בי. איי. BI ביזנעס אינטעלעדזשינס. VS עי. איי AI ארטיפישעל אי

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

בי. איי. BI ביזנעס אינטעלעדזשינס. VS עי. איי AI ארטיפישעל אי

שליחה דורך לייביששרייבער »

די צוויי אותיות איז שוין ווייט און ברייט באקאנט שוין געשלאגן טיפע ווארצלען, אפי' עס נישט אזוי אלט.
א קנאפע שטיק צייט וואס די צוויי אותיות זענען ממש מרגלא בפימיה פון א יעדן איינעם פון די וואס ווייסן און פארשטייען אדער יא אדער נישט וואס די צוויי אותיות זענען בכלל, ווערט עס נאך אלץ גענוצט אין די לעקסיקאן פון אונז אלע וואס דאס איז "עי. איי. AI ארטיפישעל אינטעלעדזשינס Artificial intelligence."

א מאורידעגער דורך ברוך אין די טעכנאלאגישער וועלט. מען קען אנפרעגן סיי-וואס און א מאשין ריספאנד מיט ענטפערס.
כלה'ס דארפן שוין נישט באשטעלן פאומס פאר די מתנות וואס זיי שיקן צום חתן, מחותנים געשוויסטער און שוועגערינס. מען בעיט ביי דעם עי. איי. קלאץ איך דארף א פאום פארן חתן און ער שפייט צוריק א געלונגענער פאום.

ווי א יון אין די סכה האט אנכי הק' פרובירט פאפן די וועלט אז פליצלונג ביי די עטליכיא צוואנציגער יארן בין איך געווארן א פאעטישע שרייבער. איך האב זיך גענומען שרייבען פאומס אין די וועלט אריין. אויסדריקען שמחה בעת א שמחה, וכן, זיך אויס דרוקען מיטגעפיל צו א צרה פון א חבר. געשריבען ליבלינג פאומס צו די בני בית ביי א יעדער קליינע געלעגענהייט (פארשטייט זיך א נאאיווע פרוי נאך נישט וואוסענדיג פון עי. איי.) וואס מיינסט איר מיין טאג איז געקומען און א חבר'טע האט אויס געזאגט מיין ווייב די גרויסער סוד. מיין נישט דיין מאן איז געווארן א פאעטישע שרייבער פליצלונג נאר אנשטאט לערנען פלייסיג אין כולל זוצטער אויף אפען עי. איי. טשעט און שפילט זיך ארום. (א בראך)

מיר ווערן אלע צוקוקט פון די חידושים וואס עי. איי באווייזט אלס. און וואס ער קען אלץ טוהן. עס קומען כסדר פראגרעמערס און שרייבן פרישע קאוד דורך אט די עי. איי. טעקנאלעדזשי צו פארבעסרן זייערע פראגראמען מיט די עי. איי. חכמה.

רבותי, עי. איי. איז טאקע א מאורידעגער טעק שפיל וואס ווייסט אלעס, און ביהעיבט ממש ווי א מענטש שרייבט צוריק און ענטפערט אויף כל דבר הקשה אשר יבואין עליו. אבער וויסען זאלט איר עס איז א פשוטער דאטאבעיס וואס באזיצט אינפארמאציע וואס עס איז אין עים אריין געפוטעטר געווארן מאז היתה אינטערנעט לגוי גדול. מיר זיצען אויף די אינטערנעט יומם ולילה און מיר פיטערן אים אן מיט אינפארמאציע פאר די לעצטע צוואנציג יאר און דאס שפייט ער אונז צוריק אין פנים אריין.
וואס א יאר שפעטער לערנען זיך די קאמפאניס וויאזוי צו זאמלען אויף אונז און פון אונז אינפארמאציע וואס מיר ווילן יא אדער נישט פראוויידען.
א קליין דוגמה לסבר את האוזן. איר טייערע ליינער האט לעצטענס געכאפט א נסיעה קיין קערעסטיר אדער אומן. בפתע פתאום הייבט איר אן באקומען עדווערטייזמענטס פון קערעסטיר און פון אומן.
נאך מער פון דעם קיין אומן פארסטו לאמיר זאגן איין מאל א יאר, אבער קיין קערעסטיר פארסטו דריי מאל א יאר. וועסטו באמערקן אז אומן וועט ער דיר נאר דערמאנען בערך אין די צייט וואס די בוסט געווען פאריאר בערך סעמטעמבער וואס קומט אויס ראש השנה. און קערעסטיר וועט ער דיר דערמאנען אפטער.
נאך צווי אדער דריי מאל וועט דער עדוועטייזער שוין כאפן פונקטליך אז די פארסט צו ר' שייעלע, און אנדערע קברי צדיקים און מאכסט אויך א סטאפ אין קערעסטיר זייענדיג אין אונגארן למה לא. און אזוי וועט ער דיך דערמאנען קרוב צו אלע יארצייטן וואס די האסט א געפוהל צו פארן צו די מקומות הקדושים. משא''כ אומן פארסטו נאר ר''ה.

