זיי זענען זייער פיקי. אזוי ווי דער וואטסאפ גענעראל ר' יונתן שווארץ זאגט, היינט וויל מען נאר וואס מען קען נישט באקומען... און די סברה גייט אזוי: אויב איינער וויל מיך נעמען, וויל איך זיי נישט, ווייל איך וויל נאר איינער וואס וויל מיך נישט, ווייל איך וויל ארויפגיין א דרגה אונעם געזעלשאפט לייטער.
אה,
הייסט אזוי, דו, אין דיין פערציג יאר עסן קיגל, האסטו נישט מצליח געווען צי באקומען רעספעקט, צי ווייל די האסט דיך קיינמאל אהערגעשטעלט אלס א מענטש, צי די ביסט א שלימזל, האסטו דיך זיך יעצט אנגעלייגט אויף דיינע קינדער, אז זיי זאלן דיך העלפן ווערן א שטיקל אנגעזעהנע מענטש, דורך זיך משדך זיין מיט אזויגעריפענע שעהנע משפחות.
ר' איד.! דיינע קינדער זענען נישט דיינע בילעטן פאר א בעסערע פלאץ אין געזעלשאפט. דאס האסטו געדארפט טוהן אין ישיבה, ווען די האסט
גערויכערט אינדרויסען ציזאמען מיט די ליידיגייערס, ווען די האסט געפיפען דיינע עלטערן אין פנים אריין, און געטון וואס ס'האט דיך דעמאלטס געשמעקט.
יעצט, אז די זעהסט דיך מיט ערוואקסענע קינדער אין די יארן, און די מציאות פראסקעט דיך אין פנים אז די ביסט נישט דער וואס די האסט געמיינט אדער זיך איינגערעדט דו ביסט, נעם נישט דיינע קינדער אלס משכונות אין א קאמף צי ווערן א שיינער איד.
נאכהער איז דא א ערנסטע פראבלעם ביי די מיידלעך.
יא, די איידעלע ערליכע צניעות'דיגע בית רחל מיידלעך, זיי האלטן מער נישט ביים נעמען קרעפ.
ליידער אזא מין פעמעניזעם מי טו מאוומענט,
זיי פארלאנגען עפעס פאר זיך אויך ר"ל, זיי האלטן מער נישט ביים נעמען עביוז פון זייער בן זוגם ,זיי האבן אביסל זעלבס-ווערדע, וואס דאס איז טאקע די סיבה פון אסאך גיטין היינט ציטאגס קעגן אמאל. ניין ס'האט גארנישט מיט סמארטפאונס, ווי אלע אויסגעפאשעטע, אנגעשפארטע, קוויטל פאקעטירערס, קעדילעק-רייזענענדע, רבנים שליט"א בונטעווען. ניין ווי איינער דא פון די גאונים חברי הפארום האט ארויסגעברענגט זייער גוט, אז סקומען די אזויגעריפענע מחנכים עדזשוקעיטארס, מיט א מעסטערס דעגרי אין חאלופטשעס, פון יונייטיד טאלמודיקעל סאפארי, מיט די גאונישע אויסטרעף אז די סיבה פארוואס עס איז דא אזויפיל גיטין, איז ווייל מ'האט סמארטפאונס ממילא געבט מען זיך נישט אפ מיט די ווייב מבויט נישט קיין קשר וכו' וכו' זאגט ער אזוי דער מעמבער דא (כ'געדענק שוין נישט ווער מזאל מיך זאגן וועל עס צי'עדיטן) אמאל פערציג פיפציג יאר צוריק צי אפילו צוואנציג יאר צוריק, פלעגט מען אריינפרעגלען די חתנים און יונגעלייט, אז א ווייב איז נישט קיין חבר'טע ס'איז א גראדע שותפות אין די בעבי פעקטארי, וואס מען וועט עפענען פאר פראדאקשן, גלייך פונעם חתונה, און מזאל זיך נישט פארפרויערן וכו' וכו' און זיי פלעגן חוזק'ן אפשפעטן און אוועקמאכן פון די יונגעלייט וואס האבן געוואלט האבן עפעס מער מיט די ווייב ווי סתם דער בעבי מאכער. קומען זיי יעצט אז סמארטפאונס מאכן חרוב אידישע שטובער ווייל מאיז נישט ביזי און מקוקט נישט אן די ווייב...
אקעי ווי האלט איך דא? איך פלי דא ארום בענין לעניין באותו ענין, אה! מיט די מיידלעך, זיי ווילן האבן א שטיקל לייף פאר זיך אויך, ניין ניין, סאיז זיי נאכנישט בייגעפאלן אז זיי מיזן נישט חתונה האבן מיט די משפחה-ווענדעריי ערעינדזשט מערידזשעס, אבער זיי זענען נישט אינטערעסירט צי ווערן ווייבער ביי די אכצן ניינצן, איך זאג ווייבער, ווייל די ווארט כלה איז א סקעם א אויגן פארבלענדעניש, כלה איז אזא געשמאקע איידעלע ראמאנטישע זאך, ווען מ'באקומט מתנות און מאיז פרייליך און מ'דמיונט אוועק ווי גוט די לעבן וועט זיין, אבער דאס האלט אן פאר אפאר חדשים, ביז מ'טרעפט זיך יענע נאכט מיט א פארשוויצטער פרעמדע זכר העכער זיך, און פאר וואס ווען, פאפט מען רעכטס און לינקס בעביס. אין דער ריעליטי פראסקעט אין פנים וואו א שניי זארוכווע. נאר וואס יא, די מיידלעך זענען מער נישט אינטערעסירט צי ווערן ווייבער און מאמעס ביי די זיבעצן אכצן, זיי ווילן ענדערש ווארטען ביז די צוואנציג - איין און צוואנציג צו חתונה האבן, זיי ווילן אביסל אינדזשויען לייף, זיי האלטן גוט באצאלטע דזשאבס, מיט וואס זיי קויפן און רעטירנען קליידער און שיך, פון עמעזאן זערע טווענטי וואן סענטשורי, זיי האבן זיך חברט'עס מיט וועם זיי טשילן יעדע זינטאג אינוואדירן די דעפארטמענט סטארס אין מאנהעטן, און ביינאכט גייען זיי צי דאמינא פארק ווי זיי פלעפלען ארום מיט א געשמאק, הפנים די מוידן האבן זיך בארעכנט אז עס איז ליבערשט צי פארברענגען מיט די חברט'עס אלס מיידלעך אין פארק, ווי צי פלוישטערן אויפן טעלעפאון אנגעשוואנגערט,
און ממילא ווערט א פראבלעם מיט שידוכים, ווייל עס איז דא מאנגל אין עוועיליבל מיידלעך.
(יא, דער שערי יושר, וואס ספעמט ק"ש די לעצטע חודש מיט הינדערטער קורצע תגובה'ס, האט זיך דערשלאגן צו שרייבן עפעס לאנגס)