בלאט 1 פון 2

וועלכע אומנות וואלט איר זיך געלערנט?

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 3:48 pm
דורך דערהויבענע איד
א גוטן טייערע חברים המקשיבים.

איך בין יעצט אין א מצב וואס כ'האב די צייט און מאטעוועישן זיך צו לערנען א פאך. לאמיר גראד גיין צום פינטל, די זאך איז אז עני זאך וואס דארף א גרעסערע טרעיניג - אזוי ווי דאקטעריי - איז צו סאך פאר מיר און איך וויל עס שוין נישט טון יעצט, נאר א זאך וואס איך קען עס זיך אויסלערנען אין מערסטנס צווי יאר.

פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.

אקאוינטיג און סאפטווער דעוועלאפמענט, איז נישט געמאכט פאר מיר. ס'איז צו קלאציש, און עס זעט מיך אויס אז ס'איז געמאכט פאר גרויסע אינטערווערט'ס.


מ'בעט די עולם זאל אריינקומען מיט געדאנקען פון א זשאב וואס כ'קען הנאה האבן און מאכן געלט. די סיבה פארוואס איך קום אויף ק''ש איז ווייל דא דרייען זיך מענטשן וואס כ'קען זען אז מ'זאל מיר געבן סאלי''ד איידיעס.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 3:50 pm
דורך אלע צוזאמען
א פילאט.

Re: ןןעלכע אומנות וואלט איר זיך געלערנט?

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 4:00 pm
דורך פרנס החודש
Depends in your nature, if you would tell us what your general interests are I would have good suggestions

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 4:04 pm
דורך דערהויבענע איד
פרנס החודש האט געשריבן:Depends in your nature, if you would tell us what your general interests are I would have good suggestions
ביזנעס וואלט מיך געצויגן. מוזיק האב איך אויך ליב. פסיכילאגיע האב אויך ליב, ווי ערווענט אויבן.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 4:06 pm
דורך גרעפיקסער
אויב גרעפיקס איז געאייגנט פאר דיר, בין איך גרייט דיר עס צו לערנען. קום אין אישי מיט דיין/אן ׳אנדערע׳ ניק :P

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 4:12 pm
דורך דערהויבענע איד
גרעפיקסער האט געשריבן:אויב גרעפיקס איז געאייגנט פאר דיר, בין איך גרייט דיר עס צו לערנען. קום אין אישי מיט דיין/אן ׳אנדערע׳ ניק :P
פאר מיר וויל איך עפעס בעסער....ס'איז נישט שלעכט, אבער כ'האב נישט דווקא ליב גרעפיקס. בכלל איז קאמפעטישען צו גרויס, און צופיל מענטשן קענען עס.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 4:15 pm
דורך גרעפיקסער
דערהויבענע איד האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:אויב גרעפיקס איז געאייגנט פאר דיר, בין איך גרייט דיר עס צו לערנען. קום אין אישי מיט דיין/אן ׳אנדערע׳ ניק :P
פאר מיר וויל איך עפעס בעסער....ס'איז נישט שלעכט, אבער כ'האב נישט דווקא ליב גרעפיקס. בכלל איז קאמפעטישען צו גרויס, און צופיל מענטשן קענען עס.
ס׳אפשר דא אסאך וואס קענען עס, אבער דער פארלאנג פאר גרעפיקער איז סאך מער ובפרט פאר טויגליכע

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 6:36 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ווען איך קען ווען היינצוטאגס צוריק ריקן דעם זייגער און נאכאמאל אנהויבן פון דאסניי וואלט איך בפשטות זיך געגאנגן לערנען Actuary.
אבער לויט ווי כ'פארשטיי פון דיינע ווערטער קען די לימוד זיין צו בארינג פאר דיר.
מ'קען גאר גוט פארדינען דערפון אפילו אן א מעסטער'ס דעגרי, נאר מיט א פשוט'ע דעגרי.

אויב אבער גלייכסטו מער אן אקטיווע ארבייט דאן גיי אריין אין קאנסטראקשן רילעיטעד ליין ווי למשל קולינג און עיר קאנדישאנינג, סיי פאר קעמערציעל און סיי פאר רעסידענטשל, שיינע רווחים דערין.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 6:43 pm
דורך קייןנאמען
דערהויבענע איד האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים המקשיבים.
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
you pick your clients. I know therapists that deal with goiyim

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 7:18 pm
דורך דערהויבענע איד
אלע צוזאמען האט געשריבן:א פילאט.
די סקעדזועל פון א פילאט איז א שווערע זאך פאר מיר

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 7:21 pm
דורך דערהויבענע איד
קייןנאמען האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים המקשיבים.
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
you pick your clients. I know therapists that deal with goiyim
קען זיין. איך וועל נאכאמאל אריינקוקן דערין.

א גרויסן יישר כוח.


צוריק צום אשכול

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
קייןנאמען האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים המקשיבים.
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
you pick your clients. I know therapists that deal with goiyim
ס'האט (לכאורה) א מעלה. די טעראפיסט הערט נישט די קוועטשערייען אז דער מאן קומט אהיים שפעט שבת אנגעגעסן מיט הערינג, גאלע און טשאלנט. און 3 ערליי קוגלען. און איך מוז ארויסווארפן די גאנצע עסן וואס כ'האב געקאכט פאר שבת. אויך. אז מ'געט איהם נישט געניג פלאץ אין ביהמ"ד. און אז ר' יאסל איצקאוויטש האט געקוקט קרום אויף איהם.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:20 pm
דורך שמעקעדיג
וואס הערט ער יא?
קום אריין קלאר ביטע...

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:22 pm
דורך שמעקעדיג
דערהויבענע איד האט געשריבן: פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
אז דו גלייכסט פסיכאלאגיע, קענסטו האנדלען נאר מיט קינדער אדער בחורים, דו זאלסט טשוזן מיט וועמען דו ביסט באקוועם, נישט יעדער איז קאטשעניו קראנק...

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:32 pm
דורך קהל'ס נער
גיי אריין אין בלוי קאלער ארבעט (אויב ס'פאסט דיך).
קאנדריקטערערי (אזוי זאגט מען עס?) צו קאממען בעליף, קען א בלוי קאללער ארבעטער מאכט צוויי הונדרעט גראנדיעזע און ארויף א יאר, אויב איז ער א זעלבסט ארבעטער (סעלף עמפלויד) און איז נישט פויל.

(אין הכי נמי א ווייס קאללער ארבעטער האט סאך א העכערע פאטענטשעל, אבער אלץ א בלוי קאללער ארבעטער איז גרינגער צו מאכן צוויי מאות ווי א ווייס-קאללער, פראוו מי wראנג)

יעצט טראכט אריין צי וואס קאנעקסטו.
לאקסמיט, פלאמבינג, עלעקטריק, טראק דרייוון, קוימען קערן :lol: , שמעלצען, טרימען, אפלייענס אינסטעלעשען, וכו'

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:36 pm
דורך ערנסטגערעדט
berlbalaguleh האט געשריבן:
קייןנאמען האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים המקשיבים.
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
you pick your clients. I know therapists that deal with goiyim
ס'האט (לכאורה) א מעלה. די טעראפיסט הערט נישט די קוועטשערייען אז דער מאן קומט אהיים שפעט שבת אנגעגעסן מיט הערינג, גאלע און טשאלנט. און 3 ערליי קוגלען. און איך מוז ארויסווארפן די גאנצע עסן וואס כ'האב געקאכט פאר שבת. אויך. אז מ'געט איהם נישט געניג פלאץ אין ביהמ"ד. און אז ר' יאסל איצקאוויטש האט געקוקט קרום אויף איהם.
סהערט זיך מוראדיג אינטרעסאנט און סגלוסט צו גיין ״אוט אף די באקס״
אבער לאמיר עס מאכן גויאיש און זען צו סאיז טאקע אזוי אנדערש
ברייען קומט אהיים שיכור פון די באר, און איך מוז אים צושטעלן וואס ער דארף, אויך אז עשלי האט אים נישט געגעבן רעספעקט אין ארבעט, און דזשאש האט אים נישט איינגעלאדנט צו וואטשן די געים.
רבי לעבן עגא איז יוניווערסעל, בויך וויי איז יוניווערסעל, נאר וואס דען האפסט צו הערן עפעס דזשוסי מעשיות? :P