שטעל זיך יעצט פאר ווען טראוועל אגענטן ווילן מאכן א דירעקט טארגעט מארקעטינג קאמפיין צו קערעסטיר און ער וויל קויפן טארגעטעד לידס. פתאום זעסטו אויף דיין סקרין קערעסטיר גרויסע נסיעה בלא בלא און עס רעדט צו דיר כאילו ער ווייסט אז די טראכסט איצטערט צו פארן אויף קערעסטיר.
די משלים פון דעם זענען א''א לפרטם כי רבים הם הזמן יכלו והם לא יכלו.
און מיר אלע פארשטייען די וואוסענשאפט און אויפטועהן פון עי. איי. AI

אבער בי. איי. זענט איר מן הסתם נישט אזוי באקאנט.
והנה, ווען איינער אונט א ביזנעס נישט קיין נפק''מ וואס דער ביזנעס טוהט איז דער בעה''ב פון די ביזנעס פארנומען ביז איבערן קאפ מיט פארשידענע זאכן און צוזאמענהאנג פון די ביזנעס וואס האט נישט קיין שייכות פארטיקעולערלי מיט די סערוויס וואס ער שטעלט צו פאר זיינע קליענטן. ווי למשל באצאלן די בילס פון די ביזנעס וואס איז קולט אין זיך
1.רענט/מארטגעדזש פאר די אפיס
2. די לעקטער (יוטיליטיס) פונעם אפיס
3. פעיראל פאר די ארבעטער פונעם געשעפט
4. אפיס סאפלייס
5. אקאונטס פעיעבל
6. מארקעטינג
7. און סיי וואס נאך
געווענליך (אדער בעסער געזאגט קיינמאל) וועט דער בעה''ב מאכן א חשבון פון די אלע מינע הוצאות און עס צוטיילן פונקטליך פאר די סערוויסעס וואס די ביזנעס שטעלט צו.

לייגט צו אביסעל קאפ צו פארשטיין וואס מיר רעדן דא. איך בין מאמין באמונה שלימה אז עס קען אייך צוניץ קומען עט סאם פוינט. At some point
לאמיר זאגן אז איר זענט אן אינשורענס אגענט מיט אן עדזשענסי וואס האט אין זיך 5 אינשורענס אגענטן מיט דריי סעקרעטארן צו פראצעסירן די פאליסיס וואס אייער אגענטן ברענגען אריין צום עדזשענסי.
דאס מיינט צו-שטעלן קוואוטס (Quotes) אין דאן נאכפאלגן דעם נייעם פראָספעקט צו אינטערשרייבן די פאליסי כדי עס צו קענען בֵיינדן בס''ד אבער עס פעלן נאך אויס געוויסע דאקומענטן כדי צוצושטעלן די בעסטע קוואוט פאר דעם נייעם אקאונט למשל לאָס ראָנס. אדער פעיראל דאקומענטן פאר ווארקערס קאמפ אינשורענס וכ''ו וכ''ו. דאס פארלאנגט ארבעט פון א פראסעסאר זיך אפגעבן דערמיט און עס נאך גיין צו באקומען וואס שנעלער כדי צוצושטעלן די בעסטע פרייזן און סערוויס.

