התאחדות הרבנים דארצות הברית ומעקסיקאו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

התאחדות הרבנים דארצות הברית ומעקסיקאו

שליחה דורך מחונך »

איך דריי מיך שוין ארום א לענגערע צייט מיט פארשידענע טעאריעס וועגן אידישקייט. ווי מיר אלע ווייסן, האט דער אידישקייט בוך זיך געשלאסן מיט בערך זעכציק יאר צוריק. זייט דעמאלסט, איז חדש אסור מן התורה. אזא, איך שפעקוליר שוין לאנג איבער געוויסע היפאטעטישע פעלער וויאזוי זאכן וואלטן אויסגעזען היינט ווען געוויסע זאכן שטעלן זיך אויס אויף געוויסע אופנים. וזה החלי.

שטעלט אייך פאר אז אלע גדולי ישראל פונעם פאריקן דור לאנדען אין פלארידע. קודם כל, התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדע, (איך האב בדוקא נישט געניצט דעם ציונישן אויסלייג , פוי!) וואלט געווען דארצות הברית ומעקסיקאו. קרית יואל וואט געווען אין טענעסי. אבער די גלילות וואלטן אריינגענומען אויך פלארידע. אלע היימישע ווייבלעך וואלטן נישט אויסגעהאלטן די היצן און וואלטן אפגעזונדערט און דעם טרייפענעם ניו יארק. התאחדות דאצהבו"מ, וואלט ארויסגעגעבן שטרענגע קול קורא'ס אז מען טאר נישט גיין קיין ניו יארק! וועלכער איז באקאנט אלס הויפטשטאט פון טומאה רח"ל!
עס וואלטן געוועזן שוידערליכע מעשיות וויאזוי היימישע פרויען גייען אן בושה קיין מעיסי'ס! דרייען זין אין וויליאמסבורג! וועלכע איז באקאנט אלס הויפטשטאט פון די יאפיס רח"ל! און ווער רעדט נאך וועגן קריים!
זיי ווילן זיך אפקילן, זאלן זיי טרינקען וואסער מיט אייז! נישטא קיין בעסערס! נישטא קיין היתר אפילו "לצורך פרנסה!"
אלס, גדר, ווי אויך אלס חשש שעטנ"ז, וואלטן די רבנים געאסרט קויפן מאנטלען.
די רבנים פארשטייט זיך , וואלטן אלע געזומערט אין ברוקלין. עס וואלטן נאר געמעגט מיטקומען מיט זיי די גבאי, הויז בחור, איסורים פארוואלטער, און צוויי פאטאגראפירער. ווער עס וואלט געפרעגט וואלט מען פארשריגן אלס לץ און אפיקורס.
די היימישע ווייבלעך, וואלטן אנשטאט אנגעטוען שטיוול אינעם ווינטער, וואלטן זיי אין די זומער, אנגעטאן $700 דאלארדיקע סליפערס וואס זייער שוויגער האט זיי געקויפט ווען זי איז געווען אין ניו־יארק.
די היימישע עולם וואלט געגאנגען מיט די שמונה בגדים, אבער די וואס אין איצטיקן גילגול האבן קוטשמעס אין די ווינטער, וואלטן געהאט ווייסע שטאפענע הוטן אין אין די זומער.
איין ספק האב איך נאך, וואס וואלט געווארן מיט די רבישע פעלצן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מחונך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר