בלאט 1 פון 2

שפיר דיין פּיין

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 2:19 pm
דורך דיכטער
איך וויל, מיט רשות פון די חשוב'ע מנהלים און לייענער, עפענען אן אשכול וואס זאל זיין דעזיגנירט פאר חברים און מעמבערס צו שרייבן און מיטטיילן זייערע געפילן, פלאגענישן און ערפארונגען אין לעבן, אויף א רואיגן, באקוועמען פארנעם. דווקא נישט אויף א וועג צו זוכן פראקטישע עצות אדער טעכנישע הדרכות פון אנדערע, נאר איינפאך אראפשילדערן אויפן פאפיר (אקראָן) וואס עס ליגט זיי אויפן הארצן.

איך האב געטראפן אן אנדערע אשכול ענליך צו דעם: מיזרעבל לעבן אבער דאך איז עס נישט געווען אינגאנצן גלייך צו דער אויבערמאנטע ציל.

און דערמיט וויל איך אנהייבן.

עס מאכט זיך אמאל אז א געפיל נעמט ארום דעם מענטש, עס פאנגט איהם און וויל איהם נישט אפלאזן. דער מענטש טרעפט זיך אין א פארלעגנהייט, ער ווייסט נישט פונקטליך וואס ער שפירט, קען נישט טרעפן די פאסיגע ווערטער עס צו שילדערן, ער קען עס אייגענטליך אליין נישט אידענטיפיצירן אבער דאך איז די געפיל דארט, געבליבן שטעקן ביי איהם אין האלז. ער קען עס נישט שלינגען אבער אויך נישט אויסשפייען.

אין אזא צייט איז די בעסטע עצה אפיר צו נעמען דעם באהאלטענעם פעדער, פאר עס איז חצות הנפש און זיך נעמען שרייבן אויפן פאפיר אלעס וואס קומט נאר ארויף אויפן געוויסן. יעדע מחשבה וואס קומט אויפן אויבערפלאך טרעפט זיך א באקוועמען פלאץ אונטן אויפן פאפיר. קיין שום געדאנק, איבערלעבעניש, געפיל אדער צעמישעניש ווערט נישט איגנארירט - ווי נישטיג און טריוויאל עס זאל זיך נאר נישט שפירן, יעדער באקומט זיין פארדינטן אויפמערקזאמקייט.

אמת, דאס וועט נישט פארקלענערן די פראקטישע פראבלעמען וואס נודזשען אינדרויסן פון די זוימען ארום דעם פאפיר. דער בילל וועט נישט ווערן באצאלט און דער קרענק וועט נישט פארשווינדן ווערן, אבער דאך וועלן די געפילן וועלכע זאמלען זיך אן ביי דער עפענונג פונעם רער אינעם האלז, זיך עטוואס זעצן און וועלן זיך לייכטערהייט אראפגליטשן ביז אינעם הארץ וואו זיי וועלן באקומען זייערע אזוי-לאנג ערווארטעטע, ווארימע אויפנאמע און ארויסגעקוקטע קבלת פנים. די געפילן וועלן רוישן, דאס הארץ וועט האסטיג קלאפן און טרערן וועלן אראפפליסן די באקן און דאן וועט עס געשען.

א טיפע רואיגקייט וועט ערזעצן די כוואליעס, א זיכערע פרייהייט וועט זיך שפירן איבער דעם גאנצן קערפער און א נייע האפענונג פאר א ליכטיגן מארגן וועט זיך אנזען אויפן האריזאנט און שטייטעליך אויפשיינען, ווארפענדיג ווארימע שטראלן איבער דער ברייטע שמייכל וואס וועט זיך אויסשפרייטן אויפן געזיכט.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 3:58 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איי, אויב גייט מען נישט קאמענטירן, באקומען מיטגעפיל וכדו׳ איז דאך שוין בעסער עס צו שרייבן בצנעה פאר זיך אליין... ניין?