די קאמישאנס פון די נייע אקאונט וועט אי''ה זיין זייער פיין אבער וואס האט געקאסט די גאנצער שפיל מיט יעדן דיטעיל צוצושטעלן די אלע זאכן וואס מען דארף האבן פאר בֵיינדן די פאליסי איז עטוואס שווער צו דערגיין.

איז אזוי א יעדער ארבעטער באקומט באצאלט 20 טולער א שעה (אוי הלואי ווי קומט מען צוריק צו די פרייזן) דעא ארבעטער וואס פראסעצירט דעם פאליסי ארבייט אויף די ספעציפישער פייל א טאטעל פון 4 שעה, קומט אויס האט עס אייך געקאסט 80 טולער אויסער די געז, לעקטער, פאפיר, אינטערנעט ליניעס, און טעלעפוין ליניעס פאר דעם פאליסי וואס איר רעכענט קיינמאל נישט אריין אין די הוצאות ספעציפיש פאר די קליענט נאר די אויסגערעכנטע הוצאות גייט אריין אין כדירא דבי שיתפא. די באדאם ליין Bottom line פון אייער פי. ענד על. P&L זאגט אז איר פראפיטעט במשך פונעם חודש יאר.
אבער פונקטליך לגבי דעם קליענט אדער בעסער געזאגט די ספעציפישער פאליסי האט איר נישט קיין שום איינונג וויפיל איר האט בעצם פארדינט אדער ח''ו דערלייגט.
איי וועסטו פרעגן וואס איז א נפק''מ אויב די צפעציפישער פאליסי האב איך געמאכט אדער דערלייגט דער עיקר איז סוף יאר איז די באדאם ליין א פראפיט.
א נארישער שאלה, אבער פארט א שאלה. דער ענטפער איז זייער פשוט אז אויב האב איך נישט געמאכט קיין געלט אויף די ספעציפישער קליענט אדער פאליסי פארוואס זיך הארגענען דערפאר. אדער נאך מער איך קען ווען צו לייגן א פראסעסינג פי Processing fee אז עס זאל זיך יא אויס צאלן. אדער טאמער זענען די פראפיטן פון די פאליסי אזוי מין גוט קען איך געבן א ריבעיט פאר אזא גוטער קליענט וואס וועט מיר ברענגען 10 מאל מער ביזנעס פון ביי וואספארא עדווערטייזמענט איך קען נאר מאכן. דאדורך פונקטליכע חשבונות קענען זעהן מיט וואס עס לוינט זיך צו שפילן און וואס נישט.
איצטערט צוריק צו די ערשטע שאלה. ווי אזוי העלפט מיר בי. איי. ווייזן אלע זייטיגע הוצאות פער פאליסי פער קליענט.
זייער פשוט.
לאמיר זאגן אז אייער רענט מארטגעדזש בארטעפט טויזענט דאלער א חודש צוועלעף טויזענט א יאר און איר האט 12 קליענטן אדער 12 פאליסיס קומט אויס אז א יעדער קליענט אדער פאליסי צאלט 1000 פאר די רענט פער יאר. יעצט אויב מאכט איר נישט פון איין פאליסי אדער קליענט 1000 א יאר ווייסט איר אז די קליענט ברענגט נישט קיין רוח נאר פארקערט ער קאסט אייך נאר. די אלע אויבן דערמאנטע הוצאות ווערן אויס געצאלט פון אנדערע קליענטן. איז אדער דארפסטו הייבן זיין איינקופט אדער זיך נישט מטפל זיין מיט דעם בכלל.
נאך א משל.
איר האט גאר א געלונגענער עדזשענסי און א יעדער ארבייט אריין צום קלימאקס. עס קומט אריין ב''ה פרישע ביזנעס נייע פאליסיס וועלעכער פרֲאסעסער זאל באקומען די פייל ווער פון די פראסעסערס האבן די מערסטע צייט און איז די ווייניגסטע אנגעשטרענגט. אויב איז נישטא קיין פונקטליכער טיימער וואס קלֲאקט א יעדעמס פיזישע צייט פון ארבייט ווייסט איר דאך נישט ווער עס איז די מערסטע איבער גשטרענגט און ווער איז ווייניגער אנגעשטרענגט.
טיימינג אויף אקטועלע ארבייט איז נישט ממש אויס געשטעלט און אפיסעס נאר אויב מען טדזאשרשט אויף די שעה, און אפי' דאן איז עס גאנץ שווער נאך צו גיין, מען דארף כסדר זיין פארזיכטיג צו קליקן אויף די טיימער ווען מען ארבעט אויף די און די פייל און נישט פארגעסן צו סטאפן די טיימער ווען מען שטעלט זיך אפ. לאמיר זיך פארשטעלן אז ווען דער ארבייטער באקומט אינמיטן די ארבעט אויף די פייל אן עמערזשענסי פוין קאל פון א צווייטער פייל אויפ די בעסטע אויפן, אדער א פערזענליכער קאל אויפן סעל פוין. מתוך רגש פון די עמערזשענסי האט מען פארגעסן צו פארמאכן דורך קליקן אויף די טיימער און עס קומט צו 20 מינוט צו די דזשאב. וכדו' ווי אזוי קען מען אויף ריכטיג וויסען וויפיל עס האט באמת גענומען.
און ווי אזוי קענט איר בכלל וויסען ווער עס האט אביסעל ליידיג צייט פאר די נייע אריינגעקומענע פייל.
דאס אלעב ווערט ערמעגליכט ווען איר האט א ב. איי. סיסטעם אריין געשטעלט אין אייער געשעפט צו קענען וויסען די אלע חשבונות.
יותר מה שכתבתי אליכם כתיב כאן.
איך האף נאך צולייגען אסאך אסאך מער וואס בי. איי. קען אייך בעז''ה צו לייגן צו אייער ביזנעס.



Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בי איי מיינט ניצן ביזנעס דאטא, אריינגערעכנט אבער נישט בלויז פינאציעלע דאטא פאר ריפארטינג און הבנה פון אן ענטערפרייז.

דו משל'סט אויס אז ס'איז הילפאר אין unit economics און cost accounting. דאס איז בלויז איינס פון מערערע פעלער ווי דאטא איז קריטיש.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: בי. איי. BI ביזנעס אינטעלעדזשינס. VS עי. איי AI ארטיפישע

שליחה דורך לייביששרייבער »

יואליש האט געשריבן:בי איי מיינט ניצן ביזנעס דאטא, אריינגערעכנט אבער נישט בלויז פינאציעלע דאטא פאר ריפארטינג און הבנה פון אן ענטערפרייז.

דו משל'סט אויס אז ס'איז הילפאר אין unit economics און cost accounting. דאס איז בלויז איינס פון מערערע פעלער ווי דאטא איז קריטיש.
עס פרייט מיר זייער צו זעהן אז עס איז דא באזיצער וואס ווייסן פון יוניט עקאנאמיקס. דאס איז דאך אזא געשמאקער סובדזשעקט.

יוניט איקענאמיקס (unit economics) איז עס די שטערקסטע שייך, אבער מיר האבן אויך דערמאנט עמפלאוימענט דאטא אויכעט, וואס מיינט צו האלטן טרעק ווער טוהט וואס און וויפיל ארבעט עס ליגט אויף די עמפליויס ראסטער. ובכן נאך אסאך משלים וואס ביזנעס אינטעלעדזשינס (דאטא) וועט ווייזן פאר א ביזנעס אייגענטימער.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

זייער שיין געשריבן.
זאג נאר, דאס האסטי אליין געשריבן אדער האט עי איי (אדער בי איי) דאס אויסגעשפיגן?
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: בי. איי. BI ביזנעס אינטעלעדזשינס. VS עי. איי AI ארטיפישע

שליחה דורך לייביששרייבער »

שמעון וואלף האט געשריבן:זייער שיין געשריבן.
זאג נאר, דאס האסטי אליין געשריבן אדער האט עי איי (אדער בי איי) דאס אויסגעשפיגן?
איך ווארט אויפ'ן טאג וואס עי. איי. וועט שרייבן אונזער היימישער אידישער שפראך.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט