בלאט 1 פון 1

אנקעטע: מי ומי ההולכות קיין לעיקפראנט פלארידע

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 10:40 pm
דורך עדיאל
ווי באקאנט, גרייטן זיך אידן צו אויסוואנדערן קיין פלארידע. ווייל אז שוין יא גלות, איז לאז כאטש זיין זוניג.

אבער אידן גיין זיך נישט אבי. ואת יהודה שלח לפניו. מ'באדארף צום ערשט פעסטשטעלן מיט וועמען מ'גיימער דא צום טיש. מ'וויל דאך חלילה נישט אריינפאלן מיט א שכן רע אדער פגע רע.

איז וועמען זאל מען פרעגן, וועמען. וואס הייסט וועמען. די נשים צדקניות. זיי זענען דאך די עקרות הבית. און ס'דאך א משנה. הוא אומר לצאת והיא אומרת שלא לצאת, כופין אותו.

פאלגענד איז אן אנקעטע וואס זאל ווארפן א שיין וואסערע סארט משפחות עיסות גרייטן זיך צו נעמען די וואנדערשטעקן אין האנט, און אויב די פיס וועלן נישט זיין קיין מידע, זיך אריבערזידלען קיין פלארידע.

האר
  • מיין מאן גייט די פיאות געווייערט איבער די אויער אחוץ ביי שמו"ע.
    מיין מאן גייט די פיאות אונטער די ברילן
    מיין מאן גייט א קנאבל בארד
    מיין מאן גייט געהאקטע וואנצן
    מיין מאן גייט אפענע האר אין די נאז
    מיין מאן גייט א בארד אין די אויער
לבוש
  • מיין מאן גייט א ביבער הוט
    מיין מאן גייט א קריעת ימסוף היטל
    מיין מאן גייט א וועסטל מיט טאשן זייגער
    מיין מאן גייט סלים הויזן
    מיין מאן גייט שלייקעס און רעדט הויך אין גראסערי
    מיין מאן גייט א וואלענע טלית קטן מיט פראנזן
    מיין מאן גייט א דריי-פערטל רעקל מיט די ציצית פארשטעקט אין הויזן טאש
    מיין מאן גייט א כאלאט אין א תענית
שבת
  • מיין מאן גייט א זיידענע בעקישע צו שלש"ס
    מיין מאן גייט א כאלאט בעקישע צו קבלת שבת
    מיין מאן גייט ווייסע זאקן מיט סניקערס
    מיין מאן גייט א לעדער טלית בייטל מיט סקריפט אותיות
    מיין מאן גייט א שפיגל עטרה
    מיין מאן גייט תכלית מיט מגן דוד'לעך אויפן עטרה

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 11:51 pm
דורך ערנסטגערעדט
עדיאל האט געשריבן: האר
  • מיין מאן גייט די פיאות געווייערט איבער די אויער אחוץ ביי שמו"ע.
וואס איז טאקע פשט פון דעם געווייערט חוץ ביי שמונה עשרה?

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:04 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז ע"פ קבלה, די האר זאל נישט איבערדעקן די אויער ביי שמו"ע.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:32 am
דורך איך הער..
כאלאט אין א תענית, [emoji1787][emoji1787] דעס האט מיר געכאפט.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:40 pm
דורך קהל'ס נער
מיין מאן גייט שלייקעס און רעדט הויך אין גראסערי
יא יא דער מיטן קוטשמע אין די זוממער :lol:

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
מען זאל איינפירן אז די נשים אין לעיקפראנט פלארידע זאלן גיין מיטן טורבאן אזויווי אין די קאנטרי.
אלע וועלען זיין די זעלבע אנגעטוהן, אנגעהויבן פון שפיצלך ביז אפענע שייטלען, אזוי וועט יעדער זוך שפירן אייניג באקוועם. והכל על מקומו יבוא בשלום.

Re: אנקעטע: מי ומי ההולכות קיין לעיקפראנט פלארידע

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:00 pm
דורך שערי יושר
קרן זוית האט געשריבן:מען זאל איינפירן אז די נשים אין לעיקפראנט פלארידע זאלן גיין מיטן טורבאן אזויווי אין די קאנטרי.
אלע וועלען זיין די זעלבע אנגעטוהן, אנגעהויבן פון שפיצלך ביז אפענע שייטלען, אזוי וועט יעדער זוך שפירן אייניג באקוועם. והכל על מקומו יבוא בשלום.
זעסטו. דאס איז די פראבלעם, "איינפירן" יעדער זאל טוהן וואס ער וויל, מדארף נישט איינפירן און אנטיילן די עולם. פארדעם קען מען בלייבן אין וויליפעסט

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז מ'פירשט שוין יא איין נייע זאכן זאל מען איינפירן אז יעדער זאל טוהן וואס איהם שמעקט ושלום על ישמעאל.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:13 pm
דורך שעפטאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'פירשט שוין יא איין נייע זאכן זאל מען איינפירן אז יעדער זאל טוהן וואס איהם שמעקט ושלום על ישמעאל.
כ'מיין אז מ'קען עס נישט איינפירען, אבער אסאך זאכן וואס מ'רעדט אויף קאווע שטיבל היינט, וועט זיין אנגענימן און די נארמע אין אפאר יאהר