דעריבער וויל איך פארשלאגן אז מ׳העט פאר דעם צוועק אפיר נעמען דעם ׳לייק׳ קנעפל און דא אין דעם אשכול וועט א לייק מיינען ׳מיט-געפיל און סימפאטיע׳ ווי צו זאגן: ״איי פיהל יור פעין...!״

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:15 pm
דורך ערנסטגערעדט
עס וואלט געווען א גוטע געדאנק לתועלת האשכול צו עפענען די ׳אנאנים פיטשער׳
@מנהל

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 9:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך גיי נישט זאגן אז די שרייבן ארבעט נישט פאר מיר ווייל כ'האב עס נאכנישט פרובירט... וואס איך האב יא געטוהן, און איך האלט אין איין טוהן מיט גוטע רעזולטאטן, איז עס צו זאגן פאר איינעם וואס איז א חלק דערפון. צום ביישפיל, לעצטנס האט זיך געטוהן אן אשכול אויף אייוועלט איבער קראשעס, אזוי ליינענדיג האב איך מיך געכאפט ווי ווייט איך בין פון דיעס מציאות וואס ווערט דארט באשריבן. ווען איך האב אזא "פראבלעם" זאג איך פשוט פאר יענעם, סתם אינמיטן א שמועס וועל איך איהם זאגן בדרך אגב עפעס ווי "איך האב זייער ליעב דיין ענערדשי", אדער "איך האלט זייער שטארק פון דיר וועגן דעם און יענץ", אדער ווען ס'איז נוגע "איך קען נישט גלייבן אז איך גיי דיך נישט זעהן/האב דיך נישט געזעהן פאר אזוי לאנג, איך בענק מיך שוין/איך גיי מיך בענקן", און שוין, אזויווי ס'איז געקומען אזוי איז עס געגאנגען, השם נתן והשם לקח יהי שם השם מבורך. און אז די אויגן ווערן אביסעלע נאס בשעת איך זאג עס איז אויך נישט עק וועלט, עק וועלט איז ווען מ'האלט עס אין בויך און מ'לאזט עס ferment'ן... איך ווייס נישט צו דאס האט מיט די חסידישע געטאו פער סע צו ס'איז פשוט די סארט מענטשן מיט וועם איך האב מיך געדרייט דארט אבער דארט האב איך כמעט נישט געהאט מענטשן מיט וועם כ'האב געקענט זיין אזוי אמת'דיג, ס'נישט נארמאל ווי מענטשן דארט ציטערן פון אמת און אפנקייט, און לאו דווקא ווען ס'קומט צו אמונה זאכן, די פחד פון אפיקורסת איז נאר א סימפטאם פון די פארטיזאנער מענטאליטעט. ס'איז זייער מעגליך אז ווען געפילן וואלטן געוועהן א matter of discussion אין שולחן ערוך וואלט די מצב בעסער געוועהזן, ווי האט נאר יענער געזאגט, א שאד ס'נישט דא קיין מנהג אז מ'גנב'ט נישט...

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 10:55 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך גיי נישט זאגן אז די שרייבן ארבעט נישט פאר מיר ווייל כ'האב עס נאכנישט פרובירט
דער לייק איז פאר דעם ספעסיפיק געדאנק איבער קראשעס, אבער בעצם קומט דיין תגובה נישט אריין דא. דזשורנעלינג איז אן אנגענומענע מהלך אין די סעקולערע וועלט סאוי ס׳האט נישט דוקא קיין שיכות מיטן צמצום אין להבדיל די היימישע סירקלס

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:08 pm
דורך שעפטאל
רבינו הקדוש:
מיר בעהטן זיך צו דיך: ביטע שרייב דא [ספעציעל וועגן די רוחות, כ'האף האסט שוין פראבירט צו קאננעקטן דורך מעדיטאציע, נישט סתם דורך א גלאז אויף א טשארט]
וועגן
איך בין זייער נייגעריג :lol: :lol: :lol:

Re: שפיר דיין פּיין

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:34 pm
דורך דיכטער
צומאל שפירט דאס הארץ גארנישט. עס הערשט א הוילקייט, א ליידיגקייט.

ניין, דאס הארץ איז נישט פארלאשן. ער לעכצט, פרובירט צו שפירן, אבער גארנישט, עס איז הויל. ווי איינער זאל זיך פרובירן צו שטופן דאס אפעטיט, ווי איינער זאל ליגן אין בעט און זיך בעטן ביי זיך איינצושלאפן אזוי איז עס אין הארץ. ער שפירט נישט, אבער ער שפירט ווי ער שפירט נישט. עס איז נישט פארלאשן, אויסדריקלעך נישט. און דאס איז נאך דער גרעסטער פיין וואס ער קען שפירן.

עס שפירט זיך אומגעפער ווי נאכן פארלירן האפענונג. ווי א שפאן אוועק פון א צייט וואס מען האט געלייגט דערין אלע ערווארטונגען און זיך שוין געזען שטיין פון די אנדערע זייט אלס דער גליקליכסטע פון גליקליכקייט און דאן, ווי א זייפן בלאז, איז אלעס צערינען. נישטא קיין האפענונג אויף וואס זיך צו וואונטשן, וואס צו פָארקוקן און ווארטן. אלעס איז הויל, לער פון יעדער אינהאלט. ליידיג, פוסט פון יעדער געפיל.

דאס הארץ האט נישט מורא, עס טראגט נישט קיין אנגסט, ווייל ער קען נישט שפירן קיין שום געפיל אויסער דער ביטערע זויערע טעם פון גארנישט, פון וואקום. און ער האלט זיך אן צו דעם געפיל, ווי ביטער עס זאל זיך נאר נישט שפירן ווייל דאס איז יעצט זיין לעבן, זיין וועזן און זיין איינציגסטע באוואוסטזיין.

דאס הארץ שפירט די ליידיגקייט און שפרייט עס אויס אינעם גאנצן קערפער. אלעס שפירט עס מיט, פאר קיינעם דאכט זיך נישט אז מיר גייען דורך גוטע צייטן יעצט. זאלן אלע וויסן אז עס איז פארלוירן געגאנגען אונזער האפענונג, אז עס איז צעבלאזן געווארן אונזערע איינציגסטע שאנס, אונזער לעצטע אויסזיכט, און מיר זענען יעצט גענצליך נאקעט און לער. עס וואקלט זיך דער ערד אונטער אונזערע פיס און מיר האפן צו שטיין און זיך מיטשאקלען מיטן וואקלדיגן ערד אויפן זעלבן ריטעם ביז עס וועט גענצליך אונטערברעכן.

אןן דאן וועט שוין דאס הארץ מער נישט דארפן פונקציאנירן, ווייל צו וואס דארף דען א זעל, וועלכע פאלט ענדלאז אראפ, אָן אַן ערד אונטער זיך, וואו צו לאנדן, א הארץ וואס שפירט, טראכט און דענקט? וואס זאל עס שפירן? ווען זאל עס טראכטן? און וואו זאל עס דענקען?

דאס זעל צאפלט פונעם געדאנק און עס ציטערט פון קלערן דערפון אבער געטון האט ער וואס עס איז געווען אין זיינע הענט צו פירן דער גאנג אין אן אנדערע ריכטונג אבער צו אלעם איז פארהאן א גרעניץ און אירע פעאיגקייטן איז קיין אויסנאם.

געהאפט האט ער צום בעסטן און יעצט איז ערוואטעט דאס ערגסטע, און זיינע הענט זענען געבינדן, זיינע פיס געשלאסן און דאס הארץ קען זיך נישט נעמען צו שפירן.

קיינע טרערן זענען נישט געבליבן אין די זאפאסן, קיין געלעכטער אין די לונגען און קיין ווערטער אין די מויל. דאס הארץ האט שוין נישט קיין וואפן, ער איז שוץ-לאז, האט נישט קיין געווער מיט וואס זיך צו פארטיידיגן, קיין געשיר מיט וואס זיך צו באוואכן.

געבליבן איז ער פארלאזט, קאלט און שמוציג, קיינער קימערט זיך נישט אין זיין וואוילזיין, אלע טראכטן נאר פון זיך. פון א ווייכע הארץ איז ער געווארן א קאלטע שטיין און פון ווארעמע בלוט איז ער שוין אויסגעלאפן און די רערעליך אינעווייניג זענען געבליבן לער, קאלט און טונקל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:46 pm
דורך berlbalaguleh
דיכטער: שמך נאה לך ואתה נאה לשמך: דו האסט א דיכטער'ישע נשמה. און א פען. (אדער קיבאורד).

דאס וואס דו זאגסט איז זייער ריכטיג. די גמ' רעדט שוין פון דעם ווען ער/זי זאגט...,דאגה בלב איש ישיחנה...לאחרים...!

אויך. דאס ווארט..."אקראן"...איז געספעללט "עקראן". א ריין אידיש ווארט מיט א פראנצויזשן שורש. אזוי ווי א סאך אידיש ווערטער וועלכע האבן (ביודעים ובלא יודעים) א פראנצויזישן שורש. מפני סיבות מובנות.

שלא כמו לאשיצער (ע"ה?).

@שבת אחים, אלערט...!

וואס איז מיין ווערד?

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 1:14 am
דורך ערנסטגערעדט
די מחשבות טוען זיך זייערס און טראגן אוועק
דאס מאל נעמט אבער די רייזע נישט קיין עק

אט לאנד איך אין א טיפע טאל
א פוסטע ליידיגקייט נעמט איבער אויפאמאל

איך דערקען דעם פלאץ דאס פינסטערע ארט פון וועלכע מענטשהייט אנטלויפט
וויפיל האבן פאר אים גאנצע באטלעך אראפגעזויפט

אנגערייכערט ביז מען האט שוין גארנישט געפילט
זיך צושטאכן און אראפגעשלינגען דאס לעבן אן קיין ציל

די חושך מען קען דא טאפן
עס ווערט נאר ערגער, איך וויל עס סטאפן

א גלעזל א שלעפ טרונקען אריינציען
גייט מיר ארויסטראגן און מאכן אוועקפליען

אויסגעשטרעקט דאס האנט צו נעמען די זאך
פלוצלינג די וועג ארויס געט זיך א פארמאך

א הילכיגן געלעכטער ווי פון דעם שטן אליין
מיט א ווידער-קול וואס הערט זיך געמיין

קענסט דיך נישט ארויסדרייען, דא איז נישט קיין חדר
ענטפערסט נישט כאטש איך פרעג כסדר

איין שאלה מיר אייביג שטערט
זאג מיר וואס מאכט אויס דיין ווערד?

א דזשאב נישט פארזיכערט פאר קיינעם
ביזנעסער גייען אונטער מיט ארבעטער אינאיינעם

מ'קען מאכן מיליאנען און אסאך אינוועסטירן
פון איין שלעכטע רוק אלעס פארלירן

דיין איטעלעקט איז גאר חשוב, טוסט אלעס פארשטיין
אביסל טראומא לאגישע הסברים מיט די טרערן טוען צוגיין

שרייבסט לאנגע שורות אינמיטן די נאכט
האפסט ביי אינדערפרי אפאר לייקס דיר געבראכט

ווער מיינסטו דו ביזט, לאכט ער מיט שפאט
אפאר ידיעות און מיינסט ביזט גאט

האסט א טאלאנט, האלטסט דיך גרויס
אפאר יאר ארום מ'נעמט די יונגערע דו ביזט אויס

ס'פראסקעט אין פנים, ס'טוט שטארק וויי
מיט פארלייגטע הענט איך שטיי

וואס מאכט אויס מיין ווערד, געב איך גערעכט
אויב אלעס איז שקר, וואו איז דער עכט

אויב געלט און כבוד מיינט טאקע גארנישט
שכל און טאלאנט ווערד א פלאגעניש

וויאזוי מיין ווערד צו אפשאצן
עפעס וואס קען נישט ווערן ערזאצן

אויגן ברעמען צוקניישט מח פארטראכט
אויפאמאל געב איך מיך א כאפ

ווערד קען נאר ווערן אפגעשאצט דורך א צווייטן
זיי א גוטע מענטש וועט זיך דיין ווערד פארשפרייטן

א גוט ווארט, א קאמפלימענט, א טובה וואס דו טוסט געבן
קען מיינען פאר א צווייטן חיות און לעבן

איך פלי ארויף סאך העכער ווי בעפאר
די וועלט קיינמאל געזען אזוי ליכטיג און קלאר

זיי א גוטע מענטש וועט זיך דיין ווערד פארשפרייטן
צו דיין ווייב שכן חבר און אלעמען עס וועט דיר אייביג באגלייטן

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 5:05 pm
דורך [NAMELESS]
@ ערנסטגערעדט הערליך און טאלנטפול!

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
איך גיי דא פאוסטען צוויי פאעזיע׳ס וואס כ׳האב געשריבן אין שווערע מינוטן

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
עס דריקט דאס הארץ
אלעס זעהט אויס שווארץ
צו וועט דאס עס אייביג אזוי זיין

וועל איך אייביג אזוי שפירן
וועט מיין לעבן אזוי זיך פירן
איז נישט קיין אנדערע וועג פארהאן

איך פארמאך מיינע אויגן
מיט די הענט אויסגעצויגן
און איך שריי טאטע טאטע טאטע

אבינו מלכנו
על מי מנוחות ינהלנו
כ'געב דיר איבער דאס רעדל פון דא און ווייטער

דו ביזט דער מנהיג הבירה
איך שטעל מיך אין די שורה
וואס האביך פון זיך שלאגן מיט דיינע געזעצן

אבער שרייען און צוטרעטן
וויינען און בעטן
וועל איך אויף דיין טירן ווייטער זעצן

הער שוין מיין קול
נעם אראפ דאס עול
איך וועל בלייבן און מער נישט פונעם וועג בייגן

איך וועל אלעמאל צו דיך קערן
נאר גוט'ס פארמערן
מאך אונז גרינגער און איך וועל דיך צייגן

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 5:09 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס? איז וואס מיר פרעגן
פארשטעלסטו אונזער וועגן
פארוואס די פחדים
די אומסטאבילער מאדן

פארוואס קען נישט זיין גלאטיג
רואיג אייביג און פארטיג
פארוואס פרישע מחיצות
וואס פעלט אויס די אמביציעס

דאס איז קלאר און דייטליך
די וועלט פאהרט כסדר צייטליך
וואס מ'נעמט - עס בלייבט נישט
פריש נעכטן - איז היינט פארצייטיש

די אמאליגע העלדן
זאל מען זיי מעלדן
זייערע גרויסע געווינסן
איז היינט גארנישט קיין קונצן

ווייל דור הולך ודור ובא
אלעס וואס איז היינט דא
איז אמאל געווען שערים
פאטרויטן געווארן דורך עוקרי הרים

נאר דורך משנה עתים
קען זיך די וועלט רוקן צום גוטן
ומחליף את הזמנים
פון די פינסטער טו באשיינען

ביזט נאר דא אן אורח
פאהר מיט און זיי אן הולך
ומעביר יום ומביא לילה
מאך נאר זיכער צו זיין עולה

ווען דו זעסט נאר טונקל
בלייב נישט שטיין אין דער ווינקל
פארקערט - דאס איז גאר דער שליסל
צו גיין העכער פון זיך אביסל

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 5:28 pm
דורך בעל אחריות
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צום ביישפיל, לעצטנס האט זיך געטוהן אן אשכול אויף אייוועלט איבער קראשעס, אזוי ליינענדיג האב איך מיך געכאפט ווי ווייט איך בין פון דיעס מציאות וואס ווערט דארט באשריבן. ווען איך האב אזא "פראבלעם" זאג איך פשוט פאר יענעם, סתם אינמיטן א שמועס וועל איך איהם זאגן בדרך אגב עפעס ווי "איך האב זייער ליעב דיין ענערדשי", אדער "איך האלט זייער שטארק פון דיר וועגן דעם און יענץ", אדער ווען ס'איז נוגע "איך קען נישט גלייבן אז איך גיי דיך נישט זעהן/האב דיך נישט געזעהן פאר אזוי לאנג, איך בענק מיך שוין/איך גיי מיך בענקן"
עס איז נארמאל אז איינער וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין קראש זאל זיך איינרעדן אז ער וואלט זיך ארויסגעזעהן פון דעם ווי גארנישט... אייגענטליך איז עס א קאממאן זאך ביי אסאך אנדערע פראבלעמען.... :P

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 6:28 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'איז זייער מעגליך אז ווען געפילן וואלטן געוועהן א matter of discussion אין שולחן ערוך וואלט די מצב בעסער געוועהזן, ווי האט נאר יענער געזאגט, א שאד ס'נישט דא קיין מנהג אז מ'גנב'ט נישט...
רביה"ק זי"ע: ביי מיר איז די שולחן ערוך נישט אפן צו דעבאטע. ס'איז אן הלכה פסוקה. די דעבאטעס זענען שוין פארגעקומען פאר מ'האט געשריבן די שו"ע. נאר מיינע פארטיזאנע געפיהלן גייען צו די סאך מנהגי שטות פון די וועג היינטיגע רבי'ס און זייערע חסידים פראקטיצירן אידישקייט. ביי געוויסע (חסידי'שע) גרופעס מער און ביי אנדערע ווייניגער. אזוי ווי פראפעסאר ישעיה לייבאוויץ ע"ה האט עס מגדיר געווען אז די היינטיגע וועג פון פראקטיצירן חסידות איז א בחינה פון עבודה זרה. מ'קען דאס זעהן בחוש, געוויסע חסידים פון פארשידענע פראקציעס זענען גרייט (אפילו) צו הרג'נען מענטשן (ח"ו) אויב ס'איז דא א הוה אמינא אז דאס רירט אן דעם כבוד פון זייער רבי'ן.

איך מיין דא קיינעם נישט ספעציעל, נאר דער וואס פיהלט זיך געטראפן. איהם האביך טאקע געמיינט...!

נשלח: מוצ"ש מאי 06, 2023 10:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בעל אחריות האט געשריבן:עס איז נארמאל אז איינער וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין קראש זאל זיך איינרעדן אז ער וואלט זיך ארויסגעזעהן פון דעם ווי גארנישט
דו ברענגסט זייער גוט ארויס די חרדישע קרומע געדאנקעגאנג, פון געפילן קען מען זיך נישט "ארויסזעהן", סך הכל קען מען זיך צוריקהאלטן פון עס אונטערדרוקן אזוי קען זיך עס פראסעסן אויף א נאטורליכן אופן און ס'ווערט נישט קיין backup וואס דאן באקומט מען די סימפטאמס וואס ווערן דא אויבן באשריבן. פארגעס פון מיר א מינוט, קוק זיך אום אויף דיין פערזענליכען לעבן וועסטו זעהן אז יעדעס מאל וואס זאכן זענען געגאנגען wrong איז עס געוועהן ווייל מ'האט נישט קאממיוניקירט ווי נארמאלע מענטשן, דוק ותשכח. החיים והמוות ביד הלשון, פשוטו כמשמעו.

Re: שפיר דיין פּיין

נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 12:08 am
דורך צוזאמגעדרייט
@רבינו וואס טוט זיך מיט א קראש וואס מען איז נישט נאנט, אדער עס קומט נישט אויס צו רעדן? דאס מאכט זיך אסאך ווען יענער איז דאס פארקערטע ג'ענדער. ס'איז נישט אזוי פשוט.

Re: שפיר דיין פּיין

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 8:43 pm
דורך דיכטער
געפילן פון פארלוירנקייט.

איך האב נישט קיין קאנפידענטס, איך בין גענצליך אומזיכער מיט זיך. איך גלייב נישט פאר קיין סעקונדע אז איך טויג אויף עפעס. איך בין אינגאנצן אן איבעריגע באשעפעניש אויף דעם פלאנעט, גענצליך אומנוצבאר.

וואס איך וויל נאר קענען טוהן, קענען שוין אנדערע פילפאכיג מאל בעסער פון מיך. אלע געבן זיך אליין אן עצה. נאר איך פאל דורך, קום נישט אן אינערגעץ, פארפאטשקע וואס איך באגעגען נאר אין וועג, פארשפיל יעדער געלעגענהייט צו שטייגן.

איך האב נישט קיין האפענונג מצליח צו זיין אין קיין שום געביט, זיך צו אויפבויען אין קיין שום הינזיכט. פרובירט האב איך שוין א הויפן פון זאכן, גרינגערע און שווערערע. פארזיכט האב איך שוין דער טעם פון שווערע פלאג, טראגן לאסטן אויפן רוקן און האלטן דער געוויכט פון גייסטיש-אויסמאטערנדע אויפגאבעס, אבער דאס אלעס אן ערפאלג. איך טרעף מיך איינמאל און נאכאמאל אויפן זעלבן באלאטע מיט דעם זעלבן צווייפלניש. א בראך אויף מיין שווערע ארבעט, א שאד מיין הארוואניע, איך בין נישט דא צוצוגעבן עפעס פאר דער מענטשהייט, ער ברויך נישט מיינע צען פינגער, עס איז א שאד דאס געלט. איך בין נישט נוצליך נאר נוצפול, איך ברויך מער ווי איך קען געבן, קאסט מער ווי איך קען פארקויפן. צו גארנישט טויג איך.

דער וועלט איז פריינטליך בלויז צו שטארקע, אויפגעבויטע מענטשן וועלכע גארנישט שטייט זיי אין וועג אנצוקומען צו זייער ציל און קיין שום פערזענליכקייט האט נישט קיין רעכטן אויסער זיי. איינער וואס טראכט פון אנדערע, זארגט זיך פאר יענעם, און פילט מיט איהם, דער טרעפט זיך בליץ שנעל, אויסגעליידיגט און באגראבן טיף אונטערן ערד. איינער וואס זיינע ביינער זענען נישט גענוג ברייט אדער זיינע מוסקלען נישט גענוג שטייף, ווערט לעבעדיג פארציקט און רויערהייט פארדייעט, אזוי איז עס אין דער ווילדערניש און אזוי איז עס פארבליבן אין דער פארשלייערטע ציוויליזאציע.

אלע קענען טרעטן אויף מיך און מיך אויסנוצן אימזיסט, פריי פון יעדער אפצאל. נאר איך וַואג מיך נישט צו טרינקען יענעם'ס בלוט, נאר איך קען זיך נישט ברענגען צו טשעפען א פליג.

געזאגט האט מען מיר, אז געבוירן בין איך, גוט, פיין און פיל מיט מוט און קוראזש. אבער דאס אלעס האב איך פארלוירן דורכאויס מיין קליינע רייזע איבער די בוזשעווענדע וואסערן און רוישיגע כוואליעס אינעם ים פון לעבן. מיינע ערפארונגען האבן מיר געזאגט אז איך האב נישט וואו צו לייגן האפענונג, זיי האבן מיר געווארנט. אין אנפאנג איך האב זיך נישט צופיל געקימערט איבער זייערע סטראשערייען נאר פארגעזעצט אין מיין וועג אבער ווי ווייטער איך בין געפארן האבן זיי מיך מער איבערצייגט אז דאס לעבן דא אויף דעם פלאנעט איז נישט עפעס וואס איך קען טאלערירן, איך בין ווי עלערגיש דערצי, טרעף זיך נישט דאס פלאץ דערין.

איז ווי גיי'מער יא? וואו קען איך גיין? צו וואו קען איך זיך ווענדן? איך בין געבליבן שטעקן דא, אָן א וועג ארויס. איך וועל שוין מוזן פארבלייבן דא, ערווארטן מיין שיקזאל און שלינגען מיין ארבטייל, זיך בייגן אונטער די כוואליעס און שטילערהייט וויינען און באקלאגן מיין צושטאנד ביז ווען דער צייט וועט קומען און מיין זעל וועט פארלאזן דער ביטערע עקזיסטענס פאר אנדערע וואס וועלן פילייכט יא טרעפן דעם גאפל אריין צו שטעקן דערין און אפעטיטליך זיך אנפיטערן מיט וואס עס שטעלט פאר.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 3:05 am
דורך berlbalaguleh
דיכטער: איין גוטע נקודה פאר האפענונג און א וועג צו פאזיטיווקייט, אלס טעראפיסט, אין דיין דיאלאג פון פארלוירנקייט, האב איך יא געטראפן. לויט ווי די גמ' זאגט (ערגעץ) ...(איך טוה נאר פאראפראזירן)..."על כל גל וגל שעובר עליו, (על האדם), צריך להודות (לה'). און אז מ'בייגט אראפ דעם קאפ אויף א יעדן וואל (וועללע) וואס גייט אריבער אויף א מענטש לעבט ער איבער (זיינע שוועריגקייטן) און ער קומט אן צו א פאזיטיוון, בעסערן פלאץ...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 2:31 pm
דורך [NAMELESS]
דיכטער:

האסט א פיינע פעדער און די ברענגסט ארויס זייער שטארק הרגשים

איין זאך קען איך דיר יא זאגן דאס אליינס אז די שרייבסט עס דא העלפסטו ארויס אנדערע וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען די איינציגסטע וואס פילן אזוי

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 2:39 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
פאעזיע האט געשריבן:דיכטער:

האסט א פיינע פעדער און די ברענגסט ארויס זייער שטארק הרגשים

איין זאך קען איך דיר יא זאגן דאס אליינס אז די שרייבסט עס דא העלפסטו ארויס אנדערע וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען די איינציגסטע וואס פילן אזוי
יא, יא!
ממש אזוי זענען מיינע געפילן די לעצטע פאר טעג... :evil:

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:35 am
דורך דיכטער
א מזמור וועלכע איז פארפאסט געווארן אין א שווערע פארלעגענהייט:

ב לִבִּי שָׁבוּר וְקָרוּעַ, שָׁבוּר כְּחֶרֶשׂ, קָרוּע מִתּוֹכוֹ, אֵין מַרְפֵּא, כָּכָה נִשְׁבַּרְתִּי:
ג חַשְׁתִּי כְּאָבוּד תִּקְוָה, חָסוּר תַחְבּוּלָה, הַכֹּל נֶחְשַׁך, נֶאֱפַל, אֵין אוֹר:
ד נִשְׁבַּרְתִּי מִבַּיִת וּמִבַּחוּץ, אוֹר יוֹמָם לֹא יֶעֱרַב עָלַי, יֶחֱשַׁךְ בַּעֲדִי הַכֹּל. אֵיכָכָה אֵרָגֵשׁ לְמַלְּאוֹת פְּקֻדּוֹתַי לֹא אוּכַל לָנִּיעַ עַצְמוֹתַי, הַכֹּל נִכְבָּד עָלַי יִקְשֶׁה עָלַי הַכֹּל, לֹא אוּכַל לָזּוּז:
ה אֵיכָכָה אַנְחֶה עֶשְׁתּוֹנוֹתַי לַחֲשׁוֹב עַל זֻלָּתָהּ, תָּחוּב בֵּין שִׁינַי לַעֲנָה וָרוֹשׁ וּתְלַוֵּינִי אֶל כָּל אֲשֶר אֱפְנֶה, לֹא אוּכַל לְהַרְפּוֹת מִמֶּנּוּ כִּי הִיא אָנֹכִי:
ו כָּכָה נִשְׁבַּרְתִּי וָאֶכְאֹב, חַשְׁתִּי כְּנֶחֱסַר עֶצֶם מִמֶּנִּי, אֵין מַרְגּוֹעַ לִי אֵין מְנַחֵם לִי אֵין אוֹמֵר יִיּטַב לִי, לֹא אַאֲמִין לוֹ:
ז וָאָחוּשׁ כִּי תִּקְוָתִי יְחִידָתִי בָּאָרֶץ נֶאֱבַד מִמֶּנִּי, תּוֹחַלְתִּי הַנִּשְׁאָר לִי וְהִנֵּה נֻשְּׁבָה בָרוּחַ, עָלְתָה בְּעָשָׁן לְנֶגֶד עֵינָי:
ח נִשְׁמָתִי קָשָׁה עָלַי יִכְבַּד רֹאשִׁי עַל כְּתֵפָי, כִּי מִדֵּי אֶזְכְּרֶנִי בּוֹ יִכְבַּד עָלַי כָּל עַצְמוֹתַי וְיֵחַם דָּמִּי בְּקִרְבִּי:
ט אֵיךְ אֶמְצָא מַרְגּוֹעַ, אֵיךְ אָבֹא אֶל עַצְמִי, כִּי כָבְתָה תִּקְוָתִי וַתַּעַל בְּעָשָׁן כָּל מִשְׁאֲלוֹתַי, וָאֶשָּׁאֵר עֵירוֹם וְיָחֵף, וַעַרִירִי וְלִבִּי מְפוֹצָץ:
י שָׂחַקְתִּי אֶת גַּדִּי חַשְׁתִּי כִּי לֹא נִשְׁאָר לִי הֵנָּה עַד-מָּה, מָה אֲחַפֵּשׂ עוֹד עַלֵי תֵבֵל אֶסְתּוֹבֵב לָרִיק סָבִיב וְנַפְשִׁי לְחֻצָּה וְנִשְׁמָתִי תוֹעָה:
יא מָה אֲחַפֵּשׂ פֹּה מָה, לָמָּה אָנֹכִי כַּאן לָמָּה, אַיֵּה מְקוֹמִי אַיֵּה, מָתַי עִתִּי מָתַי, אַהָּה:
יב אָבַדְתִּי כָּל חֶשְׁקִי בְּחַיִּים אֵין עוֹד כָּסוֹף בְּיוֹמִי, כָּל תַּאֲוָה נֶאֱבַד מִמֶּנִּי, לֹא אוּכַל לְהַבִיאַנִי לֶאֱכוֹל וְלִשְׁתּוֹת, אֵשֵּׁב וְאָגוֹן וְאַחֲשׁוֹב עָלֶיהָ וְלֹא אָסוּף:

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 9:36 pm
דורך שפילער
דיכטער דו רעדסט דיר נאר אויס דיין פיין 'די סימפטומס'. געב ארויס די שורש פארוואס דו ביסט אזוי דעפרעסט ,