דער אונטערשייד צווישן קונסט און פאך און דער אויפשטייג פון AI

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

דער אונטערשייד צווישן קונסט און פאך און דער אויפשטייג פון AI

שליחה דורך דיכטער »

קונסט (אין ענגליש: Art) און פאך (אין ענגליש: Skill אדער: Profession) גייען פיל מאל ביינאזאם און באציען זיך צו דעם זעלבן פענאמענען אבער דאך זענען די צוויי ווערטער נישט אינגאנצן סינאנעם און טיילן זיך צומאל אפ ווען יעדער איינער פון זיי קומט אנדייטן אן אנדערע ערשיינונג.

צום ערשט, מיט וואס זענען די צוויי אייניג? קונסט און פאך זענען ביידע דער מקור צו א רעזולטאט וואס מאכט זיין צוקוקער עס באוואונדערן און פארגאפט זיין ביישויער וואס זעט פאר זיינע אויגן עפעס א נייע באשאפונג וועלכע פאדערט א טיפע פארשטאנד און פיל עקספערטיז. ביידע קענען באווייזן צו באשאפן הערליכע ארבעט און אהערשטעלן ווערק וועלכע לאזן זיייערע אבזערווירער פארגאפט.

אבער דאך איז דער חילוק צווישן פאך און קונסט הימל און ערד.

פון פאך קומט ארויס א טריקענע ארבעט, העכסט קאמפליצירט און מייסטערהאפטיג צוזאמגעשטעלט אבער דאך א טריקענע מעכאניזם וועלכע ארבעט לויט א געוויסע גאנג און ווערט צוזאמען געשטעלט דורך א באשטומטע צאל שטאפלען, צומאל לאנגע, שווערע און קאמפליצירטע אבער דאך איז עס פאראויס געשאצט און פון פריער באשטומט.

קונסט פון דער אנדערע זייט, איז דער קונסט פון קונסט, דער חכמה פון ארויסשלעפן דעם צוקוקער'ס געפילן פון טיף אינערווייניג און עס צוכאפן פון איהם ווי א געלערענטע גנב. קונסט איז דער שפראך וואס נאר דער גייסט קען הערן אין מיט איהם קאמיוניקירן, עס איז א חכמה געגעבן געווארן אויסשליסליך פאר הארץ אייגענטומער.

פאך קען באשאפן קארס, פליגערס, באנען און שיפן אבער קונסט איז דער וואס געבט זיי אלע באדייט, מאלט זיי ארויף אויף פאפיר און באטיטלט זיי מיט נעמען.
א מענטש קען זיך נישט לערנען דער פאך פון מאלן טאמער האט ער נישט דאס הארץ דערצי. טאמער וועט ער זיך לערנען מאלן אזוי ווי מען לערענט זיך צו שניידן גראז וועלן אלע זיינע מאלעריי האבן א שיינע שניט אבער צו א הארץ וועלן זיי זיך נישט קענען פארבינדן.

א מענטש איז פיל העכער פון איינפאכע מעכאניזם און פראסטע טעכניקע. א מענטש איז נישט נאר א טיף-קאמפליצירטע באשעפעניש און אומענטשיידענע שטיקל ווערק וועלכע מען איז נאך נישט דערגאנגען דעם שפיץ האר פון זיין רעטעניש, ער איז נישט נאר מעכאניש מיסטריעז, ער איז א קונסטלער, ער פארשטייט דעם שפראך פון ארט. אמת נישט אלע מענטשן קענען רעדן דעם שפראך אזוי גוט און נישט אלע זענען באהאווענט אין זיינע פילע אוצרות אבער הערן און פארשטיין, באגייסטערן און ווערן אנציקט פון א הערליכע שטיקל קונסטליכע מייסטערווערק קענען שוין איינמאל אלע צוגלייך.

פאך פאדערט נישט א הארץ, עס דארף נישט איינער וואס זאל זיין באוואוסטזיניג צו דעם אקט פון אהערשטעלן דעם פאכמאנישן ארבעט, מען קען לערענען א מאשין צו פאבריצירן דאס מערסטע, קאמפליצירסטע ווערק אויף א וואונדערבארען אופן, דער מאשין וועט טוהן וואס מען הייסט, פאלגן ווי א דומם, שטאפל ביי שטאפל ביז ער שפייט אויס דאס שטיקל ווערק. אין פאך ווערן גרייזן נישט טאלערירט. טאמער קענסטו נישט באווייזן דיין פאך מיט א הונדערט-פראצענטיגע פונקטליכקייט דאן פארמאגן דיינע שווערע הארעוואניע און שעות פון פלאג, נישט קיין שום ווערד, זיי גייען צוגרונד צוזאמען מיט דיין זעלבסטזיכערקייט.

אנדערש איז אבער אין קונסט, טאקע די גרייזן און פעלערן, אט די אומאיינגעהאלטנקייטן און קעגנזאצן זענען די וואס געבן אזוי פיל לעבהאפט און פילפארביגקייט צו דעם שטיקל קונסט וועלכע לאזט אז טיפע איינדרוק אינעם זעל. עס זענען די מענטשליכע, נאטורליכע פינגער-אפדריקן, וועלכע קענען נישט נאכגעמאכט ווערן דורך קיין שום מעכאנישע געצייג.

געשריבן געווארן דורך chatgpt אהערגעשטעלט דורך Open AI...

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר