בלאט 1 פון 1
מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 8:18 am
דורך לייביששרייבער
יוֹ קאווע שטיבל, קאווע שטיבל, ווי ליכטיג ביסטו. ווי בין איך געווען פון 2012 ביי עפענונגס פון אזא ליכטיגער שטיבל ביז 2023 ווען איך בין שוין אינגאנצען צומישט און צוחישט פון אדורך גענג ברוחניות און גשמיות.
וואלט די קאווע שטיבל ביי מיר פריער געווען וואלט איך אפשר קלארער געווען.
נאכען ליינען, זוכן הייב איך אן הערן, און זעהן זאכן וואס איך האב קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט אדער גאר געטראכט.
איך בין שוין מסופק וועלעכער איז בעסער נישט טראכטן און וויסען, אדער יא טראכטן, וויסן, און מאכן אייגענע החלטות. נישט אזוי ווי די לעצטע צענדליגע יארן זענען די החלטות געווארן געמאכט געווארן פאר מיר.
א יעדע זאך וואס איך האב נאר געוויסט עד הנה, זעה איך אויף דערווייל אז עס נישט אזוי פשוט. עס איז דא נאך אינפארמאציע וואס איך האב נישט געטארט וויסן, אדער אפי' טראכטן וואס ווארפט א גאר אנדערע ליכט אויף היסטאריע, אדעא קארענט איווענטס.
איך וועל נישט איצטערט אריין גיין אין איעדע דיטעיל פון די נושאים וואס פליען מיר ארום אין קאפ. די גאנצע נאכט האב איך נישט געקענט פארמאכן קיין אויג נאר איך בין געווען צוגעגלוט צו דעם קליינעם סקרין אונטער די דאכענע נישט צו שטערן די בני בית'ס מנוחה און זי זאל נישט ווערן געשטערט פון די בלוי ליכטיגקייט פונעם סקרין און נישט קענען שלאפן (זי זאל מיך נישט פרעגן וואס האסטו געטוהן א גאנצער נאכט אויף דיין פוין)
איך מיין אז עס זענען דא מאנכע וואס פארשטייען מיינע רידעלישער געשרייבעכץ דא. אבער איך בין ממש אין שאק ענד הא. איך דארף נאך צו זיך קומען.
סלאולי וועל איך צולייגן די נעכטיגער נאכט אויף טעלערליך און שרייבן פון די דינערן און בליצן אדורכאויס די נעכטיגע נאכט. איך ווייס נישט צו די דינערן און בליצן זענען געווען פון די שלאקס רעגן וואס האט געגעסען אינדעראויסען אדער איז דאס געוועזען אינערלעכע דינערן און בליצן.
זאכן וואס זענען ביז נעכטן געווען דאורייתא'ס זענען ניטאמאל מנהגים וכדו'
הייליגע מענטשען, וואס זענען פשוט'ע בשר ודם'ס מיט די זעלבע נסיונות ווי איך און די.
מערידזש און אישית שאלות וואס איז ביי מיר בכלל נישט געווען קיין הו''א אפי' איך האב געוואלט און געפילט האב איך געוואוסט נישט גיין דארט ווייל מען טאר נישט וכ''ו
המשך יבוא אי''ה בקרוב.
איך קען זיך נישט גלייבן וואס איין נאכט ליינען האט מער איבער געדרייט דאס בויך.
איך דארף לויפן ארבעטן. טאלק טו יו לעטער !!
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 10:42 am
דורך שמן למאור
צום אלעם ערשט שלום אליכם! מאכט אייך באקוועם דא, דו זעסט אויס ווי א פאסיגער קאווע שטיבל מיטגליד, איינער וואס איז מעריך חכמה ומדע.
האסט נאר נעכטן אנדעקט קאווע שטיבל? קום אריין קלארער, פון וואו האסטו געהערט דערפון? אויף אייוועלט האסטו זיך יא געדרייט?
קוים אנדעקט, און שוין געספענדט די גאנצע נאכט אויף דעם? דו מוזט זיך מאכן גדרים וסייגים.. אז נישט וועט עס דיר קאליע מאכן דיין טאג. קאווע שטיבל האט טאקע אוצרות מלא פון די רייכסטע ארטיקלען און אשכולות, עס לויפט אבער נישט אינערגעץ. טוה עס אין די איבריגע צייט, מאך זיכער עס זאל נישט איבערנעמען דיין לעבן.
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 3:44 pm
דורך לייביששרייבער
שמן למאור האט געשריבן:צום אלעם ערשט שלום אליכם! מאכט אייך באקוועם דא, דו זעסט אויס ווי א פאסיגער קאווע שטיבל מיטגליד, איינער וואס איז מעריך חכמה ומדע.
האסט נאר נעכטן אנדעקט קאווע שטיבל? קום אריין קלארער, פון וואו האסטו געהערט דערפון? אויף אייוועלט האסטו זיך יא געדרייט?
קוים אנדעקט, און שוין געספענדט די גאנצע נאכט אויף דעם? דו מוזט זיך מאכן גדרים וסייגים.. אז נישט וועט עס דיר קאליע מאכן דיין טאג. קאווע שטיבל האט טאקע אוצרות מלא פון די רייכסטע ארטיקלען און אשכולות, עס לויפט אבער נישט אינערגעץ. טוה עס אין די איבריגע צייט, מאך זיכער עס זאל נישט איבערנעמען דיין לעבן.
קודם א ריזיגער ישר כח פאר די ווארעמע ווילקאמען וואס מע''כ האט צו מיר דא צוגעטיילט.
עס קען אויס קוקען ווי איך בין סתם א נאיווער ליינער וואס האט קיינמאל נישט געהערט פון די מושג קאווע שטיבל. איז לאמיר קארעקטן די רעקארד. שמעתי את צעקת בנ''י אשר הם צועקין הרף!!
וואס איך האב געהערט אראפרייסן וואספארא שקוצערייען עס קומען פאר אויף ק''ש. איך האב זיך נישט דערוואגט צו אדורך גיין די שוועל פון ק''ש ווייל גלייך וועל אויסטאן דעם קאפל און אראפ נעמען דעם צלם אלוקים די בארד.
ביז איך האב באגעגענט במשך דעם יו''ט שעל''ט בדרך אשר לא דרך א גדריקטע קונטרעס פון למעשה און דאס האט מיר געעפענט די אויגן אז עס וועט נאך נעמען א היבש שטיק צייט וואס די בארד וועט אראפ קומען וויל איך בין א מיטגליד אינעם חבריא קדושה, עס וועט איידער ארויס פאלן אסאך בעפאר עס וועט ווערן אראפ גענומען פון אזאנע ליין מאטריאל. און ממילא האב איך גלייך נאך יו''ט זיך גענומען די מי און מער אריין געקוקט דערינען ביז די החלטה איז געווארןַ אז יא די פלאץ איז יא ראוי לעלות על שלחני.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 9:33 pm
דורך שערי יושר
אדער א אלטע ניק וואס וויל אנפאנגען מיט א התחדשות
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 10:58 pm
דורך לייביששרייבער
אלי ואלי דברי אלוקים אחרים. געמיינט האב איך צו שרײַבן געליינט נעכטן נאכט אן ארטיקעל וואס איך האב ארויס געדרוקט פאר יו''ט העע''ל
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 11:00 pm
דורך לייביששרייבער
שערי יושר האט געשריבן:אדער א אלטע ניק וואס וויל אנפאנגען מיט א התחדשות
נישט קיין שלעכטער פארצוג, אבער ניין איך בין אין ק''ש אלץ שרייבער קיינמאל נישט אריין געטראטן און איין מאל אפשר אריין געוואנדערט בטעות אלץ גאסט ליינער, אויב דאס יא.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 11:04 pm
דורך לייביששרייבער
נוח האט געשריבן:שלום עליכם הר"ר
@לייביששרייבער שליט"א!
לייביששרייבער האט געשריבן:
ביז איך האב באגעגענט במשך דעם יו''ט שעל''ט בדרך אשר לא דרך א גדריקטע קונטרעס פון למעשה און דאס האט מיר געעפענט די אויגן
אויב מעג איך פרעגן, דאס קוקט לכאו' אויס ווי א שטיקל סתירה, פון
דא:
לייביששרייבער האט געשריבן:אלץ נייער חבר פון דעם הייליגער שטיבל האב איך נעכטן נאכט מחליט געווען ארויס דריקען די גאנצער קונטרס למעשה.
אלי ואלי דברי אלוקים אחרים. געמיינט האב איך צו שרײַבן געליינט נעכטן נאכט אן ארטיקעל וואס איך האב ארויס געדרוקט פאר יו''ט העע''ל
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 11:42 pm
דורך לייביששרייבער
נוח האט געשריבן:לייביששרייבער האט געשריבן:אלי ואלי דברי אלוקים אחרים. געמיינט האב איך צו שרײַבן געליינט נעכטן נאכט אן ארטיקעל וואס איך האב ארויס געדרוקט פאר יו''ט העע''ל
כ'וויל נישט סתם באשולדיגן, אבער איז מעגליך אז דו חוש'סט אונז דא ארום? האסט דאך בפירוש געשריבן אז דו האסט "באגעגנט" א
געדרוקטן קונטרס במשך דעם יו"ט. און נאכדעם זאגסטו אז האסט עס נעכטן געדרוקט, און יעצט זאגסטו אז דו האסט עס גאר געדרוקט פאר יו"ט... כ'ווייס שוין נישט וואס צו גלייבן דא.
קודם נקוט האט כללא בידך. אנכי ידעתי מחשבת אשר אנכי חושב, ואשר אני כותב.
דאס מיינט אזוי. שרייבן שרייבט זיך שרייבט זיך נישט די דיטעילס דברן כהוייתן, נאר ווי אזוי עס ליינט זיך גרינגער, אדער שרייבט זיך דראמאטישער. ווען די פאקטן זענען בכלל נישט רעלאווענט און טוישט נישט די פאקט איז ממש לא משנה.
און בכלל זענען מיינע מכתבים נישט קיין חז''ל וואס מען דארף מדייק בלשוני זיין און ראשונים דארפן דאס נישט מסביר זיין. סתם אביסעל דראמא אדער מער טינט צו פארלענגערן די תגובה אפשר.
אבער אזוי ווי די פרעגסט וועל איך דאס מאל ענטפערן, איך האף אז פון היינט אן ווייטער וועלן די קליינע דיטעילס וואס טוישט נישט די עצם מציאות פונעם באשרייבונג, געדאנק אדער פאקט וועט נישט שטעלן די גאנצער ענין אונטער פראגע צייכן און טאמער יא ח''ו איז תיקו.
והנה, בעפאר / במשך יו''ט האב איך אנגעפרעגט די דזשי. פי. טי. אירים ותומים פאר ריסארסען פאר אידישע לייען מאטריאל (זעה סקרין שאט) און דאן איז אין איינע פון די לינקס געווען מחובר צו די קונטרס למעשה, דאן האב איך עס מדפיס געוועזן. איז פשט אזוי געטראפן א געדרוקטע קונטרעס דורך דזשי פי טי, ארויס געדרוקט האב איך עס אויכעט. און נעכטן אנגעקומען צו ליינען די דאזיגער ארטיקל צו וואס די תגובה איז געווען געשריבן אויף. געליינט האב איך דא און דארט. און נעכטן נאכט (די טאג נאך די תגובה) האב איך עס געליינט (געשריבען געדריקט) ומתוך חורפי לא דק בלשוני. איך האף אז מיט דעם הסברה וועסטו בעז''ה קענען שלאפן די נאכט.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 12:44 am
דורך מתבודד
שלום עליכם @לייבוש, מיר טוען דיך ווארעם אויפנעמען און האפן זאלסט באשיינען די שטיבל ווייטער.
כ'האף העסט זיך נישט נעמען צום הארצן פון די קשיות וסתירות וכו' (נישט מער געדאכט...) וואס מאנכע האבן אויף דיינע ווערטער, ווארום דאס איז די טבע הדברים דא אז מ'איז אלס מדייק און בודק בשבע חקירות לעמוד על אמיתת דברים, און צומאל פאלט עס ארויף אויף אפאר אומשולדיגע ווערטער פון א ניק, אבער קיינער מיינט נישט דיר פערזענליך ח"ו.
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 1:42 am
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם א איד, מאכט אייך באקוועם, און ווי שמן למאור און אנדערע זאגן שוין, טעיק איט איזי, תפסת מרובה לא תפסת... טוב מעט בכוונה וכו'....
אגב, וואס איז דאס די קונטרס למעשה? איז עס א ליקוט פון למעשה ארטיקלען דא אין שטיבל? וואו שאפט מען דאס?
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 2:51 am
דורך שמן למאור
שמעקעדיג האט געשריבן:שלום עליכם א איד, מאכט אייך באקוועם, און ווי שמן למאור און אנדערע זאגן שוין, טעיק איט איזי, תפסת מרובה לא תפסת... טוב מעט בכוונה וכו'....
אגב, וואס איז דאס די קונטרס למעשה? איז עס א ליקוט פון למעשה ארטיקלען דא אין שטיבל? וואו שאפט מען דאס?
ס'צרות רבותי.. שמעקעדיג ווערט שוין אלט...
דא האסטע.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=52&t=10169
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 8:06 am
דורך לייביששרייבער
מתבודד האט געשריבן:שלום עליכם @לייבוש, מיר טוען דיך ווארעם אויפנעמען און האפן זאלסט באשיינען די שטיבל ווייטער.
כ'האף העסט זיך נישט נעמען צום הארצן פון די קשיות וסתירות וכו' (נישט מער געדאכט...) וואס מאנכע האבן אויף דיינע ווערטער, ווארום דאס איז די טבע הדברים דא אז מ'איז אלס מדייק און בודק בשבע חקירות לעמוד על אמיתת דברים, און צומאל פאלט עס ארויף אויף אפאר אומשולדיגע ווערטער פון א ניק, אבער קיינער מיינט נישט דיר פערזענליך ח"ו.
א גוט מארגן הרב מתבודד.
דאס איז באמת א שיינער דזשעסטשר פון אייער זייט מיך מחזק צו זיין צו ווייטער אנגיין און זיך טובל'ען אין ק''ש. אינטערעס דאס איז די שיינקייט פון די ק''ש קליקע אז קיין העטאך פעטאך'דיגע טראלס זענען נישט טאלערירט, און ממילא קען עס אמאל געמאלן זיין אז א נייער אויפנאמע ווערט גלייך געווארנט. זהירות אין דיין שרייב ארבייט ווייל אויב נישט וועט מען עס גלייך ארויף ברענגען ווי אויל אויף וואסער. פארן ליינער איז עס זיכער א געוואלדיגער זאך אז ער ווייסט אז דא ליינט מען נאר קראנטע אינפארמאציע, און אוטענטישע שרייבעריי.
איך אויף דערווייל בין נישט פערזענליך געטראפן געווארן. אבער פארט איינמאל פאר אלעמאל און טאקע פון אנהייב סעטן די רעקארד סטרעיט. אז אזאך וואס טוישט נישט די מציאות, עס שרייבט זיך פשוט גרינגער און דראמאטישער איז וואס איך האב געשריבן.
"טייער אידן פון קאווע שטיבל, נעמט אייך די כלל אריין אין קאפ אריין וועט אייך גוט זיין". און האפנטליך וועל איך קענען זיין א קאנרטיביוטער לאורך ימים טובים.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 8:10 am
דורך לייביששרייבער
שמעקעדיג האט געשריבן:שלום עליכם א איד, מאכט אייך באקוועם, און ווי שמן למאור און אנדערע זאגן שוין, טעיק איט איזי, תפסת מרובה לא תפסת... טוב מעט בכוונה וכו'....
אגב, וואס איז דאס די קונטרס למעשה? איז עס א ליקוט פון למעשה ארטיקלען דא אין שטיבל? וואו שאפט מען דאס?
יא עס איז א קונטרעס וואס איך האב דאון לאודעד פון אסאך למעשה ארטיקלען.
איך וועל זיין ביי די פי סי וועל איך פרובירן צוצוטשעפן א לינק
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 8:11 am
דורך לייביששרייבער
לייביששרייבער האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:שלום עליכם @לייבוש, מיר טוען דיך ווארעם אויפנעמען און האפן זאלסט באשיינען די שטיבל ווייטער.
כ'האף העסט זיך נישט נעמען צום הארצן פון די קשיות וסתירות וכו' (נישט מער געדאכט...) וואס מאנכע האבן אויף דיינע ווערטער, ווארום דאס איז די טבע הדברים דא אז מ'איז אלס מדייק און בודק בשבע חקירות לעמוד על אמיתת דברים, און צומאל פאלט עס ארויף אויף אפאר אומשולדיגע ווערטער פון א ניק, אבער קיינער מיינט נישט דיר פערזענליך ח"ו.
א גוט מארגן הרב מתבודד.
דאס איז באמת א שיינער דזשעסטשר פון אייער זייט מיך מחזק צו זיין צו ווייטער אנגיין און זיך טובל'ען אין ק''ש. אינטערעס דאס איז די שיינקייט פון די ק''ש קליקע אז קיין העטאך פעטאך'דיגע טראלס זענען נישט טאלערירט, און ממילא קען עס אמאל געמאלן זיין אז א נייער אויפנאמע ווערט גלייך געווארנט. זהירות אין דיין שרייב ארבייט ווייל אויב נישט וועט מען עס גלייך ארויף ברענגען וויל אויך אויף וואסער. פארן ליינער איז עס זיכער א געוואלדיגער זאך אז ער ווייסט אז דא ליינט מען נאר קראנטע אינפארמאציע, און אוטענטישע שרייבעריי.
איך אויף דערווייל בין נישט פערזענליך געטראפן געווארן. אבער פארט איינמאל פאר אלעמאל און טאקע פון אנהייב סעטן די רעקארד סטרעיט. אז אזאך וואס טוישט נישט די מציאות, עס שרייבט זיך פשוט גרינגער און דראמאטישער איז וואס איך האב געשריבן.
"טייער אידן פון קאווע שטיבל, נעמט אייך די כלל אריין אין קאפ אריין וועט אייך גוט זיין". און האפנטליך וועל איך קענען זיין א קאנרטיביוטער לאורך ימים טובים.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
איצטערט באמערק איך, אז מען האט עס שוין ציטירט
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 12:50 am
דורך הקורא
[quote="לייביששרייבער"]יוֹ קאווע שטיבל, קאווע שטיבל, ווי ליכטיג ביסטו. ווי בין איך געווען פון 2012 ביי עפענונגס פון אזא ליכטיגער שטיבל ביז 2023 ווען איך בין שוין אינגאנצען צומישט און צוחישט פון אדורך גענג ברוחניות און גשמיות.
וואלט די קאווע שטיבל ביי מיר פריער געווען וואלט איך אפשר קלארער געווען.
נאכען ליינען, זוכן הייב איך אן הערן, און זעהן זאכן וואס איך האב קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט אדער גאר געטראכט.
איך בין שוין מסופק וועלעכער איז בעסער נישט טראכטן און וויסען, אדער יא טראכטן, וויסן, און מאכן אייגענע החלטות. נישט אזוי ווי די לעצטע צענדליגע יארן זענען די החלטות געווארן געמאכט געווארן פאר מיר.
א יעדע זאך וואס איך האב נאר געוויסט עד הנה, זעה איך אויף דערווייל אז עס נישט אזוי פשוט. עס איז דא נאך אינפארמאציע וואס איך האב נישט געטארט וויסן, אדער אפי' טראכטן וואס ווארפט א גאר אנדערע ליכט אויף היסטאריע, אדעא קארענט איווענטס.
למשל וואס??
זאכן וואס זענען ביז נעכטן געווען דאורייתא'ס זענען ניטאמאל מנהגים וכדו'
למשל וואס??
Re: מיין ארגינעלער vs. מיין אויפגעקלעטער מהלך המחשבה
נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 3:57 pm
דורך לייביששרייבער
למשל. טעכנילאגיע איסור איז אן החלטה וואס אוטארעטי האט פאר מיר מחליט געווען. דאס איז נאר איינס און א גוטס. עס איז דאך א שפע. לאמיר ווארטן פאר די חברים וואס קענען די זאכן בעסער ווי איך.
למשל נעגל וואסער האב איך געוואוסט איז חק ולא יעבור.
פליישיג נאך מילכיג ועוד ועוד. לאמיר ווארטן די חברה צו ריספאנדען וואס זיי קענען דאס בעסער פון מיר
Sent from my SM-S908U using Tapatalk