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:50 pm
דורך ערנסטגערעדט
@דערהויבענע איד
עטליכע תחומים אין וואס דו קענסט זיך אריינלייגן

סעילס - איז דאס עפעס וואס דו קענסט טון? עס איז דא אזויפיל פראדוקטן וואס מקען פארקויפן און מקען גאר שיין פארדינען
ריעל עסטעיט - underwriting איז עפעס וואס קאמפעניס זוכן שטארק
עידזשענט - ריעל עסטעיט רענטעלס אדער סעילס אדער לייף אינשורענס (איינער מוז עס זאגן…)
ארכיטעקט - אייביג דא פלאץ פאר נאך
דיזיינער - אינטעריער

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 10:00 pm
דורך קידוש
Business leadership
Cash advanced cindicator

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 10:35 pm
דורך berlbalaguleh
דערהויבענע איד: לפענ"ד (וגם (עניית) דעת דער גאלדענער אדלער שליט"א. איז גוט אריינצוגיין אין איינס פון די פאכן וואס האבן צו טון מיט קאנסטראקשן. ספעציעל, זיין אן עלעקטרישן. צו מאכן די ווייערינג אין א הויז און קאנעקטן אלע אפלייענסעס. ס'איז אויך דא מעגליכקייטן פאר קלענערע דזשאבס. אזוי ווי סערוויס און ריפעיר. וואו מ'פארדינט שיינע סכומים און דער קאסטומער באדאנקט זיך נאך (אין מערסטע פאללן).

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:09 pm
דורך דערהויבענע איד
שמעקעדיג האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן: פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
אז דו גלייכסט פסיכאלאגיע, קענסטו האנדלען נאר מיט קינדער אדער בחורים, דו זאלסט טשוזן מיט וועמען דו ביסט באקוועם, נישט יעדער איז קאטשעניו קראנק...
איך האב נישט קיין געדולד פאר מיינער'ס. ספעציעל אז געווענליך איז דא דין תורה'ס מיט פאליטיק מיט די עלטערן.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:12 pm
דורך דערהויבענע איד
קהל'ס נער האט געשריבן:גיי אריין אין בלוי קאלער ארבעט (אויב ס'פאסט דיך).
קאנדריקטערערי (אזוי זאגט מען עס?) צו קאממען בעליף, קען א בלוי קאללער ארבעטער מאכט צוויי הונדרעט גראנדיעזע און ארויף א יאר, אויב איז ער א זעלבסט ארבעטער (סעלף עמפלויד) און איז נישט פויל.

(אין הכי נמי א ווייס קאללער ארבעטער האט סאך א העכערע פאטענטשעל, אבער אלץ א בלוי קאללער ארבעטער איז גרינגער צו מאכן צוויי מאות ווי א ווייס-קאללער, פראוו מי wראנג)

יעצט טראכט אריין צי וואס קאנעקסטו.
לאקסמיט, פלאמבינג, עלעקטריק, טראק דרייוון, קוימען קערן :lol: , שמעלצען, טרימען, אפלייענס אינסטעלעשען, וכו'
א גרויסן שכוח.

איך בין בטבע גאנץ א גרויסע פאסטוך, האסט עפעס וואס מ'קען גיין מיט א סוט בשעת'ן ארבעטן?

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:29 pm
דורך שמעקעדיג
דערהויבענע איד האט געשריבן: איך בין בטבע גאנץ א גרויסע פאסטוך
:lol:

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:48 pm
דורך [NAMELESS]
ארבעט זוך אויף צו ווערן פון א דערהויבענע איד צו א גאר דערהויבענע איד, מאך דיר אויף א שול און מוסדות....