בלאט 1 פון 5

איסור אויף AI

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:42 pm
דורך כלבאשבוע
ביד״צ דחסידי סקווירא איז מפרסם א גילוי דעת אז AI איז אסור בתכלית האיסור:

״יתכן שכעת עדיין לא ידוע וניכר לכל אחד גודל וחומר הסכנה, אבל נתברר לנו כי בנפשינו הדבר והוא פח יוקשים לכולנו הקטנים עם הגדולים ה״י״

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:46 pm
דורך שפילער
דאס מיינט אז די פילטער קאמפעניס גייען עס בלאקן אונדז זעמיר טיף אין די ערד

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 2:11 pm
דורך סקעפטיקער
עס איז אויך דא אויף טעקסט מעסעדזש, גייט מען אנהייבן פילטערן טעקסט מעסעדזשעס?

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 2:13 pm
דורך מר. קלונימוס
סקעפטיקער האט געשריבן:עס איז אויך דא אויף טעקסט מעסעדזש, גייט מען אנהייבן פילטערן טעקסט מעסעדזשעס?
מ'קען אויך קאלן א נאמבער

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 2:13 pm
דורך שמן למאור
סקעפטיקער האט געשריבן:עס איז אויך דא אויף טעקסט מעסעדזש, גייט מען אנהייבן פילטערן טעקסט מעסעדזשעס?
מען וויל שוין לאנג אסר'ן טעקסט מעסידזשעס, יעצט האט מען שוין אן אויסרייד.. די טאטע מאמע וועלן מוזן אינטערשרייבן אז זיי פארמאגן נישט קיין טעקסט, איידער מען וועט אננעמען די קינדער אין די מוסדות... ברעיס יורסעלף...

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 2:30 pm
דורך סקעפטיקער
מר. קלונימוס האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:עס איז אויך דא אויף טעקסט מעסעדזש, גייט מען אנהייבן פילטערן טעקסט מעסעדזשעס?
מ'קען אויך קאלן א נאמבער
וואס איז די נומבער?

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 2:36 pm
דורך קאצקע ציקער
אט אט קימט (ס'איז שוין)ארויס AI אויף טעלאפאן הייסט דו וועסט קענען פרעגן עפעס און זיי וועלן דיר ענטפערן

ברעיס יורסעלף זיי גייען אסר'ן די גאנצע סעל פאן...

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 3:00 pm
דורך berlbalaguleh
כלבא שבוע: אבער וואס זאגן די רבנים? עפעס א מילתא בטעמא. א חשש רחוק. א "לשיטתם". כאטש עפעס א שטיקל הסבר. סתם אזוי גיין און אסר'ן. ווייל זיי האבן דעם כח.

איך האב געקלערט אז אפשר האבן די רבנים מורא אז מ'וועט פרעגן שאלות פון עי. איי. און ער וועט ענטפערן. נאר איך גלייב קוים אז ער קען האבן אין זיין דאטא באזע אלע ד' חלקי שו"ע און רמב"ם און די אנדערע פוסקים ראשונים ואחרונים מיט אלע שו"ת. און ער (זי) זאל קענען מכריע זיין ארויסצוברענגען א קלארן פסק דין.

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 3:07 pm
דורך צקון לחש
...און איך האב געמיינט אז AI וועט ווערן אויפגענומען מיט צוויי הענט אין אונזער געמיינדע, נאכפאלגנדיג ארטיפישעל שמחה, געשמאק, נחת, רואיגקייט, און שיינקייט...

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 3:40 pm
דורך הוגה
ס'איז דא איין טעאריע אז דער קול קורא איז אויך געשריבן געווארן דורך AI.

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 4:03 pm
דורך קהל'ס נער
כלבאשבוע האט געשריבן:ביד״צ דחסידי סקווירא איז מפרסם א גילוי דעת אז AI איז אסור בתכלית האיסור:

״יתכן שכעת עדיין לא ידוע וניכר לכל אחד גודל וחומר הסכנה, אבל נתברר לנו כי בנפשינו הדבר והוא פח יוקשים לכולנו הקטנים עם הגדולים ה״י״
AI איז אסור און מיר ווייסן נאך נישט פארוואס
ס'וועט נעמען נאך אפאר וואכן צי אויפקימען מיט א סיבה
בתקוה להבנה ואתכם הסליחה
ביד"ץ סקווירא

Re: איסור אויף AI

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 4:06 pm
דורך פרנס החודש
Curtesy to Elon Musk. Such clowns.

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 4:23 pm
דורך סקעפטיקער
איך זעה נישט פארוואס די עולם פארשטייט נישט פארוואס די רבנם אסר'ן עס, מ'קען אים געהעריג אנפרעגן בכל עניני מינות (תרתי משמע) און ער ענטפערט גערן. פארוואס זאלן זיי דאס נישט אסר'ן?

Re: איסור אויף AI

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 4:49 pm
דורך החוקר
@סקעפטיקער, די פערדישקייט איז נישט דאס עצם האלטן אז עס מען קען צוקומען צו א פראבלעם און מען דארף שטיין ווייט. עס איז די געדאנק צו שיסן אן איסור אן אפילו וויסן וואס און אויף וואס די איסור איז.

סך הכל וואס מען קען טון אויף עי. איי., איז כאפן א שמועס; פרעגן קשיות וכדו'. אפשר זאלן זיי אסר'ן צו שמועסן מיט חברים ווייל מתוך שמועסן קען מען רעדן ניבל פה, מינות וכדו'.

אויב איינער שרייבט זיך צווייפלהאפטיגע זאכן (לשיטתם) מיט AI איז די פראבלעם די גברא נישט די חפצא. איז וואס פינקטלעך איז די איסור.

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:10 pm
דורך ערנסטגערעדט
דערמאנט מיר א מנהל אין ישיבה וואס האט געגעבן א פסק פארן רופן טשא-טשא (cha-cha)
ער האט געשריגן קולות היתכן איך האב גערופן מיסטער אינטערנעט…

גראדע דער AI קען כל התורה כולה, אבער מוראדיג ליבעראל
כהאב אים געבעטן צו מאכן א תורה פאר פורים פרשת משפטים און א שבע ברכות האט ער נאר באוויזן זיי משלב צו זיין אז מרדכי האט געוואלט סאשעל דזשאסטיס, און משפטים איז דאך אויך כולו דזשאסטיס, און א מאן דארף אויך וויסן ווען מהאט חתונה אז מדארף האבן דזשאסטיס
טו מאטש דזשאסטיס
העמיר ענדערש צוריקגיין צו די בלעכענע הויזן פון משפטים

Re: איסור אויף AI

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:23 pm
דורך צוזאמגעדרייט
י AI איז גאר איינגעהאלטן ווען עס קומט צו עדאלט קאנטענט אפילו בלויז אין טעקסט! סא ווייסעך נישט וואס זעי פארפירן.

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:32 pm
דורך קאצקע ציקער
החוקר האט געשריבן:@סקעפטיקער, די פערדישקייט איז נישט דאס עצם האלטן אז עס מען קען צוקומען צו א פראבלעם און מען דארף שטיין ווייט. עס איז די געדאנק צו שיסן אן איסור אן אפילו וויסן וואס און אויף וואס די איסור איז.

סך הכל וואס מען קען טון אויף עי. איי., איז כאפן א שמועס; פרעגן קשיות וכדו'. אפשר זאלן זיי אסר'ן צו שמועסן מיט חברים ווייל מתוך שמועסן קען מען רעדן ניבל פה, מינות וכדו'.

אויב איינער שרייבט זיך צווייפלהאפטיגע זאכן (לשיטתם) מיט AI איז די פראבלעם די גברא נישט די חפצא. איז וואס פינקטלעך איז די איסור.
אקעי לויט דיר וואס דארף מען בכלל א פילטער און פארוואס זענען די רבנים ארויסגעקימען בכלל קעגן אינטערנעט , די פראבלעם איז די גברא נישט די חפצא.

Re: איסור אויף AI

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:32 pm
דורך אלבערט איינשטיין
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:י AI איז גאר איינגעהאלטן ווען עס קומט צו עדאלט קאנטענט אפילו בלויז אין טעקסט! סא ווייסעך נישט וואס זעי פארפירן.
די פראבלעם איז נישט דאס. דאס זאגט מען פאר די תמימותדיגע חברה. די עכטע פראבלעם איז די השכלה. די פאקט אז דו האסט איינער וואס גייט ענטפערן דיינע קשיות איז א סכנה פאר די עתיד פון זייערע אימפעריע

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:33 pm
דורך היכי דמי
די נומער צו רופן AI אויף די טעלעפאון.
16402255726

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:34 pm
דורך שפילער
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:י AI איז גאר איינגעהאלטן ווען עס קומט צו עדאלט קאנטענט אפילו בלויז אין טעקסט! סא ווייסעך נישט וואס זעי פארפירן.
די פראבלעם איז נישט דאס. דאס זאגט מען פאר די תמימותדיגע חברה. די עכטע פראבלעם איז די השכלה. די פאקט אז דו האסט איינער וואס גייט ענטפערן דיינע קשיות איז א סכנה פאר די עתיד פון זייערע אימפעריע
בקיצור ולא תתורו איז קעיר גענימען די פראבלעם איז די אחרי לבבכם זו מינות...

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:49 pm
דורך zurich
היכי דמי האט געשריבן:די נומער צו רופן AI אויף די טעלעפאון.
16402255726
היכי דמי האט געשריבן:די נומער צו רופן AI אויף די טעלעפאון.
16402255726
רבותי AI איז אן אהרוני איך האב עים יעצט געפרעגט ווער איז סאטמאר רבי און ער האט מיר גענטפערט rabbi Aron teitelbaum ......

פארדעם אליינס דארף מען אסר'ן AI

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:52 pm
דורך צקון לחש
:lol:
ChatGPT האט געשריבן:
Orthodox Rabbis and AI.


User
Why are orthodox rabbis concerned about ai chatting?

ChatGPT
As an AI language model, I cannot speak for the views of any particular individual or group, including orthodox rabbis. However, I can offer some possible reasons why some orthodox rabbis may be concerned about AI chatting.

One reason could be related to the concept of "lashon hara," which is the prohibition in Jewish law against speaking negatively about someone else. Some orthodox rabbis may believe that engaging in conversation with an AI language model, which does not have feelings or emotions, could desensitize a person to the importance of proper speech and lead them to engage in lashon hara more easily.

Another reason could be related to the idea of "tzelem Elokim," which means that humans are created in the image of God. Some orthodox rabbis may view conversing with an AI as a violation of this concept, as they believe that only human beings are capable of having a soul and a divine spark.

It's important to note that not all orthodox rabbis may hold these views, and there may be varying opinions within the orthodox Jewish community on this topic.

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:09 pm
דורך קהל'ס נער
סקעפטיקער האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס די עולם פארשטייט נישט פארוואס די רבנם אסר'ן עס, מ'קען אים געהעריג אנפרעגן בכל עניני מינות (תרתי משמע) און ער ענטפערט גערן. פארוואס זאלן זיי דאס נישט אסר'ן?
די ליצנות דא איז נישט צי מען מעיג עס אסר'ן, די ליצנות איז אז זיי אסר'ן עפעס וואס זיי אליין ווייסן נישט וואס דאס איז אן קיין שום בושה