ער רעדט ווי א תם! [סיפור בהמשכים]

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פלייש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 05, 2023 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

ער רעדט ווי א תם! [סיפור בהמשכים]

שליחה דורך פלייש »

ער רעדט ווי א תם
שוין פון די פריערדיגע כיתה האט מען נישט געקענט ענטשיידן, צו ר’ הערשל איז א גוטע רבי, אדער?

צו ער איז... נישט שטרענג, אבער אויך נישט... כ’ווייס נישט.

ער האט געהאט קינדער וואס האבן געלערנט ביי אים און האבן אים זייער ליב געהאט, ווייל ער האט געטיילט קענדיס און מתנות, און אויך געגעבן געלט מתנות.

ווידער אנדערע קינדער - נישט יעדער - ממש עטליכע יחידים, האבן אים אזוי פיינט געהאט, סתם אזוי... זיי האבן אפילו נישט געוואלט זאגן פארוואס.

די נעקסטע כיתה וואס גייט אריין צו ר’ הערשל, האט פראבירט אויסצוגעפונען פון ברודערס, קאזינס, חברים’ס ברודערס, וואס ר’ הערשל איז; א גוטע רבי, צו א שטרענגע רבי.

און נאך וואס זיי זענען אריין א וואך צייט אינעם נייעם יאר, און האבן שוין געלערנט ביי ר’ הערשל אין קלאס, האבן זיי שוין געוואוסט.

ער שמייכעלט צו יעדן, און קען זיין שטרענג אויך.

אפאר קינדער האט ער ‘זייער’ ליב... און אסאך קינדער באקומען גוטע זאכן, און פאר די גולם פון קלאס געבט ער גארנישט... פארוואס יא? יעדער האט פיינט די גולם פון די קלאס, אויך ר’ הערשל.
*
מרדכ’לע האט געביסן די ציין פאר אויפרעגעניש, נישט גענוג אז אלע קינדער טשעפענען אים, און אויך דער נייער רבי, האט מען אים נאך חושד געווען אז ער האט גע’גנב’עט. וואס ס’פעלט, האט מרדכ’לע גענומען. אזוי האט מען אפגעמאכט, אן קיין באווייז.

און ר’ הערשל האט געזאגט פאר די קינדער, אז ער פארשטייט גוט מרדכי’לע, ווייל ער לערנט נישט, מוז ער פון עפעס אנדערש נעמען זיין הנאה.

מרדכי’לע האט געלעבט אין א משוגענע פרעשור, טאג טעגליך. אויך ווען דער מנהל פלעגט זיך באווייזן ביים קליינעם פענסטערל פונעם קלאס, און קלאפן מיט זיינע האר באוואקסענע לאפעס, האט מרדכי’לע געוואוסט אז ער קומט נישט זאגן קיין גוטע בשורות...

נאך א תקנה וואס איז ‘שטרענג פארבאטן’ אויף אלע קינדער צו טון...

און אויך דאס האט מרדכי’לע געשפירט אז דער מנהל קוקט אויף עהם, און מיינט צו זאגן, ווער וועט דען עובר זיין? מסתמא נישט קיין צווייטער ווי מרדכי’לע און זיינס גלייכן - ליפא’לע - דער גולם פון די אנדערע קלאס...

און אויף דעם האט דער מנהל אויסגעפירט מיט שפיזיגע אויגן און גראבע שטימע; וועמען מ’וועט כאפן נישט אויספאלגן... נו נו... אוי וועט ער באשטראפט ווערן... כ’בין יענעם יונגעל גאר ווייניג מקנא!!!

ר’ הערשל פלעגט אין אזא צייט ווערן דער וואוילער, וואס האט רחמנות אז די קינדער האבן זיך אזוי דערשראקן פונעם מנהל.

און דאס איז געווען גענוג אויסרייד, אז ער האט געעפענט זיין דריטע לעדל, און געטיילט ענימעם נאש - גרויס ווי א בונדל...

ר’ הערשל’ס הארץ פון חסד איז עד לב השמים, פלעגן אלע קינדער זיך קלערן.

ווייל ער פלעגט זאגן; אונזער קלאס זענען וואוילע קינדער, און מ’דארף פאר אונז נישט מאכן קיין תקנות. און דערביי אריינגעריקט פאר יאסעלע דריי ענימעמס... ווייל יאסעלע איז ‘זייער’ וואויל.
*
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א מנשה לוסטיג בזעיר אנפין!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ער רעדט ווי א תם! [סיפור בהמשכים]

שליחה דורך פאליטיקאנט »

כ'בין זיכער די נעמען זענען געטוישט און געהאלטן אין מערכת, ווייל געווענליך פלעגט די גולם פון קלאס האבן א מער עקזאטישן ,אומפאפולערע און נישט אטראקטיווע נאמען ווי חנניה אדער נחום...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פלייש: ייש"כ. דאס דערמאנט מיר די מעשה פון אן אנדער'ן מרדכי'לע. וועלכער איז (נעבעך) געווען די קלאון אוו דע קלעס. ער איז טאקע געווען א קליינער בעל מוח. זיינע ווערטער זענען אייביג ארויסגעקומען "פאני".

ליידער. אונזער רבי פן די כיתה האט מיט געשפיעלט מיט ארויסהייבן מרדכי'לע'ס שוואכקייטן.

איין טאג. אין די עשרת ימי תשובה האט די כיתה רבי געפרעגט ביי מרדכי'לע..."מיט וועים האסטו געגאנגען כפרה שלאגן?...מיט מיין מאמע...איז געווען מרדכי'לע'ס ענטפער...די גאנצע קלאס האט (זייער שטארק) געלאכט...!

היינט איז מרדכי'לע (פון אמאל) א פראמינענטער סוחר און אנגעזעהענער בעה"ב מיט א סאך געלט...!
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: ער רעדט ווי א תם! [סיפור בהמשכים]

שליחה דורך שערי יושר »

berlbalaguleh האט געשריבן:
היינט איז מרדכי'לע (פון אמאל) א פראמינענטער סוחר און אנגעזעהענער בעה"ב מיט א סאך געלט...!
און מסתם איז ער נאך די זעלבע שוטה נאר מיט אביסל מזל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שערי יושר: פונקטליך דאס איז מיין נקודה...!
זיינוועל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 6:59 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך זיינוועל »

וואס איז געווארן מיט'ן המשך?
אדער קומט נישט קיין המשך?
פארשפארט