בלאט 1 פון 1

ג' אייר - ה' אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:24 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:36 pm
דורך אלע צוזאמען
no way! :lol: וואו איז דאס גוט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:41 pm
דורך וואלווי
Maybe I missed something אבער ווי קומט אויס די קאפיטלך אין א סדר? און פון וועלעכע סדר?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:Maybe I missed something אבער ווי קומט אויס די קאפיטלך און א סדר? און פון וועלעכע סדר?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:30 pm
דורך אינטערסאנטער
זאגט מיר איינער א ווערטל: כל האוכל ושותה בשלישי באייר כאילו התענה בחמישי באייר.....

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:20 am
דורך berlbalaguleh
קרן זוית: דא איז געשעהן אן אנדער נס. ספעציעל פאר אונז קנאים אשר בשם ה' קורים (אדער כורעים).

די יארצייט/ן פון 2 צדיקים פאלן אויס ארום דעם יום המר והנמהר ה' אייר, רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

די יארצייט פון הרה"ק מ'שארמאש זצוק"ל (דער ערשטער און עכטער) פאלט אויס אום ד' אייר. שטעלט אייך פאר ווען ס'וואלט ח"ו הס מלהזכיר אויסגעפאללן א טאג שפעטער, רחמנא ליצלן (כבר אמרנו). וואלט מען נישט געקענט פראווען די יארצייט סעודה. נאר מיט פאסטן. (אבער לכה"פ נישט מיט עסן בפרהסיא).

די יארצייט פונ'ם ערשטן ספינקער רבי'ן זצוק"ל פאלט בחסדי ה' אויס אום ו' אייר. א טאג נאך דעם יום המר והנמהר. דאס איז א נפקא מינה פאר די קינדער און אייניקלעך פון הרה"ק מ'ספינקא מורינו ורבינו הרב הגאון הצדיק ר' ר"ר שמואל צבי האראוויץ זצוקללה"ה.

זיינע קינדער און אייניקלעך (פון משפחת האראוויץ) וואלטן נישט געקענט פראווען די יארצייט פונ'ם זיידן מיט א סעודה. נאר מיט פאסטן און זאגן תחנון.

די אנדערע אייניקלעך פונ'ם אמרי יוסף די עכטע. בן אחר בן. וואלטן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט דעם. בכל אופן. ס'איז עקסטער חסדים פון אייבישטן אז זאכן זענען אזוי.